רוי:גריכיש

ווערסיע פון 13:30, 26 אקטאבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

גריכיש (ελληνικά העללעניקאַ) איז א שפראך מיט א היסטאריע פון 3400 יאר. בערך 17–25 מיליאן מענטשן רעדן גריכיש היינט, אין די לענדער גריכנלאנד (אפיציעל), ציפערן (אפיציעל), אונגארן, אוקראינע, איטאליע, אלבאניע, ארמעניע, טערקיי און רומעניע אחוץ פון גריכישע אויסלענדער געמיינדעס איבער דער וועלט, איינשליסנדיג אויסטראליע, בולגאריע, גרוזיע, מאלדאווע, מאקעדאניע, פאראייניגטע שטאטן, קאנאדע, רוסלאנד, דייטשלאנד און נאך.

מען שרייבט גריכיש אינעם גריכישן אלפאבעט (דער ערשטער אלפאבעט מיט וואקאלן) זייט דעם 9טן יארהונדערט פאר נול אין גריכנלאנד (פריער פלעג מיין שרייבן גריכיש מיט לינעאר B), און זייט דעם 4טן יארהונדערט פאר נול אין ציפּערן.

היסטאריע

מען רעדט גריכיש אין דעם באלקאן האלבאינזל שוין מער ווי דריי טויזנט יאר.

מען איז געוואוינט צו טיילן גריכיש לויט די פאלגנדע פעריאדן:

  • מיקענעישע גריכיש
  • אור-אלטע גריכיש ס'איז געווען שטארק פארשפרייט אין דער רוימישער אימפעריע
  • קוינע גריכיש, אדער אלוניסתין אויף לשון חז"ל, דער שפראך אין צייט ארום ג'ת"ס ביז ד"ס

די אייראפעאישע (און אנדערע מאדערנע) שפראכן האבן געבארגט אסאך גריכישע ווערטער:

אסטראנאמיע, דעמאקראטיע, פילאזאפיע, א.א.וו. דערצו ניצט מען גריכישע ווערטער צו שאפן ניימאדישע ווערטער: אנטראפאלאגיע, פאטאגראפיע, ביאמעכאניק בפרט אינעם וויסנשאפטליכן וואקאבולאר.
אפיציעלע שפראכן פונעם אייראפעאישן פארבאנד
 
אונגעריש · איטאליעניש · איריש · בולגאריש · גריכיש · דייטש · דעניש · האלענדיש · טשעכיש · ליטוויש · לעטיש · מאלטעזיש · סלאוואקיש · סלאוועניש · ענגליש · עסטיש ·
פארטוגעזיש · פויליש · פיניש · פראנצויזיש · קראָאַטיש · רומעניש · שפאניש · שוועדיש

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!