דרעפט:הרב נפתלי ערלאנגער

ווערסיע פון 20:19, 18 סעפטעמבער 2023 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (תנא קמא האט אריבערגעפירט בלאט הרב נפתלי ערלאנגער צו דרעפט:הרב נפתלי ערלאנגער אן לאזן א ווייטערפירונג: כמקובל)
הרב נפתלי ערלאנגער
געבורט ו' חשון ה'תשל"ג (יארגאנג: 52)
טעטיגקייט אָרט ישיבת תולדות אהרן - מעייני ישראל - קול דודי
השתייכות חב"ד
תחומי עיסוק משפיע אין חסידות

הרב אהרן נפתלי ערלאנגער (אנגערופן: ר' נפתלי) (געבוירן ו' חשון ה'תשל"ג) איז א חסידי'שער משפיע, זון פון רבי סענדער ערלאנגער.

ביאגראפיע

געבוירן אין בני ברק צו רבי סענדער ערלאנגער. געלערנט אין ישיבת סלאבאדקע, געהייראט צו שרה פערל טאכטער פון הרב יהושע מאיר אברהאם פון די חסידים פון שומרי אמונים. נאך זיין חתונה האט ער זיך אריבערגעצויגן קיין בית שמש.

ער איז געווען נאנט צום רבי'ן פון רחמסטריווקא. געלערנט תורת הקבלה ביי הרב יצחק מאיר מארגנשטערן. ער טוט אסאך אין חסידות חב"ד וואס ער האט געלערנט פון דער משפיע הרב זלמן גופין, און פארבריינגט אסאך אין די שולן פון די ארגאניזאציע מעייני ישראל[1].

הרב ערלאנגער פירט אן די בית חינוך "בנות ירושלים" אין בית שמש[2], מיטגליד אין "מפעל תרי"ג מצוות העולמי"[3], משפיע אין ישיבת תולדות אהרן און אין ארגאניזאציע קול דודי דורך חסידי תולדות אהרן. אין "יחידתי" בלעטל פון די ארגאנזיציע, ערשיינט א אפטיילונג מיטן נאמען 'אנה אבקשך' וואס דארט ווערן באהאנדלט שאלות אין עבודת ה' פון הרב ערלאנגער. זיינע שיעורים אין ספר כתר שם טוב זענען געדרוקט געווארן דורך די ארגאניזאציע אין א עקסטערע ספר.

הרב ערלאנגער האט א איינציגער זון, וואס איז געבוירן געווארן נאך מער ווי צען יאר נאך זיין חתונה.

זיינע שמועס'ן ווערן געדרוקט שטענדיג אין א בלעטל מיטן נאמען "שלהבת החסידות" און ווערן אויסגעטיילט פאר זיינע תלמידים.

זיינע ספרים

אינדרויסנדיגע לינקס

הערות שוליים