רוי:אלזשיר

פון המכלול
(אַריבערגעפירט פון רוי:אלדזשיר)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
פאלקס דעמאקראטישע רעפובליק פון אלזשיר
الجمهورية الجزائرية الديمقراطية الشّعبية{
פאן אלזשיר
פאָן
נאַציאָנאַלע זינגליד: קאַסאַמאן (אראביש)
דער צוזאג
אָרט פון אלזשיר
קאָנטינענט אפריקע
אָפיציעלע שפּראַך אראביש
הויפּטשטאָט אלזשירס

36°42′N 3°3′E / 36.700°N 3.050°E / 36.700; 3.050 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט

רעגירונג רעפובליק
פּרעזידענט
פּרעמיער מיניסטער
אבדעלאזיז בוטעפליקע
אכמעד או-יאכיא
גרינדונג דאַטום
5 יולי 1962 (אומאפהענגיג פון פראנקרייך)
פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענט וואַסער
2,381,741 קוואַדראַט ק"מ
10ט
נישטיק
באַפעלקערונג
- צאָל
- וועלט גראַדונג
- ענגקייט

40,969,443 (אפגעשאצט 2017)
33טע
17.20 מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע $612,500 ביליאן (35סט)
וואַלוטע אלזשירישער דינאר DZD
צייט זאָנע UTC +1
אינטערנעט דאָמען dz.
טעלעפאָן קאָד 123+
LocationAlgeria.png
Algiers coast.jpg

אַלזשיר (אַראַביש: الجزائر אַלזשאַזאַאיר, Al Jaza'ir [ælʤæˈzæːʔir], בערבעריש: Algeria in Tifinagh.svg, דזייער ldzæjər), אפיציעל די פאָלקס דעמאקראטישע רעפובליק פון אלזשיר, איז אַ לאַנד אין צפון אַפריקע. ער איז דאס צווייטע גרעסטע לאנד אינעם קאנטינענט אפריקע[1] און דאס 11טע גרעסטע לאנד אין דער וועלט אין פלאך מאס.[2] זי גרעניצט זיך מיט טוניסיע צו צפון-מזרח, ליביע צו מזרח, ניזשער צו דרום-מזרח, מאלי און מאריטאניע צו דרום-מערב, א פאר קילאמעטער פון דעם מערב סאהארא צו מערב, מאראקא צו דרום-מערב, און דעם מיטלענדישן ים צו צפון.

זיין הויפּטשטאָט איז אַלזשירס.

אלזשיר איז א מיטגליד אין די פאראייניגטע פעלקער, אפריקאנער פארבאנד, אראבישער ליגע און אפעק.

עטימאלאגיע

דער נאמען פונעם לאנד שטאמט פון דער שטאט אלזשירס. דער שטאָט'ס נאמען שטאמט פון אראביש al-Jazā'ir (الجزائر, "די אינזלען").

היסטאריע

מיטל-אלטער

מוסולמענער אראבער פון דעם אומאיאדישן כאליפאט האבן איינגענומען אלזשיר אינמיטן דעם 7טן יארהונדערט, און א גרויסע צאל פון די איינוואוינער האבן פארוואנדלט זייער גלויבונג צו דער נייער רעליגיע איסלאם. נאך ווען דער אומאיאדישער כאליפאט איז איינגעפאלן, זענען ארויסגעקומען פיל לאקאלע דינאסטעס, כולל די אגלאבידן, אלמאהאדן, אבדאלוואדיד, זירידן, רוסטאמידן, כאמאדידן, אלמאראווידן און פאטימידן.

פראנצויזישע קאלאניזאציע (1830-1962)

אין 1830 האבן די פראנצויזן אינוואדירט און איינגענומען אלזשירס מיט א טענה אז מען האט באליידיגט זייער קאנסול. נאכדעם האט אויפגעהערט די אלזשירישע שקלאף־האנדל און ים-גניבות. די באפעלקערונג פון אלזשיר איז געווען 1.5 מיליאן אין 1830. ביז 1875, ווען זיי האבן דערגרייכט א פולשטענדיגן נצחון, זענען בערך 825,000 אלזשירער געהרג'עט געווארן אין דער מלחמה.

עקאנאמיע

פאסיל-ברענשטאף איז דער פונדאמענט פון דעם לאנדס עקאנאמיע, און ברענגט אריין 60% פונעם בודזשעט און מער ווי 95% פון עקספארט. אלזשיר האט ריזיקע רעזערוון פון נאטירליכן גאז (צענט אין דער וועלט) און איז פערט אין דער וועלט אין עקספארט.

אלזשיר האט א גרויסן דרויסנדיקן חוב. די עקאנאמיע האט געדאנזשעט צו וואקסן אין 1980 יאר, טיילווייז צוליב דעם רעפארם, געשטיצט דורכן וועלט באנק און דעם פאריזער קלוב, וואס האט געהאלפן אפצאלן דעם חוב. די רעגירונג זוכט אויס וועגן צו פארמינירן די אפהענגיקייט אין נאפט און גאז.

געאגראפיע

אלזשיר האט דעם גרעסטן שטח פון אלע לענדער אין דעם קאנטינענט פון אפריקע (זייט סודאן האט זיך צעשפאלטן). אלזשיר ליגט מערסטנס צווישן די גארטל־ליניעס 19° און 37°N (מיט א קליינעם טייל וואס איז צפון פון 37°N און דרום פון 19°N), און צווישן מערידיאן־ליניעס 9°W און 12°E.

די בארטנס זענען זייער בערגיק און דאס לאנד האט ווייניג גוטע פארטן. אין דעם געגנט וואס איז דרום פונעם בארטן, וואס ווערט גערופן דער "טעל אטלאס", איז פאראן פרוכפערע באדן. דרום פונעם טעל געפינען זיך די אטלאס בערג און דער סאהארא מדבר. דער העכסטער פונקט איז בארג טאהאט (3,003 מ).

די הויפט שטעט זענען אלזשירס, אראן און קאנסטאנטין.

קלימאט און הידראלאגיע

סאהארא אאזיס שטעטל טאגהיט
אזערע אגולמימע, טיקזשדע.

אין דעם געגנט, קענען די מיטאג־צייט טעמפעראטורן זיין גוט ווארם א גאנץ יאר. נאכן זונפארגאנג אבער, לאזט די קלארע טרוקענע לופט אז די היץ זאל גיך אוועקגיין, און ביינאכט איז קיל אדער אמאל אפילו פרעסטלדיק.

עס רעגנט גאנץ שיין ביי דעם בארטנס טייל פונעם טעל אטלאס, פון 400 ביז 670 מ"מ א יאר, מער צו מזרח ווי צו מערב. דער גרעסטער אפזעץ איז אין צפון טייל פון מזרח אלזשיר, טייל יארן אפילו 1000 מ"מ. מער אין לאנד אריין רעגנט עס נישט אזוי פיל.

אלזשיר האט זאמד דיונעס צווישן די בערג. אין די דאזיגע געגנטן ווען עס בלאזט די ווינט א סך, קען די טעמפעראטורן דערגרייכן ביז 43.3 °C.

בעלי־חיים און געוויקסן

א טייל פון די בעלי חיים לעבן גאנץ נאנט צו ווי מענטשן וואוינען. די מערסט געזען בהמות זענען ווילדע וואלד-חזירים, שאקאלן און הערשן; אמאל זעט מען אויך פוקסן און זשערבאעס. דער בערבערהירש באוואוינט די געדעכטע פייכטע וועלדער אין די צפון־מזרח שטחים. אויך זענען פאראן פארשידענע זגאלן פון פויגלען.

די איינציגע זגאל פון מאלפעס אין לאנד איז די בערבער-מאלפע. אין די האלב-טרוקן געגנטן טרעפט מען שלענג, יאשטשעריצעס און נאך רעפטילן.טייל זגאלן זענען היינט אויסגעשטארבן, כולל בערבערלייבן, אטלאס-בערן און מערב-אפריקאנישע קראקאדילן.[3]

אין צפון פון לאנד וואקסן איילבירט ביימער, דעמבן, צעדערביימער און אנדערע נאדלביימער. די בערג אנטהאלטן גרויסע וועלדער פון אלעמאל-גרין ביימער (ירושלים-סאסנע, וועכאלטער) און טייל אפפאלנדיקע ביימער. פייגנביימער, אייקאליפטן, אגאוון און פארשידענע פאלמעס וואקסן אין די ווארעמערע געגנטן. וויינשטאקן וואקסן ביים בארטן.

פאליטיק

די פאלקס־נאציאנאלע פארזאמלונג

דער ראש מלוכה איז דער פרעזידענט פון אלזשיר, וועמען מען דערוויילט אויף א קאדענץ פון פינף יאר. אמאל האט דער פרעזידענט געמעגט דינען נאר צוויי קאדענצן פון פינף יאר, אבער אום 11טן נאוועמבער 2008 האט דער פארלאמענט אויפגענומען אן ענדערונג צו דער קאנסטיטוציע וואס האט אוועקגעמאכט די לימיטאציע.[4] אלזשיר האט אלגעמיינע שטימרעכט ביי 18 יאר אלט.[5] דער פרעזידענט איז דער הויפט פון דער מיליטער, פון דעם ראט פון מיניסטארן און פונעם הויך־זיכערהייט ראט. ער באשטימט דעם פרעמיער מיניסטער וואס איז אויך דער ראש פון דער רעגירונג.[6]

דער אלזשירישער פארלאמענט האט צוויי קאמערן; דאס נידעריגער הויז, די "פאלקס־נאציאנאלע פארזאמלונג", האט 462 מיטגלידער וואס ווערן געוויילט דירעקט אויף א קאדענץ פון פינף יאר, און דאס העכערע הויז, דער "ראט פונעם פאלק", האט 144 מיטגלידער וואס דינען אויף א זעקס־יעריגן קאדענץ, פון וואס 96 מיטגלידער ווערן אויסגעוויילט דורך די לאקאלע פארזאמלונגען און 48 ווערן באשטימט דורכן פרעזידענט.[7]

די לעצטע וואלן זענען פארגעקומען מאי 2012, און די אינטערנאציאנאלע קאנטראלירער האבן געהאלטן אז זיי זענען געווען פריי.[7] אין די וואלן האט דער נאציאנאלער באפרייאונג פראנט געוואונען 221 מאנדאטן, די נאציאנאלע דעמאקראטישע זאמלונג האט געוואונען 70, און דער איסלאמישער גרינער אלזשיר אליאנץ האט געוואונען 47.[7]

אדמיניסטראטיווע אפטיילונגען

אלזשיר איז צעטיילט אין 48 פראווינצן, 553 דיסטריקטן און 1,541 מוניציפאליטעטן.

עקאנאמיע

אלשזיר ווערט קלאסיפיצירט א העכער-איינקומפט לאנד דורכן וועלט באנק.[8] אלשיר'ס וואלוטע איז דער דינאר (DZD). די עקאנאמיע איז נאכאלץ דאמינירט דורך דעם שטאַט, א לעגאַט פון דעם לאנד'ס סאציאליסטישן אנטוויקלונג מאדעל נאך דעם לאנד'ס אומאפהענגיגקייט. אין די לעצטיגע יארן האט אלזשיר'ס רעגירונג אפגעשטעלט די פריוואטיזאציע פון אינדוסטריעס וואס געהערן צו דער רעגירונג און האט ארויפגעלייגט באגרעניצונגען אויף אימפארטן און אויסלענדישער אריינגעצויגנקייט אין זיין עקאנאמיע.[5] די באגרעניצונגען ווערן ביסלעכווייז אראפגענומען לעצטנס אבער עס בלייבן פראגעס וועקן אלזשיר'ס פאמעלעך דיווערסיצופירנדיגער עקאנאמיע.

א כוואליע פון עקאנאמישע פראטעסטן אין פעברואר און מערץ 2011 האבן געטריבן די אלזשיר רעגירונג צו געבן מער ווי $23 ביליאן אין פובליקע סובווענצן און רעטראאקטיווע העכערונגען אין געהאלט און בענעפיטן. פובליקע אויסגעבן איז ארויף מיט 27% י יאר די לעצטע פינף יאר.

רעפערענצן

  1. CIA World Factbook
  2. CIA World Factbook Rank Order - Area
  3. Crocodiles in the Sahara Desert: An Update of Distribution, Habitats and Population Status for Conservation Planning in Mauritania. PLOS ONE. ‏25סטן פעברואר 2011.
  4. "Algeria Deputies Scrap Term Limit", BBC News (‏12טן נאוועמבער 2008). דערגרייכט דעם ‏24טן נאוועמבער 2008. ארכיווט פונעם אריגינאל דעם ‏14טן נאוועמבער 2008. 
  5. 5.0 5.1 "The World Factbook – Algeria". Central Intelligence Agency. ‏4טן דעצעמבער 2013. Archived from the original on ‏13טן אקטאבער 2012. Retrieved ‏24סטן דעצעמבער 2013. {{cite web}}: Check date values in: |accessdate=, |date=, and |archivedate= (help); Unknown parameter |deadurl= ignored (|url-status= suggested) (help)
  6. Articles: 85, 87, 77, 78 and 79 of the Algerian constitution Algerian government. "Constitution". Retrieved ‏25סטן סעפטעמבער 2011. {{cite web}}: Check date values in: |accessdate= (help)
  7. 7.0 7.1 7.2 "Algeria". Freedom in the World 2013. Freedom House. Retrieved 8טן מערץ 2013. {{cite web}}: Check date values in: |accessdate= (help)
  8. "World Bank list of economies". וועלט באנק. יאנואר 2011. Retrieved ‏27סטן מאי 2011. {{cite web}}: Check date values in: |accessdate= (help)




Africa stub icon.svg דער ארטיקל בנוגע געאגראפיע פון אפריקע איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!