כ' חשון
דאטום אין אידישן לוח
| |||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
אין יאר ה'תשפ"ד איז נישט פארהאן קיין ל' חשון
| |||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
|
כ' חשון איז דער צוואנציגסטער טאג פונעם צווייטן חודש אין די אידישע יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער צוואנציגסטער טאג פונעם אכטן חודש ציילנדיג פון ניסן.
קביעות פון יאר | טאג | סדרה |
---|---|---|
בשה בחה בשז בחג |
מאנטאג | חיי שרה |
גכה גכז |
דינסטאג | חיי שרה |
הכז השא החא השג |
דאנערשטאג | חיי שרה |
זשה זחא זשג זחג |
שבת | וירא |
חגים וזמנים
- אין דעם טאג ענדיגן זיך ניינציג תפילות פון ווען מען האט אנגעהויבן זאגן משיב הרוח ומוריד הגשם[1], און אז מען האט א ספק צי מען האט געזאגט דארף מען נישט איבערדאווענען.
געשעענישן
- ה'תרצ"א – געענדיגט דער פראיעקט פון טרוקענען און אויסברייטערן דעם חיפה בוכטע, דער גרעסטער אין די בארטנס פון ארץ ישראל
- ה'תש"ג – חורבן אייראפע: ליקווידאציע אקציע אנגעהויבן אין טאמאשאוו-מאזאוויעצק
- ה'תש"ה – לח"י פירט אויס אן אטענטאט אויף דער לארד מוין, דער בריטישער מיניסטער איבער מיטל-מזרח אנגעלעגנהייטן
- ה'תשכ"ב – דער סאוויעטן פארבאנד רייסט אויף דעם "צאר באמבע" אין עקספערימענט, דער שטערקסטער באמבע אויפגעריסן אין היסטאריע
- ה'תשמ"ט – ערשטע אינטיפאדע: א פאלעסטינער טעראריסט ווארפט אריין א פלאש-באמבע אין אן אויטאבאס, אומברענגנדיג פינף
- ה'תשס"ד – דאפלטע טעראר אטאקע דורך אל קיידא קעגן די גרויסע שוהלן "נוה שלום" און "בית ישראל" אין איסטאנבול. 24 מענטשן זענען אומגעקומען, דערין זעקס אידן.
געבוירן
- ה'תק"פ – רבי אברהם יעקב פרידמאן, ערשטער אדמו"ר פון סאדיגורא (נפטר ה'תרמ"ג)
- ה'תרכ"א – רבי שלום דובער שניאורסאהן, דער מהרש"ב פון ליובאוויטש (נפטר ה'תר"פ)
- ה'תרס"ט – רבי ידידיה שופט, הויפט רב פון איראן און מנהיג פון איראנער אידן אין אמעריקע (נפטר ה'תשס"ה)
- ה'תש"א – רבי ברוך ווייסבעקער, ראש ישיבת בית מתתיהו אין בני ברק און מיטגליד פון מועצת גדולי התורה פון דגל התורה
יארצייטן
- ד'תתקי"ט – רבי אברהם בן יצחק פון נרבונה, דער ראב"ד השני, מחבר פון ספר האשכול
- ה'תקע"ד – רבי נסים הכהן, אב בית דין פון דער גרויסער קווארטל אין דזשערבא, א מקובל און מחבר ספרים
- ה'תרי"ב – רבי שלום ראזענפעלד פון קאמינקא, רב פון יאריטשוב און קאמינקא (געבוירן ה'תק"ס)
- ה'תרמ"ה – רבי משולם ישכר הורוויץ, גאליציאנער פוסק, רב אין זלאזיץ, טיסמעניץ, סטאניסלאוו, מחבר פון "בר ליואי" (געבוירן ה'תקס"ה)
- ה'תרס"ה – רבי אלימלך רובין פון יאוואראוו (געבוירן ה'תרי"ג)
- ה'תרע"ו – רבי שלמה זלמינא צוקערמאן דער צווייטער פון ראשקוב, איידעם פון רבי אברהם יהושע העשל פון מעזשביזש
- ה'תר"צ – רבי יוסף צבי סופר, רב פון שאמשאן
- ה'תש"ב – רבי ישראל יצחק קאליש פון סקערנעוויץ
- ה'תש"ד – רבי חיים יהודה אריה ווייל, א רב אין דייטשלאנד, אומגעברענגט אויף קידוש השם (געבוירן ה'תרכ"ו)
- ה'תש"י – רבי חיים חאזשבי, א תימנ'ער רב און מקובל (געבוירן ה'תרכ"ו)
- ה'תשי"א – רבי צבי יהודה עדלשטיין, רב אין שומיאטש און רמת השרון, פאטער פון רבי גרשון עדלשטיין
- ה'תשי"ג – רבי משולם פייביש לאנגנער, דער זעקסטער אדמו"ר פון סטרעטין (געבוירן ה'תרנ"ז)
- ה'תשל"ג – ליפא פרידמאן, לאנגיעריגער פירער פון סאטמארער מוסדות
- ה'תשמ"א – רבי הלל ברוקנטאל, פון די גרינדער און ערשטער רב פון קיבוץ חפץ חיים (געבוירן ה'תרס"ט)
- ה'תשמ"ג – רבי משה נתן נטע לעמבערגער, רב פון מאקאווע און כפר־אתא, מחבר פון "עטרת משה" און "כלי גולה" (געבוירן ה'תרס"ט)
- ה'תשמ"ד – רבי מרדכי שרעבי, באקאנטער תימנ'ער מקובל און צדיק, גרינדער פון ישיבת נהר שלום (געבוירן ה'תרס"ח)
- ה'תשס"ד – רבי מרדכי צוקערמאן, תלמיד פון חפץ חיים, רב פון "בית כנסת פרושים" אין גבעת שאול, מחבר פון "לב מרדכי"
- ה'תשפ"א – הרב יונתן (יעקב צבי) סאקס, הויפט רב און באראן פונעם פאראייניגטן קעניגרייך
רעפערענצן
- ↑ ווען דער טאג געפאלט מאנטאג אדער דינסטאג: ביי תפילת שחרית; דאנערשטאג, ביי מנחה; שבת, ביי מוסף. דאס אלעס אין ארץ ישראל; אין חוץ לארץ איז עס אלעמאל איין תפילה פריער.