רוי:אלעד

ווערסיע פון 11:11, 26 אקטאבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")
אלעד
Coat of arms of Elad.svg
Elad03.JPG
איבערבליק איבער אלעד
מדינה / טעריטאָריע Flag of Israel.svg מדינת ישראל
גרינדונג דאַטע 1998
דיסטריקט צענטער דיסטריקט
בירגערמייסטער ישראל (שרוליק) פרוש
אָפיציעלע שפּראַך העברעיש
שטח 2.756 קוואדראט ק"מ
הייך 122 מעטער

 ‑ אין שטאָט
 ‑ באַפעלקערונג ענגקייט

37,400‏  (שטייענדיג 2010)
13,570 באוואוינער א ק"מ2
צייט זאָנע UTC+2

אלעד איז א שטאט אין דעם צענטער דיסטריקט אין ישראל וואס פארנעמט א שטח פון 2,756 דונאם. זי איז אויפגעשטעלט געווארן אלס א לאקאלע ראט אין 1998, אום 23סטן נאוועמבער 2007 איז איר סטאטוס געטוישט צו א שטאט.[1]

אלעד איז א יישוב מיט א חרדישן כאראקטער. אין אנהייב איז זי נאר געווען א וואוינונגס שטאט אבער מיט דער צייט האט אנטוויקלט דער מסחר און אינדוסטריע. אין חודש יוני 2006, האט דער היים מיניסטער באשטעטיגט אוועקצושטעלן נאך 250 דונאם צום שטעטל פאר'ן צוועק פון אויפשטעלן אן אינדוסטריעלע זאנע.

הויפטן און בירגערמייסטערס

דער ערשטער הויפט פון דער לאקאלער ראט איז געווען רב צוריאל קריספל. צוליב סכסוכים צווישן אים און די שטאטס רבנים, הרב שלמה זלמן גראסמאן און הרב מרדכי מלכה, האבן די חרדישע פארטייען ש"ס און יהדות התורה פארגעשטעלט אלס קאנדידאט צביקה כהן.

אום כ"ט שבט תשס"ח האט די שטאט אלעד געפייערט ווערן אויפגענומען אלס א שטאט, און צביקה כהן איז געווארן דער ערשטער בירגערמייסטער פון דער שטאט.

צו די 2008 מוניציפאלישע וואלן, האט קאנדידירט פאר בירגערמייסטער יצחק שלום עידן[2] אונטערן פאן פון דער ש"ג ליסטע פון אלע חרדישע פארטייען (חסידים, מתנגדים, ספרדים) און איז געווארן געוויילט מיט 75.8% פון די שטימען.[3]

ביי די 2013 מוניציפאלישע וואלן, האבן קאנדידירט ישראל פרוש און צוריאל קריספל פאר בירגערמייסטער; פרוש איז געווארן געוויילט.

קאמענטארן


דרויסנדע לינקס


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!