פרשת וירא
פרשת וַיֵּרָא איז די פערטע פרשה פון ספר בראשית. די פרשה גייט פון ספר בראשית, קאַפּיטל י"ח, פסוק א', ביז קאַפּיטל כ"ב, פסוק כ"ד, לויטן אנגענומענעם צעטיילונג פון קאפיטלען.
| |||||
פסוקים | בראשית יח, א - כב, כד | ||||
---|---|---|---|---|---|
צאל פסוקים | 147 | ||||
צאל ווערטער | 2085 | ||||
אינהאלט | דריי מלאכים ביי אברהם, איבערדרייען סדום און עמורה, די טעכטער פון לוט, געבורט פון יצחק, הגר און ישמעאל ווערן פארטריבן, עקידת יצחק | ||||
| |||||
הפטורה | |||||
ספרדים, פראנקפורט ד'מיין און פאזנע | מלכים ב' ד, א–כג | ||||
אשכנזים, תימנים און איטאליענער | מלכים ב' ד, א–לז |
די פרשה הייסט "וירא" אויף די ערשטע ווארט אין די פרשה: ”וַיֵּרָא אֵלָיו ה', בְּאֵלֹנֵי מַמְרֵא”. אין די פרשה ווערט געשילדערט די קומענדיגע טייל פון אברהם אבינו'ס לעבנס געשיכטע נאכ'ן זיך מל'ן, ווי דער אויבערשטער האט זיך באוויזן צו אים, און דריי מלאכים וועלכע זענען געקומען מבשר זיין אז אברהם און שרה וועלן האבן קינדער, איבערדרייען סדום, היילן אברהם און ראטעווען לוט פון סדום; אברהם איז געצווינגען אראפצוגיין קיין פלשתים וואו ער שליסט א פרידנס פאקט מיט אבימלך; יצחק'ס געבורט, די פארטרייבונג פון הגר און ישמעאל, און די נסיון פון עקידת יצחק.
פרשת וירא ווערט געליינט צווישן ט"ו און כ' חשון. די פרשה פון די עקידה ווערט געליינט די צווייטע טאג ראש השנה מיט די ספעציעלע ניגון ווי אין שמחת תורה.
פרשה אינהאלט
די דריי מלאכים
די פרשה הייבט זיך אן[1] אז גא-ט איז געקומען מבקר חולה זיין אברהם צום דריטן טאג פון זיך מל'ן אין די פלוין פון ממרא, דער אויבערשטער האט ארויסגענומען די זון פון איר האלטער אז די היץ זאל צוריקהאלטן געסט פון קומען און אפמוטשען אברהם, נאך וואס אברהם האט צער דערפון, שיקט דער אויבערשטער די דריי מלאכים, מיכאל, גבריאל און רפאל אין געשטאלט פון מענטשן און אברהם נעמט זיי אויף אלס געסט[2], געבט זיי צו עסן און טרינקען אונטער א בוים.
מיכאל איז מבשר אברהם אז ער וועט האבן א זון פון שרה, ווען שרה הערט עס לאכט זי און גלייבט נישט אז זיי קענען האבן קינדער אין אזא יארגאנג, אויף וואס דער אויבערשטער האלט פאָר אברהם: ”הֲיִפָּלֵא מֵה' דָּבָר”, און שרה לייקנט אז זי האט געלאכט. גבריאל ווענדט זיך צו איבערדרייען סדום, און רפאל היילט אברהם[2] און גייט דאן קיין סדום ראטעווען לוט און זיין פאמיליע[3].
סדום, לוט און זיינע טעכטער
דער אויבערשטער טיילט מיט מיט אברהם זיינע פלענער צו פארלענדן סדום, און אברהם פרובירט פארהאנדלען און ראטעווען סדום, אבער איז נישט מצליח צו טרעפן אפילו צען צדיקים אין וועמענס זכות זיי צו אפראטעווען[4].
די מלאכים קומען אן קיין סדום און נעכטיגן ביי לוט, אויפדערנאכט קומען די איינוואוינער פארלאנגען פון לוט ארויסצוגעבן די געסט צו זינדיגן מיט זיי, וואס לוט ווייזט צוריק. די מלאכים ראטעווען לוט מיט זיין פאמיליע, אבער זיינע איידעמער אנטזאגן זיך פון אנטלויפן. גא-ט בארעגנט סדום און עמורה מיט שוועבל און פייער פון הימל, און איבערגעדרייט די שטאט מיט איר גאנצע אינהאלט. לוט קומט אן קיין צוער, אבער זיין פרוי וועלכע קוקט צוריק ווערט א שטיק זאלץ[5].
לוט ווערט געראטעוועט אין זכות פון אברהם, און אנטלויפט מיט זיינע צוויי טעכטער צו א הייל אין די בערג, די טעכטער קלערן אז עס זענען נישט פארבליבן קיין מענטשן אויף די וועלט, און זיי טרינקען אן זייער טאטע, און האבן מיט אים קינדער אין זיין שלאף, די עלטערע האט געבוירן מואב און די אינגערע "בן-עמי" דער טאטע פון די פאלק עמון[6].
אברהם אין גרר
אברהם באזעצט זיך אין גרר, אבימלך פארכאפט שרה, און דער אויבערשטער קומט צו אים אין חלום באפעלן איר צו באפרייען, און שלאגט זיי מיט קראנקהייטן. אבימלך באפרייט איר און האלט פאָר אברהם פאר'ן זאגן זי איז זיין שוועסטער, און אברהם היילט אים אויס[7]. שפעטער, נאך א געפעכט איבער וואסער-גריבער שליסן אברהם און אבימלך א פרידנס פאקט[8].
יצחק'ס געבורט
גא-ט האט איינגעהאלטן זיין צוזאג און שרה געבוירט א קינד וועמען אברהם האט נאמען געגעבן יצחק. אויפ'ן פארלאנג פון שרה און מיט'ן צושטימונג פונעם אויבערשטן פארשיקט אברהם הגר און ישמעאל צום מדבר. ווען ישמעאל האלט ביים אויסגיין האט הגר אים געווארפן אונטער א געוואוקס. דער אויבערשטער האט געהערט דאס געוויין פונעם קינד און געשיקט א מלאך וועלכע האט איר צוגעוויזן א ברונעם וואסער, און צוגעזאגט אז ישמעאל וועט ווערן א גרויס פאלק[9].
עקידת יצחק
סוף פרשה ווערט געשילדערט די גרעסטע פון אברהם'ס צען נסיונות, די נסיון פון עקידת יצחק, ווען גא-ט האט באפוילן אברהם צו ברענגען זיין זון יצחק פאר א קרבן עולה. אברהם פעדערט און נעמט יצחק צום הר המוריה, וואו ער בויט א מזבח אויפ'ן פלאץ וואס גא-ט האט אנגעצייגט. אברהם בינדט יצחק און הייבט שוין אויף די מעסער ווען א מלאך פון גא-ט האט אים אפגעשטעלט: ”אַל תִּשְׁלַח יָדְךָ אֶל הַנַּעַר וְאַל תַּעַשׂ לוֹ מְאוּמָּה, כִּי עַתָּה יָדַעְתִּי כִּי יְרֵא אֱלֹקִים אַתָּה”. אברהם זעט א ווידער פארכאפט אין צווייגן ביי די הערנער. וואס ער איז מקריב אויפ'ן מזבח אנשטאט יצחק. דער אויבערשטער ווידערהאלט זיין צוזאג צו פארמערן די קינדער פון יצחק און די ירושה פונעם לאנד, ”יַעַן אֲשֶׁר עָשִׂיתָ אֶת הַדָּבָר הַזֶּה וְלֹא חָשַׂכְתָּ אֶת בִּנְךָ אֶת יְחִידֶךָ”[10].
אברהם מיט זיינע באגלייטער קערן זיך אום קיין באר שבע וואו אברהם הערט איבער די קינדער וואס זענען געבוירן צו זיין ברודער נחור, צווישן זיי בתואל, די טאטע פון רבקה אמנו[11].
דאטומען
דער שבת ווען מ'ליינט די פרשה, קען געפאלן אין פיר אנדערע דאטומען:
הפטורה
מען ליינט די הפטורה אין ספר מלכים ב', קאַפּיטל ד', פון פסוק א'. די אשכנזים ענדיגן ביי פסוק ל"ז, און די ספרדים און קהילות פראנקפורט ד'מיין און פאזנע ביי פסוק כ"ג.
אין די הפטורה ווערט געשילדערט צווישן אנדערע ווי אלישע זאגט צו פאר די אשה השונמית א זון.
ביי די ראָמאַניאטן ליינט מען ספר ישעיהו, קאַפּיטל ל"ג, פסוק י"ז ביז קאַפּיטל ל"ד, פסוק י"ג.
דרויסנדע לינקס
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:פרשה לינקס
פארלאנגטע פאראמעטער [ בינינו, בית חב"ד, אתר פרשת השבוע ] פעלן טעקסט:
- פרשת וירא, אויף שיתופתא
- פרשת וירא, אויפן "וויקיטעקסט" זייטל
- פרשת וירא - טעקסט מיט תרגום אונקלוס, אויפ'ן "מכון ממרא" זייטל
- פרשת וירא, אויפ'ן "מקראות גדולות הכתר" זייטל
טייטש
- מאיר הלוי לעטעריס, "פרשת וירא", חמשה חומשי תורה אין אידיש, ניו יארק, תרע"ד
פארברייטערונג:
- שיעורים אויף פרשת וירא אויף קול הלשון
- פרשת וירא, אויפ'ן מחלקי המים זייטל
- חב"ד}}} פרשת וירא, אויפ'ן "בית חב"ד" זייטל
- זעט שיעורים אויף פרשת וירא, אויפן "בינינו" זייטל
- פרשת השבוע}}}.html פרשת וירא, אויפן "פרשת השבוע" זייטל
- דער ארטיקל "פרשת וירא", אויפ'ן "ויקישיבה" זייטל
- נושאים אויף פרשת וירא אויפ'ן "על התורה" זייטל
רעפערענצן