רוי:רבי אברהם יהושע העשיל (אפטא)

גרינדער פון אפטא-מעזשיבוזש דינאסטיע, "אוהב ישראל" (תק"ח–תקפ"ה)
רבי אברהם יהושע העשיל פון אפטא
דער ציון פון אפטער רב
דער ציון פון אפטער רב
געבורט 1748
ה'תק"ח
דזימיגראד
פטירה מערץ 24 1825 (אלט: 77 בערך)
ה' ניסן ה'תקפ"ה
מעזעביזש
כינוי אפטער רב
מקום קבורה מעזעביזש
וואוין אָרט דזימיגראד, קאלבאסאוו, אפטא, יאסי, מעזעביזש
טעטיגקייט אָרט קאלבאסאוו, אפטא, יאסי, מעזעביזש
רבי'ס זלאטשוב'ער מגיד, רבי אלימלך פון ליזענסק
ספרים "אוהב ישראל", "תורת אמת"
טאטע רבי שמואל רב פון ניישטאט, פון די גרויסע רבנים אין פוילן
מאמע מרת רחל מרגלית
ערשטער אדמו"ר פון אפטא
נוסח פון זיין מציבה
פ”נ הרב אדמו”ר אוהב ישראל מ”ה אברהם יהושע העשיל מק’ אפטא בהרב החסיד ועניו שלשלת היוחסין מ’ שמואל ז”ל. נפ’ ה’ ניסן תקפ”ה. לעת זקנותו תקע אהלו של תורה פ”ק מעזבוז ולו דומי’ תהילה ובמקום גדולתו שם ענותנותו, אשר יצוה את בניו שלא לכתוב על מצבתו שבחות. תנצב”ה.

רבי אברהם יהושע העשיל פון אפטא (ווערט אויך אנגערופן אפטא'ער רב; דער אוהב ישראל, אויפן נאמען פון זיין ספר); (ה'תק"ח, 1748ה' ניסן ה'תקפ"ה, מערץ 24 1825) איז געווען א רבי, דער ערשטער אין אפטא-מעזשביזש און קאפיטשניטץ דינאסטיע.

ביאגראפיע

ער איז געבוירן אין יאָר ה'תק"ח[1] צו רבי שמואל, איידעם פון רבי יעקב פון טאָרטשין[2], און פון די אויסגעצייכנטע תלמידים פון רבי אלימלך פון ליזענסק. ער האט געדינט אלס רב און אדמו"ר אין קאלבאסאוו וואס איז אין גאליציע, אין אפטא וואס איז אין פוילן, אין יאסי וואס איז אין מאלדאווע, און אין מעזעביזש אין פאדאליע (אוקראינע). אין זיינע לעצטע יארן איז ער געווען דער זקן האדמו"רים אין זיין דור, און זיין מיינונג איז געווען פאררעכנט ביי אלע חסידים.

דער אפטא'ער רב איז געווען פון די בארימטע רבנישע משפחות פון ביידע עלטערן, און זיין פאטער הרב שמואל וועלכער האט געדינט אלס רב פון ניישטאט, איז געווען איינער פון די חשוב'סטע רבנים פון פוילן. שוין אין די קינדער יארן האט ער ארויסגעוויזן גרויסע פעאיקייטן. ער האט געלערנט ביי רבי אלימלך פון ליזענסק, און איז געווען באקאנט אלס א גרויסער למדן אין גמרא. ער האט אנגעהויבן זיין קאריערע אלס רב פון דער שטעטל קאָלבאסאָוו אין פּוילן אום יאר ה'תקמ"ח ווי ער האט אסאך געליטן. אום ה'תק"ס האָט ער מסכים געווען צו ווערן באַשטימט צו ווערן רב אין אפטא. אום ה'תקס"ח איז ער פאררופן געווארן דורך דעם באנקיר דער חסיד יחיאל דניאל צו דינען אלס רב אין יאסי, וועלכער האט אויך צוגעזאגט צו צושטעלן א הויז וואו ער וועט קענען אויפנעמען די וואס וועלן קומען לערנען תורה מיט אים, אבער אויך דארט האט ער עס נישט געהאט לייכט, און אין יאר ה'תקע"ג האט ער געמוזט אנטלויפן און איז אריבער קיין מעזשביזש.

ער האט זיך געשטעלט קעגן עטליכע דרוקן פון אנדערע חסידישע הויפן ווי פאלגנד: ער האט נישט מסכים געווען מיט די באוועגונג פון רבי צבי הירש פון זידיטשוב און איז געווען קעגן זיין איניציאטיוו איבערצודרוקן און ווידער פארשפרייטן דעם ספר הזוהר[3].
אזוי אויך האט ער זיך קעגן געשטעלט[א] די וואס האבן געוואלט דרוקן דעם ספר המשלים פון רבי נחמן מברסלב, ווייל ער האט געגלייבט אז אין די משלים זענען פארשפארט זייער טיפע סודות און אין א שפראך וואס איז שווה לכל נפש, און דעריבער, נישט פאסיג[ב][4].

אין יאר ה'תקע"ג[5], נאך וואס אין קהילה אין יאסי איז געווארן מחלוקת, און אין מעזעביזש איז דער פלאץ ליידיג געווארן[אויסקלארונג פארלאנגט] האט ער זיך באזעצט אין מעזעביזש וואו עס זענען געווען אסאך חסידים נעבן אים. ער האט ווייטער געהאלטן קאנטאקטן מיט די חסידישע קהילות פון מאלדאווע, און איז צומאל אויך גערופן געווארן צו לייזן הלכה'דיגע פראגעס. זיין מערסטאויסגעצייכנט שטריך איז געווען זיין ליבשאפט צו אידן[מקור פארלאנגט].

ער איז אוועק ה' ניסן ה'תקפ"ה, און איז באערדיגט געווארן אין בית החיים אין מעזעביזש נעבן דעם בעל שם טוב אין דעם זעלבן אוהל. די חסידישע לעגענדע זאָגט, אַז מלאכים האָבן געטראָגן זיין קערפער און באערדיגט אין בית החיים אין טבריה וואו עס איז געשטעלט געווארן אַ סימבאָלישן שטיין לכבוד אים. א בית מדרש איז געגרינדעט געווארן אין יאסי אויף זיין נאמען.

פאמיליע

באקאנטע תלמידים

זיינע ספרים

  • אוהב ישראל (ז'יטומיר תרכ"ה), וואס אויף דעם איז ער פאררופן געווארן דער "אוהב ישראל".
  • תורת אמת (לבוב תרי"א).
  • אגרות האוהב ישראל, בהוצאת מכון שפתי צדיקים, ירושלים תש"ס.

זעט אויך

צו ליינען מער

דרויסנדע לינקס

כתביו

נאטיצן

  1. טייל זאגן אז ער האט אפילו געשאלטן.
  2. ער האט געזאגט:"הייתכן אז סודות התורה זאלן געדרוקט ווערן אין א שפראך פון קינדער און ווייבער"

רעפערענצן

  1. זענען פארהאן וואס זאגן ה'תקט"ו, אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר ווענדער.
  2. אוועק י"ט סיון ה'תקמ"ה, שטאמט פון רבי העשיל פון קראקא, ט"ז, מהר"ם פון לובלין, פון מהר"ם פאדוואה און נאך גרויסע פערזענליכקייטן.
  3. דור דעה זייט רעב.
  4. א. מ. הברמן, 'קבוצי יחד', ירושלים תש"מ, זייט 134.
  5. אוהב ישראל הוצאת פאר מקדושים, תולדות, זייט 44.;תולדות האוהב ישראל, מכון שפתי צדיקים אויף אוצר החכמה זייטל.
  6. זיין אור אייניקל איז געווען רבי יחיאל מיכל מעכלאוויטש הי"ד פון בראד-קלויזנבורג.


פריערדיגער:
{{{פאריגער}}}
אדמו"רי אפטא-זינקוב קומענדיגער:
{{{נעקסטער}}}

[[{{{1}}}|ו{{{1}}}]]