המכלול:שרייבן פראיעקט/ליסטע כסלו-טבת תשפ"ד

< המכלול:שרייבן פראיעקט
ווערסיע פון 21:01, 25 דעצעמבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (←‏ויחי: אפדעיט)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
Writing by Luis Prado from the Noun Project.png

שרייבן פראיעקט


פאלגנד איז א געקליבענע אויסוואל פון פאסיגע געדאנקען און פארשלאגן וואס איר קענט שרייבן אין די קומענדיגע תקופה. די ארטיקלען זענען געווארן אויסגעקליבן צוליב זייער וויכטיגקייט און אקטועלקייט, און אויך זייענדיג גרינג און געשמאק צו שרייבן אויף א פראפעסיאנאלן ניווא. אויב איר ווילט נעמען אויף זיך אן ארטיקל, צייכנט עס אן דערביי און שרייבט אייך אונטער.

נעמט אין אכט: דער הויפט ציל פון דעם פראיעקט איז אז מיר זאלן האבן כאטש איין אייגן-געשריבענע ארטיקל אויף יעדע פרשה אדער יום טוב, אז סיי ווען איינער קומט דא אריין זאל ער האבן עפעס אקטועל פון אונז צו ליינען.

ווילאנג דרעפטס זענען נאך אין פראצעס פון ווערן געשריבן, האט פשט צו שרייבן א פרישע דרעפט אויף די זעלבע פרשה, כי אינך יודע איזה יכשר - צו וועלכע די מנטרים וועלן שנעלער קענען אנקומען צו איבערגיין און אריבערפירן[1]. אבער ווען א דרעפט איז שוין אין די ענדע-שטאפלען פון ווערן אריבערגעפירט, וכל שכן נאכן אריבערפירן, איז א גרעסערע אויפטו זיך צו רוקן ווייטער צו א קומענדיגע פרשה אנשטאט צו שרייבן א פרישע דרעפט אויף די זעלבע (און אייער ארבעט וועט דאן האבן מער שאנסן צו ווערן אריבערגעפירט אויף צייט).

פארשטייט זיך אז איר קענט אלעמאל שרייבן מה שלבך חפץ, עס ווערט קיינמאל נישט פארפאלן און אויב איז עס א גוטע נושא און ארבעט וועט עס ענדגילטיג ווערן אריבערגעפירט - אויך אויב וועט מען יעצט נישט אנקומען דערצו צוליב די לענג, שוועריגקייט צו באארבעטן אדער אנדערע פאקטארן.

  1. ובפרט ביי דרעפטס וועלכע דארפן נאך צוגעפאסט ווערן אין שפראך אז עס זאל זיין אין א פליסיגע אידיש, חוץ פון קאנטראלירן דעם תוכן וואס איז די ריכטיגע אויפגאבע פון מנטרים. דאס איז א קאמבינאציע וואס נעמט מער צייט און געדולד פון מנטרים ווי עס קען אויסקוקן פונדרויסן.

פרשיות

ויצא

וישלח

וישב

מקץ

ויגש

ויחי

חנוכה