רוי:מעלה אדומים

ווערסיע פון 19:42, 26 אקטאבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")
מעלה אדומים
Coat of arms of Maale Adumim.svg
Ma'ale Adumim, 2006 (2).jpg
מעלה אדומים צענטראַל
מדינה / טעריטאָריע Flag of Israel.svg מדינת ישראל
גרינדונג דאַטע 1975
ראַיאָן יהודה און שומרון
בירגערמייסטער בני כשריאל
אָפיציעלע שפּראַך העברעיש
שטח 49.177 קוואדראט ק"מ
הייך 500 מעטער

 ‑ אין שטאָט
 ‑ באַפעלקערונג ענגקייט

35,000‏  (שטייענדיג 2010)
712 באוואוינער א ק"מ2
צייט זאָנע UTC+2

מעלה אדומים, איז א שטאָט אין מדבר יהודה אין מערב ברעג, וואס געהערט צו ישראל. די שטאָט געפונט זיך מזרח פון ירושלים, צפון פון מדבר יהודה. עס איז דערקלערט געווארן אלס שטאָט, אין יאר 1991.

די ערשטע הייזער זענען געבויט געווארן אין יאר 1975, וואס וויבאלד די שטאָט איז נאנט צו ירושלים, האט עס געצויגן מערערע איינוואוינער. מעלה אדומים דינט אלס צענטראלע שטאָט פון גוש אדומים געגנט. די בירגערמייסטער איז בני כשריאל.

לויט דעם צענטראלן ביורא פאר סטאטיסטיק, האט די שטאָט א באפעלקערונג פון 35,000 ריכטיק פאר 2010.

די פאקט אז מעלה אדומים געפונט זיך אין די פארנומענע געביטן, איז אן אנגייענדע שטרייט צווישן ישראל און די פאלעסטינער. איר צוקונפט איז דעריבער נישט קלאר, וואס נאכן אונטער שרייבן א שלום אפמאך צו וועמען די שטאט וועט געהערן. מאנכע אין ישראל שלאגן פאר, פאר ישראל צו בויען אין די געגנט צווישן מעלה אדומים אין ירושלים, און פארבינדן די צוויי שטעט. פאלעסטינער און לינקע ארגאניזאציעס זענען דערקעגן, מיטן דער טענה אז די ציל מיטן בויען איז צוטיילן צווישן יהודה און שומרון, אזוי ארום וועט די פאלעסטינער לאנד זיין צוטיילט.

אין יאר 2000, זענען די צוויי רעגירונגען פון מדינת ישראל און פאלעסטינער אויטאריטעטן געקומען צום פארשטענדעניש, אז מעלה אדומים וועט זיין א טייל פון מדינת ישראל, צוזאמען מיט אנדערע געגנטן ווי גוש עציון, און אריאל געגנט.

ביים בויען די זיכערהייטס צוים, איז געווען מיינונגס פארשידענהייטן, אויב אריינצורעכענען די שטאט, די רעגירונג האט געוואלט אריינרעכענען די שטאט אינערהאלב די צוים, נאך דרוק פון אמעריקע, און נאכן אפעלירן צו בג"ץ, איז די שטאט געבליבן אינדרויסן פון צוים. רבנים פון מעלה אדומים הרב יהושע כ"ץ מיט הרב מרדכי נגארי.

צווילינג שטעט



דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!