ל' חשון
דאטום אין אידישן לוח
| |||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
אין יאר ה'תשפ"ד איז נישט פארהאן קיין ל' חשון
| |||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
|
ל' חשון איז דער דרייסיגסטער טאג פונעם צווייטן חודש אין די אידישע יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער דרייסיגסטער טאג פונעם אכטן חודש ציילנדיג פון ניסן.
דער דאטום עקזיסטירט נאר אין יארן וועלכע זענען "שלימות", ארום 44.9% פון אלע יארן. אין יארן וועלכע זענען "כסדרן" אדער "חסירות", ווערט כ"ט חשון נאכגעפאלגט מיט א' כסלו.
קביעות פון יאר | טאג | סדרה |
---|---|---|
השא השג |
זונטאג | ויצא |
זשה זשג |
דינסטאג | תולדות |
בשה בשז |
דאנערשטאג | תולדות |
חגים וזמנים
געשעענישן
געבוירן
יארצייטן
- ה'תע"ב – רבי משה חפץ, א רב און משורר פון איטאליע, מחבר פון "מלאכת מחשבת" (געבוירן ה'תכ"ד)[1]
- ה'ת"ר – רבי חיים הכהן ראפאפארט, רב פון אוסטראה, מחבר פון שו"ת "מים חיים"
- ה'תר"ז – רבי צבי הירש פון רימאנאוו (געבוירן ה'תקל"ח)
- ה'תרכ"ה – רבי עבדאללה בן משה חיים, א רב, ראש ישיבה און סוחר פון באגדאד און ירושלים, פעטער פון רבי יוסף חיים פון באגדאד[2]
- ה'תרצ"ח – רבי אברהם צבי הירש גראדזענסקי, ראש ישיבה פון ישיבת ראמיילעס אין ווילנע, ברודער פון רבי חיים עוזר גראדזענסקי
- ה'תשמ"ז – רבי בצלאל זשאלטי, הויפט רב פון ירושלים און מחבר פון משנת יעב"ץ (געבוירן ה'תרפ"א)
- ה'תשס"ז – רבי אליעזר יהודה וואלדנבערג, וויכטיגער פוסק, מחבר פון שו"ת "ציץ אליעזר" (געבוירן ה'תרע"ו)
- ה'תשפ"ג – רבי חנוך ערנטרוי, בריטישער רב און דיין, ראב"ד פון קאנפערענץ פון אייראפעאישע רבנים (געבוירן ה'תרצ"ג)
רעפערענצן
- ↑ רבי מרדכי שמואל גירונדי, תולדות גדולי ישראל, עמ' 239
- ↑ לויט אנדערע, איז זיין יארצייט כ"ט חשון