פרשת בֹּא איז די דריטע סדרה פון ספר שמות, און די פיפצנטע פון די תורה בכלל. די פרשה גייט פון קאַפּיטל י', פסוק א' ביז קאַפּיטל י"ג, פסוק ט"ז, לויטן אנגענומענעם צעטיילונג פון קאפיטלען, פארמאגנדיג אינאיינעם 106 פסוקים[א] און פערצן פרשיות - אכט פתוחות און זעקס סתומות.

Arrow r.svg בא Arrow l.svg
פסוקים שמות י, א - יג
צאל פסוקים 106 (29'סטע - אייניג מיט פרשיות תולדות און ויגש)
צאל ווערטער 1655 (21'סטע)
צאל אותיות 6149 (22'סטע)
אינהאלט מכת ארבה, מכת חושך, הכנות פאר יציאה ממצרים און קרבן פסח, מכת בכורות, יציאת מצרים
מצוות אין דער פרשה לויטן ספר החינוך
עשה (9)  לא תעשה (11)
קידוש החודש, קידוש בכורות, סיפור יציאת מצרים, פטר חמור, קרבן פסח איסורי חמץ, הלכות קרבן פסח
הפטורה
אשכנזים און רוב ספרדים ירמיהו מו, יג–כח
רוב תימנים ישעיהו יט, א–כה
איטאליענער און טייל תימנים ישעיהו יח, ז - יט, כה

אינעם פרשה ווערט דערציילט איבער די לעצטע דריי מכות: ארבה, חושך און מכת בכורות; די קרבן פסח אין מצרים און יציאת מצרים. די הויפט מצוות פון די פרשה זענען די מצוות פארבינדן מיט'ן קרבן פסח, סיפור יציאת מצרים און קידוש בכורות.

פרשת בא ווערט געליינט צווישן ג' און י' שבט, און איז די דריטע פון די שובבי"ם וואכן.

פרשת השכם

אין די מסורה פון די פרשיות פון די תקופת הגאונים, ענדיגט זיך פרשת וארא פאר מכת ברד, ביי ט, יב, און פון די קומענדיגע פסוק, וַיֹּאמֶר ה' אֶל מֹשֶׁה הַשְׁכֵּם בַּבֹּקֶר, הייבט זיך אן א נייע פרשה מיט'ן נאמען "פרשת השכם" אנשטאט פרשת בא, וואס ציט זיך ביז פרשת בשלח[9]. דער לעצטער צו דערמאנען דער מסורה איז רבי יששכר בן סוסאן (געלעבט אין 16'טער יארהונדערט), אין זיין ספר "עיבור שנים"[10] וואו ער שרייבט אז אין קהילת קאנסטאנטין האט מען זיך אזוי געפירט[11].

אינהאלט

 
מכת ארבה. א היישעריק פארשוועמונג.

ארבה און חושך

אין די פריערדיגע סדרה, וארא, ווערט געשילדערט די ערשטע זיבן פון די צען מכות וואס דער אויבערשטער האט געברענגט אויף די מצריים, און אין די אנהויב פון דעם פרשה ווערט דערציילט איבער די קומענדיגע צוויי מכות: ארבההיישעריק וואס האבן אויפגעגעסן דאס גאנצע לאנדווירטשאפטליכע גערעטעניש פון מצרים, און דאן איז געקומען חושך, ווען א טינקלקייט האט זיך אראפגעלאזט איבער מצרים, וואס האט נאכגעפאלגט מיט א טאפנדע פינסטערניש, אבער פאר די אידן איז געווען ליכטיג - ”וּלְכָל בְּנֵי יִשְׂרָאֵל הָיָה אוֹר בְּמוֹשְׁבֹתָם”. פרעה איז דאן איינגעגאנגען ארויסצולאזן די אידן פון מצרים, אויפ'ן באדינג אז די בהמות נעמען זיי נישט מיט, אבער משה'ס אנטווארט איז געווען אז פרעה זעלבסט וועט זיי נאך צוטיילן קרבנות צו שחט'ן פאר'ן אויבערשטן, פון וואס פרעה איז געווארן אויפגעברויזט און פארשיקט משה מיט א ווארענונג נישט צו קומען צו אים נאכאמאל[12].

הכנות פאר יציאת מצרים

גאט האט געזאגט צו משה אז ער גייט ברענגען נאך איין מכה אויף מצרים, וואס וועט נאכפאלגן מיט יציאת מצרים, און ער זאל באפעלן די אידן צו בעטן פון זייערע מצרי'שע פריינט טייערע כלים. משה האט געווארנט פרעה איבער די באפרשטייענדע מכה, ווען אלע בכורים אין מצרים וועלן שטארבן ביי האלבע נאכט, אבער פרעה האט זיך נישט דערשראקן, און ווייטער נישט ארויסגעשיקט די אידן[13].

דאן האט דער אויבערשטער אנגעזאגט משה און אהרן איבער די מצוה פון קידוש החודש: ”הַחֹדֶשׁ הַזֶּה לָכֶם רֹאשׁ חֳדָשִׁים”, און פארגעזעצט אז זיי זאלן באפעלן די אידן איבער די דינים פון קרבן פסח; זיי זאלן עס שחט'ן "בין הערביים", און זיי זאלן שמירן די בלוט דערפון אויף די דריי זייטן פון די דרויסנדיגע שוועל פון הויז אין וועלכע זיי גייען עס עסן אלס צייכן צו ווערן אפגעהיטן און איבערגעהיפט ביי מכת בכורות, עס בראטן און עסן געאיילט און גרייט ארויסצוגיין. די דינים פונעם קרבן פסח און פונעם יום טוב פסח, דער איסור פון חמץ און חיוב פון אכילת מצה, איז געווארן אנגעזאגט אויך פאר אלע דורות. משה האט טאקע אנגזאגט די אידן די אלע באפעלן, און זיי האבן אזוי געטון[14].

מכת בכורות און יציאת מצרים

  יציאת מצרים

ביי חצות הלילה האט גאט גע'הרג'עט אלע בכורים אין מצרים, און פרעה איז געלאפן רופן משה און אהרן און זיי געזאגט באלד ארויסצוגיין פון מצרים. די מצריים האבן ארויסגעיאגט די אידן, ווען די אידן האבן - ווי דער באפעל פון משה, גענומען פון די מצריים זילבערנע און גאלדענע כלים און קליידער, און די אידן וועלכע האבן זיך געציילט צו 600,000 מענער, זענען ארויס פון מצרים[15].

ביז סוף פרשה ווערט ארויסגעשריבן די הלכות פארבינדן מיט פסח און געדענקן יציאת מצרים: די דינים פון קרבן פסח, די מצוות פון קידוש בכורות, סיפור יציאת מצרים און תפילין[16].

מצוות אין די פרשה

לויט ווי אויסגערעכנט אינעם ספר החינוך איז פארהאן 20 מצוות אין דער פרשה:

מצוה מקור אקטועל היינטיגע צייטן באפוילענע
קידוש החודש הַחֹדֶשׁ הַזֶּה לָכֶם רֹאשׁ חֳדָשִׁים (יב, ב) ניין בית דין הגדול
שחט'ן דעם קרבן הפסח וְשָׁחֲטוּ אֹתוֹ כֹּל קְהַל עֲדַת יִשְׂרָאֵל (יב, ו) ניין יעדער
עסן די פלייש פון קרבן הפסח וְאָכְלוּ אֶת הַבָּשָׂר בַּלַּיְלָה הַזֶּה (יב, ח) ניין יעדער
נישט עסן דעם קרבן פסח "נא ומבושל" אַל תֹּאכְלוּ מִמֶּנּוּ נָא וּבָשֵׁל מְבֻשָּׁל בַּמָּיִם כִּי אִם צְלִי אֵשׁ (יב, ט) ניין יעדער
נישט איבערלאזן פונעם פלייש פון קרבן פסח וְלֹא תוֹתִירוּ מִמֶּנּוּ עַד בֹּקֶר (יב, י) ניין יעדער
השבתת חמץ אום ערב פסח אַךְ בַּיּוֹם הָרִאשׁוֹן תַּשְׁבִּיתוּ שְּׂאֹר מִבָּתֵּיכֶם (יב, טו) יא יעדער
אכילת מצה די ערשטע נאכט פסח בָּעֶרֶב תֹּאכְלוּ מַצֹּת (יב, יח) יא יעדער
עס זאל זיך נישט טרעפן חמץ אין באזיס אום פסח (בל ימצא) שִׁבְעַת יָמִים שְׂאֹר לֹא יִמָּצֵא בְּבָתֵּיכֶם (יב, יט) יא יעדער
נישט עסן זאכן וואס האבן חמץ (תרעובות) אום פסח כָּל מַחְמֶצֶת לֹא תֹאכֵלוּ (יב, כ) יא יעדער
נישט געבן צו עסן פונעם קרבן פסח פאר אן עובד עבודה זרה כָּל בֶּן נֵכָר לֹא יֹאכַל בּוֹ (יב, מג) ניין יעדער
נישט געבן צו עסן פונעם קרבן פסח פאר א גר תושב תּוֹשָׁב וְשָׂכִיר לֹא יֹאכַל בּוֹ (יב, מה) ניין יעדער
נישט ארויסטראגן דעם קרבן פסח פון הויז פון די חבורה לֹא תוֹצִיא מִן הַבַּיִת מִן הַבָּשָׂר חוּצָה (יב, מו) ניין יעדער
נישט צוברעכן א ביין פונעם קרבן פסח וְעֶצֶם לֹא תִשְׁבְּרוּ בוֹ (יב, מו) ניין יעדער
אן ערל זאל נישט עסן פון קרבן פסח וְכָל עָרֵל לֹא יֹאכַל בּוֹ (יב, מח) ניין מענער ערלים
מצוות קידוש בכורות קַדֶּשׁ לִי כָל בְּכוֹר פֶּטֶר כָּל רֶחֶם בִּבְנֵי יִשְׂרָאֵל בָּאָדָם וּבַבְּהֵמָה לִי הוּא (יג, ב) יא יעדער
נישט עסן חמץ אום פסח וְלֹא יֵאָכֵל חָמֵץ (יג, ג) יא יעדער
עס זאל נישט געזען ווערן חמץ אום פסח (בל יראה) וְלֹא יֵרָאֶה לְךָ חָמֵץ וְלֹא יֵרָאֶה לְךָ שְׂאֹר בְּכָל גְּבֻלֶךָ (יג, ז) יא יעדער
מצוות סיפור יציאת מצרים וְהִגַּדְתָּ לְבִנְךָ (יג, ח) יא יעדער
מצוות פדיון פטר חמור וְכָל פֶּטֶר חֲמֹר תִּפְדֶּה בְשֶׂה (יג, יג) יא יעדער
מצוות עריפת פטר חמור וְאִם לֹא תִפְדֶּה וַעֲרַפְתּוֹ (יג, יג) ניין יעדער

דאטומען

דער שבת ווען מ'ליינט די פרשה, קען געפאלן אין זעקס אנדערע דאטומען:

הפטורה

מען ליינט די הפטורה אין די נבואות איבער מצרים. די אשכנזים און רוב ספרדים ליינען אין ספר ירמיהו, קאַפּיטל מ"ו, פסוקים י"ג–כ"ח[17] די תימנים, איראקער, טוניזיער און ליביער, ליינען "משא מצרים" אין ספר ישעיהו, קאַפּיטל י"ט, פסוקים א'–כ"ה[18], און די איטאליענער און טייל תימנים הייבן אן ביי קאַפּיטל י"ח, פסוק ז'.

ביי די ראָמאַניאטן ליינט מען ספר ישעיהו, קאַפּיטל ל"ד, פסוק י"א - קאַפּיטל ל"ו, פסוק ד'[19].

דרויסנדע לינקס


פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:פרשה לינקס

פאראמעטער [ ישיבה ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
טעקסט:

טייטש

  • מאיר הלוי לעטעריס, "פרשת בא", חמשה חומשי תורה אין אידיש, ניו יארק, תרע"ד

פארברייטערונג:

נאטיצן

  1. דאס איז היינט די פאקטישע צאל פסוקים, און אזוי שרייבן די ראשונים וואס האבן געצייכנט די צאל פסוקים און סימנים[1]. אין די חומשים איז אריינגעדריקט אז די צאל איז 105, און אזוי געבט אויך אן דער "סימן" פונעם פרשה - ימנ"ה[2]. מערסטנס פארשער גלייבן אז 105-ימנ"ה איז גרייזיג[3]; אין ספר "הנוטריקון, הסימנים והכנוים" שפעקולירט ער אז עס קומט מעגליך ימנ"ו[4]; זעט אין ברוך גלאטצער, "קונטרס יד הסימנים" [5], אז וויבאלד עס זענען פארהאן אין די פרשה דריי קורצע פסוקים אנע אתנחתא דערין [6], קומט מעגליך אריגינעל צוויי פון די פסוקים צוזאמגעשטעלט, נאר עס איז פארגעסן געווארן וויבאלד "לימנוי' בפסוקי לא בקיאינן"[7][8].

רעפערענצן

  1. אזוי אין ספר החילופים פון מישאל בן עוזיאל; דער מאירי אין קרית ספר - חלק ב, מ"ח ע"ב. זיי געבן אלס סימן - יהללא"ל, וועלכע באטרעפט 106
  2. ווי אין ערשטן געדרוקטן חומש מיט די סימנים, מקראות גדולות, ווענעציע, צ. רפ"ה.
  3. זעט אין מרדכי ליב קצנלנבוגן, "רישומי המסורה בסופי פרשות התורה וספרי התנ"ך", סיני - קכו קכז, מוסד הרב קוק; אהרן ארנד הסימנים של מנייני הפסוקים שבפרשות התורה.
  4. מאיר היילפרין, הנוטריקון, הסימנים והכנוים, ווילנא, תרע"ב.
  5. עמ' נו.
  6. יב, מה און מז, יד, ד.
  7. קידושין ל, א.
  8. זעט אין משה גלביין, פני החמה - סימני מניין הפסוקים, עמ' פא (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע) ווי ער שרייבט רמזים אין די חילוק פונעם סימן און צאל ספוקים. זעט אויך א רשימה פון אזעלכע חילוקים דורכאויס די תורה.
  9. זעט: "סדר פרשיות של ימים טובים והפטרות שלהן", הלכות פסוקות, ירושלים, תשי"א, עמ' קפ, און "זה סדר פרשיות של ימים טובים והפטריות שלהם", הלכות גדולות, בערלין: הרב עזריאל הילדסהיימר, תרמ"ח-תרנ"ב, עמ' 617.
  10. עיבור שנים, ווענעציע, לג ע"א.
  11. זעט אויספירליך אין יוסף עופר, "תפוצתה של פרשת השכם בבקר וגלגוליה", המסורה הבבלית לתורה, עקרונותיה ודרכיה, ירושלים: האקדמיה ללשון העברית, תשס"א, עמ' 187–203.
  12. קאַפּיטל י'.
  13. קאַפּיטל י"א.
  14. יב, א–כח.
  15. יב, כח–מב.
  16. יב, מב - יג, כב.
  17. סדר העיבור, סדר הפרשיות וההפטרות.
  18. סדר התפילה ה׳, ד' .
  19. הפטרת בא אויפ'ן על התורה זייטל. עס ווערן געברענגט דארט נאך וואריאציעס.


* בא קאַטעגאָריע:שבט