וַיַּחֲלֹם וְהִנֵּה סֻלָּם מֻצָּב אַרְצָה וְרֹאשׁוֹ מַגִּיעַ הַשָּׁמָיְמָה; וְהִנֵּה מַלְאֲכֵי אֱלֹקִים עֹלִים וְיֹרְדִים בּוֹ.
חלום סולם יעקב, מיכאל לוקס לאופולד ווילמאן, 1691

יעקב'ס חלום איז א סיפור אין די תורה אנהויב פרשת ויצא און קומט פאָר בשעת יעקב'ס רייזע קיין צפון פון באר שבע אין כנען צו חרן אין ארם נהריים, לויט די באפעל פון זיינע עלטערן נאך דער מעשה פון צוכאפן די ברכות.

יעקב האט זיך געלייגט שלאפן אין די געגנט פון די יישוב לוז און ער האט גע'חלומ'ט אויף א לייטער וואס איז שטייענדיג אויפ'ן ערד אוין עס קומט אן ביז דעם הימל, און מלאכים גייען ארויף און אראפ פון דעם. אין חלום האט דער אויבערשטער זיך באוויזן פאר יעקב און עם צו געזאגט אז דער לאנד וואס ער ליגט אויף דעם וועט ער באקומען, ווי אויך האט ער עם צוגעזאגט אז ער וועט אים אכטונג געבן אויפ'ן וועג[1].

יעקב איז אויף געשטאנען פון חלום און אויס גערופן אז דער פלאץ איז א 'בית אלוקים' און 'שער השמים', און צוליב דעם רופט ער אן די פלאץ 'בית א-ל', און ער האט געבויעט דארט א מציבה און נודר געווען א נדר אז אויב דער אויבערשטער וועט עם אכטונג געבען, וועט ער קובע זיין די פלאץ אויף דעם אויבערשטן'ס שטוב און ער וועט געבן מעשר פון זיין רכוש ווען ער וועט צוריק קומען[2].

יעקב שטעלט אויף א מציבה

אין מדרש

אין מדרש שטייט אויך אז דער אויבערשטער האט אים געוויזן די שרים פון בבל, מדי, יון, און אדום ווי זיי גייען ארויף און אראפ, און דער אויבערשטער האט אים געזאגט: דו גיי אויך ארויף. האט יעקב מורא באקומען און געזאגט אפשר ח"ו אז פונקט ווי יענע האבן געהאט א ירידה, וועל איך אויך האבן? האט אים גאט געזאגט "וְאַתָּה אַל תִּירָא עַבְדִּי יַעֲקֹב[3] אויב גייסטו ארויף וועסטו קיינמאל נישט האבן קיין ירידה. ער האט נישט געגלייבט און איז נישט ארויף. האט אים הקדוש ברוך הוא געזאגט, וואלסטו ווען געגלייבט און ארויף וואלסטו נאכנישט אראפ, יעצט אז דו האסט נישט געגלייבט און ביזט נישט ארויף וועלן דיינע קינדער ווערן משועבד אין די פיר מלכיות אין עולם הזה מיט מסים, ארנוניות, זימיות, און גלגליות[4].

פלאץ

עס זענען דא וואס האלטן אז דער היינטיגער יישוב בית א-ל איז ביי יענעם פלאץ און דערפאר הייסט דאס אזוי[5], אבער עס זענען דא וואס האלטן אז עס איז געווען אין הר הבית[6].

צייט

לויט דער ספר היובלים[7], האט יעקב אנגעקומען צו דער פלאץ אין יאר 2,115 צום בריאת העולם, אין דער טאג א' ניסן ביים אידישער קאלענדער.

משמעות פון דער לייטער

די ווארט 'סולם' שטייט נאר איין מאל אין די תורה.

  • עס זענען דא וואס זענען מסביר אז די חלום מיינט צו באווייזן די געשיכטע פון עם ישראל און ארץ ישראל: יעדער מלאך מיינט אן אנדער פאלק, און אז די מלאכים זענען 'עולים ויורדים' מיינט צו זאגן אז יעדער פאלק האט א צייט וואס ער גייט ארויף אבער שפעטער וועט קומען א צייט וואס ער וועט אראפ גיין.[8]
  • עס זענען דא וואס זענען מסביר אז דער לייטער מיינט צו באווייזן די קשר פון עם ישראל מיט דעם אויבערשטן; די מלאכים וואס גייען ארויף מיינט די תפילות און די קרבנות וואס דער מענטש איז מקריב פאר'ן אויבערשטן, און די מלאכים וואס גייען אראפ מיינט די ברכה און די נבואה וואס דער אויבערשטער גיט פאר'ן מענטש.[9]




דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

  1. בראשית כח, י
  2. בראשית כח, כב: ”עשר אעשרנו לך”. די גמרא (כתובות נ, א) דרש'נט אז דאס מיינט צוויי מאל מעשר, דאס הייסט א פיפטל.
  3. ירמיה ל, י
  4. ויקרא רבה, פרשה כ"ט, פסקה ב'
  5. בראשית רבה, פרשה ס"ט, פסקה ז'.
  6. פסחים פח, א. חולין צא, ב.
  7. פרק כ"ז
  8. פרקי דרבי אליעזר, פרק ל"ה; עס איז אראפ געברענגט אין פירוש הרמב"ן
  9. דעת מקרא