פרשת לך לך
פרשת לֶךְ-לְךָ איז די דריטע פרשה פון ספר בראשית און פון די תורה בכלל. די פרשה גייט פון בראשית יב, א, ביז קאַפּיטל י"ז, פסוק כ"ז, לויטן אנגענומענעם צעטיילונג פון קאפיטלען.
| |||||
פסוקים | בראשית יב, א - יז, כז | ||||
---|---|---|---|---|---|
צאל פסוקים | 126 | ||||
צאל ווערטער | 1686 | ||||
צאל אותיות | 6336 | ||||
אינהאלט | אברם גייט קיין ארץ כנען, א הונגער ברענגט אים קיין מצרים, מלחמת המלכים, ברית בין הבתרים, הגר געבוירט ישמעאל, ברית מילה | ||||
מצוות אין דער פרשה לויטן ספר החינוך | |||||
| |||||
הפטורה | |||||
ספרדים און אשכנזים | ישעיהו מ, כז - מא, טז | ||||
תימנים און איטאליענער | ישעיהו מ, כה - מא, יז | ||||
ראָמאַניאָטן | יהושע כד, ג–כג |
די פרשה הייסט "לך לך" אויפ'ן באפעל פונעם אויבערשטן צו אברם ארויסצוגיין פון זיין פלאץ און זיך ציען צום לאנד כנען. די פרשה שילדערט די ערשטע טייל פון אברהם אבינו'ס לעבנס געשיכטע; לויט'ן באפעל פונעם אויבערשטן פארלאזט ער חרן און באזעצט זיך אין צוגעזאגטן לאנד כנען, צוליב'ן הונגער איז ער געצווינגען צוויי מאל אראפצוגיין פון דארט קיין מצרים און פלשתים; די קריגעריי און שיידונג פון אברהם און זיין פלימעניק לוט, וועמען ער ראטעוועט שפעטער ביי די מלחמה פון די פיר קעניגן קעגן די פינף. הָגָר ווערט פארטריבן און געבוירט ישמעאל. דער באשעפער שניידט די ברית בין הבתרים מיט אברהם און באפעלט אים צו מל'ן זיך און זיין הויזגעזינד.
פרשה אינהאלט
לך לך מארצך
גא-ט באפעלט אברם צו פארלאזן זיין וואוינארט. ער קומט אן מיט זיין פרוי שרי, זיין פלומעניק לוט, זיינע קנעכט און דינסטן, און די מענטשן וועם זיי האבן מגייר געווען[1], צום לאנד כנען, וואו גא-ט באווייזט זיך צו אים און פארשפרעכט צו געבן די דאזיגע לאנד פאר זיינע קינדער[2]. א הונגער אין כנען צווינגט אים אראפצוגיין קיין מצרים, אויס מורא פאר זיין לעבן שטעלט ער אהער שרי ווי זיין שוועסטער, ווען פרעה'ס קנעכט פארכאפן איר צום הויז פון פרעה, דער באשעפער שלאגט פרעה מיט שווערע קרענק ביז'ן איר צוריקגעבן און זיי פארשיקן[3].
אברם קערט זיך צוריק קיין ארץ כנען ווען א שטרייט אנטוויקלט זיך צווישן די פאסטוכער פון אברם און די פון לוט, זיי שיידן זיך, און לוט באזעצט זיך אין די זינדיגע סדום. גא-ט באווייזט זיך ווידער צו אברם און ווידערהאלט די צוזאג צו געבן דאס לאנד און אים מאכן פאר א גרויס פאלק[4].
מלחמת המלכים
פיר בבלישע קעניגן נעמען איין די [ירדן]] אומגעגענט פאר צוועלף יאר, אין דרייצנטע יאר האבן פינף לאקאלע קעניגן רעוואלטירט, אין די פערצנטע יאר זענען די פיר קעניגן געקומען אונטערדרוקן די פינף קעניגן און אפגעהאלטן א מלחמה אין "עמק הַשִׂדִּים", ווען זיי האבן געזיגט האבן זיי גענומען אין געפענגעניש די קעניגן פון סדום און עמורה, און צוזאמען מיט זיי אויך לוט. ווען אברם הערט דערוועגן פון דער "פליט" - עוג מלך הבשן[5], לאזט ער זיך ארויס אין שפיץ פון זיינע 318 מענטשן, האלט מלחמה און באזיגט די פינף קעניגן און ראטעוועט לוט. אברם אנטזאגט זיך פון נעמען די רויב: ”הֲרִימֹתִי יָדִי אֶל ה' קֵל עֶלְיוֹן קֹנֵה שָׁמַיִם וָאָרֶץ. אִם מִחוּט וְעַד שְׂרוֹךְ נַעַל וְאִם אֶקַּח מִכָּל אֲשֶׁר לָךְ וְלֹא תֹאמַר אֲנִי הֶעֱשַׁרְתִּי אֶת אַבְרָם.” (בראשית יד, כב–כג). איינאיינעם מיט מלכיצדק, דער "כהן לקל עליון" האט ער געלויבט דעם אויבערשטן[6].
ברית בין הבתרים
דאן שניידט דער אויבערשטער די ברית בין הבתרים מיט אברם[7], ווי די צוזאג פאר קינדער און די ירושה פונעם לאנד איז געווארן פארזיגלט אין א פיזישע בונד, און ער ווערט געמאלדן אז זיינע קינדער וועלן זיין פארקנעכטעט אין מצרים און דאן אויסגעלייזט ווערן: ”יָדֹעַ תֵּדַע כִּי גֵר יִהְיֶה זַרְעֲךָ בְּאֶרֶץ לֹא לָהֶם, וַעֲבָדוּם וְעִנּוּ אֹתָם אַרְבַּע מֵאוֹת שָׁנָה” (בראשית טו, יג).
שרי און הגר
שרי בעט אברם צו נעמען איר דינסט הגר פאר א פרוי נאכ'ן זען אז זי איז נישט מצליח צו האבן קינדער. הגר ווערט טראגעדיג און גרינגעשעצט שרי. נאכ'ן זיך אפרעדן צו אברם געבט ער איר רשות צו טון מיט הגר וואס זי וויל, שרי דערביטערט איר דאס לעבן און זי אנטלויפט, א מלאך טרעפט איר, באפעלט איר זיך צוריקצוקערן צו איר הארנטע און בענטשט איר און איר זון ישמעאל וועלכע ווערט געבוירן באלד דערויף[8].
ברית מילה
א פרישע אייביגער בונד צווישן השי"ת און אברהם און זיינע קינדער ווערט געשניטן, ווען גא-ט באווייזט זיך צו אים ווען ער איז 99 יאר אלט, און באפעלט אים צו מל'ן זיך און זיין הויזגעזונד, און זיינע קינדער נאך אים. דער אויבערשטער טוישט אברם'ס נאמען צו אברהם[9].
דאן האט דער אויבערשטער געטוישט שרי'ס נאמען צו שרה, און צוגעזאגט אברהם א זון פון שרה איבער'ס יאר, ביי וועם עס וועט מקויים ווערן די הבטחות פון דורות און די ירושה פונעם לאנד.[10].
מצוות אין דער פרשה
לויט ווי ס'איז אויסגערעכנט אינעם ספר החינוך איז פארהאן איין מצוה אין דער פרשה:
מצוה | מקור | אקטועל היינטיגע צייטן | באפוילענע |
---|---|---|---|
ברית מילה | הִמּוֹל לָכֶם כָּל זָכָר[11] | יא | מענער: דער טאטע, בית דין, דער מענטש |
יעדע אידישע זכר אדער עבד כנעני דארף ווערן גע'מל'ט, אזוי אויך גרים ווען זיי קומען זיך מגייר זיין. דער טאטע איז מחוייב צו מל'ן זיין זון ביי אכט טאג, אויב ווערט עס נישט געטון דורכ'ן טאטן איז בית דין מחויב, און דאן ווען דער מענטש ווערט 13 און מחויב מיט מצות ווער ער זעבלסט באאויפטראגט דערמיט[12].
דאטומען
דער שבת ווען מ'ליינט די פרשה, קען געפאלן אין פיר אנדערע דאטומען:
הפטורה
מען ליינט די הפטורה אין ספר ישעיהו. די ספרדים און אשכנזים פון קאַפּיטל מ', פסוק כ"ז ביז קאַפּיטל מ"א, פסוק ט"ז, די תימנים און איטאליענער פון קאַפּיטל מ', פסוק כ"ה ביז פסוק י"ז.
אין די הפטורה ווענדט זיך דער נביא צו די אידן און הייבט ארויס, ”וְאַתָּה יִשְׂרָאֵל עַבְדִּי יַעֲקֹב אֲשֶׁר בְּחַרְתִּיךָ זֶרַע אַבְרָהָם אֹהֲבִי. אֲשֶׁר הֶחֱזַקְתִּיךָ מִקְצוֹת הָאָרֶץ וּמֵאֲצִילֶיהָ קְרָאתִיךָ וָאֹמַר לְךָ עַבְדִּי אַתָּה בְּחַרְתִּיךָ וְלֹא מְאַסְתִּיךָ” (ישעיהו מא, ח–ט).
ביי די ראָמאַניאטן ליינט מען אין ספר יהושע פון קאַפּיטל כ"ד, פסוקים ג'–כ"ג, וואס הייבט זיך אן "ואקח את אביכם את אברהם מעבר הנהר ואולך אותו בכל ארץ כנען".
דרויסנדע לינקס
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:פרשה לינקס
פארלאנגטע פאראמעטער [ בינינו, בית חב"ד, אתר פרשת השבוע ] פעלן טעקסט:
- פרשת לך לך, אויף שיתופתא
- פרשת לך לך, אויפן "וויקיטעקסט" זייטל
- פרשת לך לך - טעקסט מיט תרגום אונקלוס, אויפ'ן "מכון ממרא" זייטל
- פרשת לך לך, אויפ'ן "מקראות גדולות הכתר" זייטל
טייטש
- מאיר הלוי לעטעריס, "פרשת לך לך", חמשה חומשי תורה אין אידיש, ניו יארק, תרע"ד
פארברייטערונג:
- שיעורים אויף פרשת לך לך אויף קול הלשון
- פרשת לך לך, אויפ'ן מחלקי המים זייטל
- חב"ד}}} פרשת לך לך, אויפ'ן "בית חב"ד" זייטל
- זעט שיעורים אויף פרשת לך לך, אויפן "בינינו" זייטל
- פרשת השבוע}}}.html פרשת לך לך, אויפן "פרשת השבוע" זייטל
- דער ארטיקל "פרשת לך לך", אויפ'ן "ויקישיבה" זייטל
- נושאים אויף פרשת לך לך אויפ'ן "על התורה" זייטל
רעפערענצן
- ↑ בראשית רבה, פרשה ל"ט, פסקה י"ד; רש"י, בראשית יב, ה, ד"ה אשר עשו בחרן.
- ↑ קאַפּיטל י"ב, פסוקים א'–ט'.
- ↑ קאַפּיטל י"ב, פסוקים י'–כ'.
- ↑ קאַפּיטל י"ג.
- ↑ רש"י, בראשית יד, יג, ד"ה ויבא הפליט, לויט'ן מדרש מדרש תנחומא פרשת חוקת פיסקא כ"ה און בראשית רבה, פרשה מ"ב, פסקה ח'.
- ↑ קאַפּיטל י"ד.
- ↑ קאַפּיטל ט"ו.
- ↑ קאַפּיטל ט"ז.
- ↑ קאַפּיטל י"ז, פסוקים א'–י"ד.
- ↑ קאַפּיטל י"ז, פסוקים ט"ו–כ"ז.
- ↑ בראשית יז, י.
- ↑ קידושין כא, א.