אראבישע ליגע

ראיאנאלע ארגאניזאציע פון אראבישע לענדער
ווערסיע פון 12:32, 12 נאוועמבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) ({{ארגאניזאציע פאר איסלאמישע קאאפעראציע}})

די אראבישע ליגע (אַראַביש: الجامعة العربية, אל-זשאַמיא אל-אַראַביאַ (הערן), ענגליש: Arab League), אפיציעל די ליגע פון אראבישע שטאטן (אַראַביש: جامعة الدول العربية) איז א ראיאנאלע ארגאניזאציע אין די אראבישע וועלט, צוזאמגעשטעלט פון 22 מיטגלידער, מיט'ן ציל צו באפרייען אלע אראבישע לענדער פון דרויסנדיגע פירערשאפט, פארמיידן - און זיך קעגנשטעלן - די גרינדונג פון א אידישע לאנד אין ארץ ישראל, און דערנענטערן די באציאונגען צווישן מיטגלידער, פארמערן צוזאמענארבעט, און סערווירן די אינטערעסן פון די אראבישע לענדער.

אראבישע ליגע
جامعة الدول العربية
Emblem of the Arab League.svg
מיטגלידער שטאַטן געוויזן אין גרין.
מיטגלידער שטאַטן געוויזן אין גרין.
Flag of the Arab League.svg
אראבישע ליגע פאן
התאגדות ראיאנאלע ארגאניזאציע
שפה רשמית אראביש
משרד ראשי קאירא, עגיפטן
מטה הארגון מטה הליגה הערבית
מייסדים עגיפטן, סאודי אראביע, סיריע, לבנון, איראק, ירדן, תימן
יושב ראש אחמד אבו אל-רייט
תקופת הפעילות 22 מערץ 1945 – הווה (79 יאָרן)
פרסים והוקרה חבר כבוד של מסדר ההצטיינות (פורטוגל)
www.leagueofarabstates.net

די ליגע פירט אן מיט פילע אינסטיטוציעס צו באשיצן און פאראויסשטופן אראבישע אינטערעסן, און דינט אלס וויכטיגע פארום וואו מיטגלידער קומען זיך צוזאם זיך דורכקומען און קאארדינירן צווישן זיך, דורכפירן שטודיעס און שטעלן קאמיטעען זיך אפצוגעבן מיט פראבלעמען וואס פלאגן די אנגעשלאסענע לענדער, און ארויסשטעלן א פאראייניגטע אראבישע שטעלונג צו די אינטערנאציאנאלע געמיינדע. טראץ איר ציל צו פאראייניגן די אראבישע לענדער, האט די ארגאניזאציע געזען שוואכע קאאפעראציע דורכאויס די יארן און געהאט ווייניג סוקסעס מיט לעזן פאליטישע שטרייטן צווישן אירע מיטגלידער[1].

היסטאריע

פון די פריע 1900 יארן האבן אראבישע פירער געזוכט צו האבן א שטערקערע ווארט און צוזאמענארבעט. נאכן ערשטן וועלט קריג, מיט די צוזאמפאל פון די אטאמאנישע אימפעריע, האבן עטליכע אראבישע לענדער געווינען טיילווייזע זעלבסטשטענדיגקייט; מיטן צווייטן וועלט קריג האט זיך געהויבן די אראבישע נאציאנאליזם, און דער ווילן זיך צו גענצליך באפרייען פון אייראפעאישע קאלאניאליזם און דרויסנדיגע דאמינאנץ. די בריטן וועלכע האבן געוועלטיגט אויף גרויסע טיילן פונעם מיטל מזרח האבן דאן געשטיצט די פריע געשפרעכן, האפנדיג צו אריבערגעווינען די אראבישע לענדער אויף די זייט פון די אליאירטע קעגן נאצי-דייטשלאנד[2]. עטליכע זיצונגען זענען אפגעהאלטן געווארן אין די יארן 1942–1944 אין פארברייטונג צו אוועקשטעלן די ליגע.

אויף די איניציאטיוו פון דער עגיפטישער פרעמיער מיניסטער מוסטאפא על-נאחאס פאשא, איראקער פרעמיער מיניסטער נורי א-סאאיד, און דער קעניג פון טראנס-ירדן אבדוללאה איבן כוסעין, האבן זיבן אראבישע פירער זיך געטראפן אום פרילינג פון יאר 1944 אין אלעקסאנדריע, עגיפטן, צו דיסקוטירן די פלענער פון שאפן אזא ארגאניזאציע, און אום מערץ 22 1945 איז די אפיציעלע פראטאקאל געווארן אונטערגעשריבן דורך די גרינדער שטאַטן. טייל נאציאנאליסטן האבן געהאפט צו שאפן א פאראייניגטע אראבישע שטאט אדער פאראיין, אבער מערסטנס באטייליגטע זענען נישט איינגעגאנגען צו אויפגעבן זייער זעלבסטשטענדיגקייט, און אנשטאט איז געשאפן געווארן א לויזע פארבאנד פון באזונדערע זעלבסטשטענדיגע שטאַטן.

די אפיציעלע הויפטקווארטיר איז אוועקגעשטעלט געווארן אין קאירא, עגיפטן. יעדער מיטגליד האט איין שטימע אין די "קאונסיל פון די אראבישע ליגע", און באשלוסן זענען נאר בינדענד פאר מיטגלידער וואס האבן אנטיילגענומען אין די אפשטימונג.

מיטגלידער

 
אנשליס דאטומען פון מיטגלידער שטאַטן; קאמאראס (אין רינג) האט זיך אנגעשלאסן 1993
  1940'ער   1950'ער   1960'ער   1970'ער
עגיפטן  עגיפטן - מערץ 22 1945 (גרינדער) (סוספענדירט, 1989-1979)
איראק  איראק - מערץ 22 1945 (גרינדער)
ירדן  ירדן - מערץ 22 1945 (גרינדער)
לבנון  לבנון - מערץ 22 1945 (גרינדער)
סאודי אראביע  סאודי אראביע - מערץ 22 1945 (גרינדער)
סיריע  סיריע - מערץ 22 1945 (גרינדער) (סוספענדירט)
תימן  תימן - מאי 22 1945 (גרינדער)
ליביע  ליביע - מערץ 28 1953 (סוספענדירט, פעברואר-אוגוסט 2011)
סודאן  סודאן - יאנואר 19 1956
מאראקא  מאראקא - אקטאבער 1 1958
טוניזיע  טוניזיע - אקטאבער 1 1958
קואוועיט  קואוועיט - יולי 20 1961
אלדזשיר  אלדזשיר - אויגוסט 16 1962
פאראייניגטע אראבישע עמיראטן  פאראייניגטע אראבישע עמיראטן - יוני 12 1971
באכריין  באכריין - סעפטעמבער 11 1971
קאטאר  קאטאר - סעפטעמבער 11 1971
אמאן  אמאן - סעפטעמבער 29 1971
מאריטאניע  מאריטאניע - נאוועמבער 26 1973
סאמאליע  סאמאליע - פעברואר 14 1974
פאלעסטינע  פאלעסטינע - סעפטעמבער 9 1976 (רעפרעזענטירט דורך די PLO, דערנאך דורך די פאלעסטינער שטאַט)
דזשיבוטי  דזשיבוטי - אפריל 9 1977
קאמאראס  קאמאראס - נאוועמבער 20 1993

פינף לענדער זענען אריינגענומען געווארן אלס אבזערווירער: אינדיע, ארמעניע, בראזיל, ווענעזועלע, עריטרעא.

פאליטיק און אקטיוויטעטן

 
דאס אונטערשרייבן פון די אראבישע ליגע פראטאקאלן, מערץ 22 1945
 
הויפטקווארטיר פון אראבישע ליגע, קאַיראָ

פון די פריע יארן איז די ליגע געווען שטארק אקטיוו אין איר קעגנערשאפט צו מדינת ישראל, עטאבלירט אין 1948. פון גרינדונג פון די ליגע האבן די פאלעסטינער געהאט פארטרעטערשאפט אלס אבזערווירער, ביז צו זייער אפיציעלער אנשליס אין 1976. אום מאי 15 (ו' אייר) 1948, א טאג נאך די דעקלאראציע פון זעלבסשטענדיגקייט אין מדינת ישראל, האבן די 7 מיטגלידער לענדער פון די ליגע אריינמארשירט אין אן אינוואזיע קעגן די ניי-געגרינדעטע לאנד, אין די קריג באקאנט אלס די מדינת ישראל זעלבסשטענדיגקייט קריג. נאכ'ן ענדע פונעם קריג האט די ליגע דערקלערט די אראבישע באיקאט פון מדינת ישראל.

טראץ די וויכטיגקייט פון קעגנערשאפט צו מדינת ישראל און דער אויבנאן וואס עס האט פארנומען ביי די אראבישע ליגע, האט די ליגע נישט באוויזן צו אוועקשטעלן א פאראייניגטע פאליסי אפילו אויף דעם הינזיכט אדער פאר די פראבלעם פון די פאלעסטינער פליטים. אין 1949 האט ירדן אנעקסירט דעם מערב ברעג אין קעגנזאץ צו די מיינונג פון די איבריגע אראבישע לענדער.

אין 1950 איז אונטערגעשריבן געווארן צווישן די גרינדער לענדער א געמיינזאמע פארטיידיגונג און עקאנאמישע קאאפעראציע אפמאך. אין 1953 איז געשאפן געווארן אן עקאנאמישע קאונסיל, און אום 1957 איז געגרינדעט געווארן די קאונסיל פון אראבישע עקאנאמישע פאראייניגונג (CAEU), צו קאארדינירן פאראייניגטע עקאנאמישע אקטיוויטעטן.

ביי די קאירא סאמיט אין 1964 האט די ליגע אויפגעשטעלט די פאלעסטינע באפרייאונג ארגאניזאציע, וועלכע האט זיך אין יאר 1976 אנגעשלאסן אלס מיטגליד. אין 1988 האט די "פאלעסטינער שטאַט" דערקלערט זעלבסשטענדיגקייט און איבערגענומען דעם ארט פון די PLO.

אין יאר 1976 האט די ליגע געשאפן א מיליטערישע קראפט צו ברענגען שלום אין די לבנון ברודער קריג, אבער האט נישט געהאט קיין ערפאלג אין ענדיגן די קריג.

אין יאר 1979 איז אנטשטאנען א קריזיס אין די ארגאניזאציע, ווען דער עגיפטישער פרעזידענט אנוואר סאדאט האט באזוכט די כנסת אין ירושלים און באשטעטיגט דעם מדינת ישראל-עגיפטן שלום אפמאך. עגיפטן איז געווארן סוספענדירט פון די ליגע, און דער הויפטקווארטיר און פירערשאפט איז אריבער פון קאירא קיין טוניס. עגיפטן איז צוריק אריינגענומען געווארן 10 יאר שפעטער, אין 1989, און דער הויפטקווארטיר איז דאן צוריק קיין קאירא.

אין יאר 1992 האט אויסגעבראכן אין סאמאליע א בירגער קריג, א הונגער און א שווערע הומאניטארישע צוזאמפאל. די ליגע איז נישט אויפגעקומען מיט קיין ענטפער צום קריזיס, און נאר מיט די הילף פון די פאראייניגטע שטאטן און אייראפע האט זיך דער מצב סטאביליזירט. א יאר דערויף האט די PLO אונטערגעשריבן דעם אסלא אפמאך מיט מדינת ישראל, אן צושטימונג פון די ליגע.

ביי די איראקער אינוואזיע פון קואוועיט אין 1990, האבן 12 מיטגלידער געשטימט צו פארדאמען איראק און פארלאנגען די באלדיגע ארויסצי פון אירע טרופן פון קואוועיט. עטליכע מיטגלידער האבן אויך אקטיוו אנטיילגענומען אין די גאלף קריג אנגעפירט דורך אמעריקע. אנדערע לענדער האבן געשטימט אנוועזנד, און טייל האבן געשטימט דערקעגן זייענדיג סימפאטיש צו איראק.

א מערהייט מיטגלידער האבן זיך קעגנגעשטעלט די אמעריקאנער אינוואזיע פון איראק אין 2003, אין די צייט וואס קואוועיט און קאטאר האבן עס געשטיצט און פארגעשלאגן פאר אמעריקע צו נוצן זייער טעריטאריע פאר די אינוואזיע. ליביע האט דאן געדראעט זיך ארויסצוציען פון די ליגע, צוליב וואס זי טוט גארנישט אין פאקטישן זין צו באשיצן איראק. נאך אינטענסיווע פארהאנדלונגען האט ליביע צוריקגעצויגן פון דעם פלאן.

ביי די ליביער אויפשטאנד און ציווילע קריג, נאכפאלגנדיג די ברוטאלע באנעמונג פון מואמאר קאדאפי קעגן די אויפשטענדלער, איז ליביע סוספענדירט געווארן אום פעברואר 22, 2011[3], ביז קאדאפי'ס טויט אין אוגוסט, ווען די איבערגאנג רעגירונג איז צוריק אריינגענומען געווארן[4]. סיריע איז סוספענדירט געווארן נאוועמבער 16, 2011, צוליב די אונטערדריקונג פון אירע בירגער דורך די אסאד רעזשים, און אום מערץ 2013, געשטעלט די סירישע אפאזיציע קרעפטן אלס פארטרעטער פון סיריע[5]. אין אנהייב 2023 האבן עטליכע מיטגליד-לענדער אנגעהויבן נארמאליזירן באציאונגען מיט סיריע, און סאודי אראביע האט אום אפריל 2023 געלאדענט דעם סירישן פרעזידענט אסאד, צו קומען באטייליגן דעם ליגע סאמיט אום מאי 17, אין ריאד[6]. ביי א ליגע זיצונג אין קאירא מאי 7, 2023, האבן 13 אויסערן מיניסטארן פון די מיטגלידער שטאטן געשטומט צוריק אריינצולאזן סיריע אינעם ליגע, טראץ קענגנערשאפט פון טייל מיטגלידער. סיריע'ס באשער על אסאד האט זיך באטייליגט ביים סאמיט אום מאי 17[7].

אין 2015 האט די ליגע אויסגעדרוקט שטיצע צו די סאודי-אנגעפירטע קאאליציע אין תימן קעגן די חוטי רעבעלן[8]. אין אפריל 2018, נאך א טערקישע אינוואזיע אין צפון סיריע צו ארויסזען די אמעריקאנער-געשטיצטע טורקישע רעבעלן, האט די ליגע דורכגעפירט א רעזאלוציע צו פארלאנגען די ארויסצי פון טערקישע קרעפטן[9]. אין סעפטעמבער 2019, האט די ליגע פארדאמט בנימין נתניהו'ס קאמפיין צוזאג צו אנעקסירן עמק הירדן אין די מערב ברעג[10].

אום סעפטעמבער 9 2020, האט די ליגע זיך צוריקגעהאלטן פון פארדאמען די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן נארמאליזירונג פון באציאונגען מיט מדינת ישראל, נאר ווידערהאלט אז "די ציל פון אלע מיטגלידער איז צו ענדיגן די אקופאציע און שאפן א פאלעסטינער שטאט אויף די 1967 גרעניצן מיט מזרח ירושלים אלס איר הויפשטאט[11].

פירערשאפט

סעקרעטאר גענעראלן פון די אראבישע ליגע
נאמען אראביש בירגערשאפט אנהייב ענדע
אבדול ראחמאן חאסאן אזאם عبد الرحمن حسن عزام עגיפטן 1945 1952
מוחאמעד אבדול חאלעק חסונא محمد عبد الخالق حسونة עגיפטן 1952 1972
מחמוד ריאד محمود رياض עגיפטן 1972 1979
טשעדלי קליבי الشاذلي القليبي טוניזיע 1979 1990
ד"ר אחמעד אצמאט אבדעל-מעגייד د. أحمد عصمت عبد المجيد עגיפטן 1991 2001
אמר מוסא عمرو موسى עגיפטן 2001 2011
ד"ר נאביל אל-אראבי نبيل العربي עגיפטן 2011 2016
אחמעד אבול רייט أحمد أبو الغيط עגיפטן 2016 אמטירנד

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

  1. Barnett, Michael; Solingen, Etel (2007), Johnston, Alastair Iain; Acharya, Amitav (eds.), "Designed to fail or failure of design? The origins and legacy of the Arab League", Crafting Cooperation: Regional International Institutions in Comparative Perspective, Cambridge University Press, pp. 180–220, doi:10.1017/cbo9780511491436.006, ISBN 978-0-521-69942-6.
  2. Lüthi, Lorenz M. (2020), The United Kingdom and the Arab League., Cambridge University Press, pp. 42–67, doi:10.1017/9781108289825.004.
  3. "Libya suspended from Arab League sessions" (1995-06-20). 
  4. "Arab League Recognizes Libyan Rebel Council", RTT News (25 August 2011). 
  5. Black, Ian (26 March 2013). "Syrian opposition takes Arab League seat". The Guardian. Retrieved 20 November 2014.
  6. Saudi Arabia to invite Syria's Assad to Arab leaders summit, ending regional isolation, אויף Reuters, ‏מערץ, 2023.
  7. MOHAMED WAGDY, KAREEM CHEHAYEB, Pariah no more? Arab League reinstates Bashar Assad's Syria, אויף Associated Press, ‏מאי 7, 2023 Assad gets warm reception as Syria welcomed back into Arab League, אויף Al Jazeera, ‏אפריל 5, 2023
  8. "Arab League's joint military force is a 'defining moment' for region", Los Angeles Times (29 March 2015). 
  9. "Turkey slams Arab League resolution on Afrin operation", Yeni Safak (18 April 2018). 
  10. "Arab nations condemn Netanyahu's Jordan Valley annexation plan", BBC News (11 September 2019). 
  11. "Arab League: Ministers agree not to condemn UAE-Israel deal". www.aljazeera.com. September 9, 2020.


מוסטער:קרד/ויקי/אנגלית