תקופת שמואל איז די שיטה פון דער אמורא שמואל אנבאלאנגט די לענג פון די יאר און די פיר תקופות. דאס אנהייבן זאגן "ותן טל ומטר" און דער צייט פון מאכן ברכת החמה ווענדן זיך ביידע אין תקופת שמואל. די שיטה איז געבויט בעיקר אויף א מימרא פון שמואל אין מסכת עירובין, וואו עס איז מבואר אז א יאר איז 365 טעג און 6 שעה, און יעדע פון די פיר תקופות איז 91 טעג און 7.5 שעה.

די שיטה איז אפיציעל אומפונקטליך, ווייל עס איז בעיקר געמאכט פאר די המון עם וואס קען נישט דערהייבן שווערערע חשבונות; די סנהדרין האט געהאט א באזונדערע פונקטליכערע חשבון, תקופת רב אדא, וואס מען האט נישט ארויס געגעבן פארן ברייטן המון. דער חשבון אויסצורעכענען ווען א געוויסע תקופה וועט זיין ווערט געברענגט אין די ראשונים.

די שיטה נעמט אן אז די ערשטע תקופת ניסן פון בריאת העולם איז געווען מיטוואך אנהייב מעת לעת, דאס מיינט דינסטאג נאכט 6:00, און דער מולד פון חודש ניסן איז געווען 7 טעג, 9 שעה און 642 חלקים שפעטער, מיטוואך פארטאגס. פארשידענע הסברים זענען געזאגט געווארן דערויף, און עס זענען דא ראשונים וואס האלטן אז די שיטה גייט נאר לויט די דעה אז דער וועלט איז באשאפן געווארן אין תשרי, ווען דער חילוק צווישן די תקופה און מולד איז געווען קלענער.

זייענדיג אנגענומען אויך ביי אנדערע פעלקער, איז תקופת שמואל גלייך צו די אסטראנאמישע באזיס צום יוליאנישער קאלענדאר, אזוי אז די תקופות פאלן כמעט אלעמאל אויס אין די זעלבע יוליאנער דאטומען. דאס ווערט געניצט דורך די פוסקים אלס א סימן ווען מען הייבט אן זאגן "ותן טל ומטר".

דער חשבון און הלכה'דיגע באנוץ

אין א צאל פלעצער אין חז"ל זעט מען אז זיי האבן געהאלטן אז א יאר איז 365.25 טעג לאנג, א שיטה וואס איז באקאנט אלס "תקופת שמואל". די שיטה איז אויך געווען אנגענומען ביי געלערנטע פון אנדערע פעלקער[1]. געוויסע פארשער טענה'ן אז דער חשבון שטאמט פון איין דור איידער שמואל, ביי חנניה בן אחי רבי יהושע, וועלכע האט געטון אין עיבור השנים[2], און שמואל פסק'נט ווי זיינס א מימרא בשייכות צו תקופות[3]. אין זיינע צייטן איז אויסגעקומען תקופת תשרי לויט דעם חשבון אין זעלבע טאג ווי לויט די אסטראנאמישע רעכענונגען[4]. שיטת שמואל ווערט אויך געברענגט אין "ברייתא דשמואל הקטן"[5], וואס איז מיוחס צום תנא מיט דעם נאמען.

דער זייגער פון תקופת ניסן רוקט זיך פאראויס יעדע יאר מיט א פערטל טאג, צוריקקומענדיג יעדע פיר יאר, א "מחזור קטן"[6], צום זעלבן צייט אין טאג אבער אין אן אנדערע טאג אין וואך. עס גייט פון איין טאג אין וואך צום צווייטן אין סדר פון דב"ז הגא"ו, און נאך זיבן מחזורים קטנים קומט עס אן צוריק צו מיטוואך נאכט, וואו עס האט אנגעהויבן ביי די ששת ימי בראשית. דאס געדויערט 28 יאר, א "מחזור גדול", און דאן איז דער צייט פון ברכת החמה[7].

אין חוץ לארץ הייבט מען אן זאגן "ותן טל ומטר" ביים זעכציגסטן טאג נאך תקופת תשרי, לויט תקופת שמואל[8].

וויבאלד ניינצן זון-יארן פון דער מחזור פון עיבור יארן איז מיט 1 שעה און 485 חלקים לענגער ווי די 235 חדשים פון מולד צו מולד, רוקט זיך תקופת שמואל אלץ שפעטער און שפעטער אין יאר[9]. לויט דעם חשבון איז דער יאר מיט 11 מינוט און 15 סעקונדעס לענגער ווי דאס וואס וויסנשאפטלער ווייסן היינט.

די מימרא פון שמואל

דער הויפט מקור פאר תקופת שמואל איז א גמרא[10] וואו עס ווערט געברענגט א מימרא פון דעם אמורא שמואל, מיט די פאלגנדע כללים איבער די תקופות:

  • תקופת ניסן געפאלט אלעמאל ביים אנהייב אדער חצות פון די טאג אדער די נאכט: 0:00, 6:00, 12:00 אדער 18:00. ביי בריאת העולם איז דער זון געהאנגען געווארן אין הימל אנהייב מיטוואך (דינסטאג 18:00), און פון איין יאר צום צווייטן רוקט זיך די תקופה מיט א פערטל טאג[11].
  • תקופת תמוז געפאלט אלעמאל ביי 1.5 אדער 7.5 שעה אין די טאג אדער די נאכט: 1:30, 7:30, 13:30 אדער 19:30. די צייט אין טאג פון איין תקופה צום צווייטן רוקט זיך פאראויס מיט 7.5 שעה. אלזא, דער ערשטער תקופת תמוז איז געווען 1:30, און יעדער יאר רוקט זיך עס פאראויס א פערטל טאג[12].
  • תקופת תשרי געפאלט אלעמאל ביי 3 אדער 9 שעה אין די טאג אדער די נאכט: 3:00, 9:00, 15:00 אדער 21:00.
  • תקופת תמוז געפאלט אלעמאל ביי 4.5 אדער 10.5 שעה אין די טאג אדער די נאכט: 4:30, 10:30, 16:30 אדער 22:30.
  • פון איין תקופה צום צווייטן איז דא 91 טעג און 7.5 שעה. פון דעם כלל איז געדרינגען די לענג פון יאר לויט שמואל: 365 טעג און 6 שעה.
  • איין תקופה איז בלויז א האלבע שעה שפעטער פון צווייטן אין דער 7-שעה ציקל פון די מזלות (שצ"ם חנכ"ל). 91 טעג און 7 שעה זענען 313 גאנצע ציקלען, און דער רעשט איז בלויז איין האלבע שעה[13].

רש"י ברענגט א סימן פאר די תקופות: "אזג"י ואט"ד". ווען תקופת ניסן פאלט אויס אנהייב טאג/נאכט (=א), וועט תקופת תמוז אויספאלן ביי 7.5 שעה אין טאג/נאכט (=ז), תשרי ביי 3 (=ג) און טבת ביי 10.5 (=י). ווען ניסן פאלט אויס ביי 6 שעה (=ו), וועט תמוז וועט אויספאלן ביי 1.5 (=א), תשרי ביי 9 (=ט) און טבת ביי 4.5 (=ד). אויב א"ז איז בייטאג איז ג"י ביינאכט, און אזוי אויך פארקערט; אויב ו"א איז בייטאג איז ט"ד ביינאכט, און אזוי אויך פארקערט[12].

די תקופה און דער מולד

די ערשטע תקופת ניסן לויט שמואל איז געווען מיטוואך אנהייב נאכט, דאס הייסט דינסטאג אוונט 6:00. דער מולד פון יענער ניסן איז לויט אים געווען א וואך דערויף, 9 שעה און 642 חלקים אין טאג[14].

דער סמ"ג[15] איז מסביר אז די לבנה האט זיך פארזוימט א וואך, צוליב איר סכסוך מיט דער זון וואס האט געפירט צו דעם אז זי זאל קלענער ווערן. תוספות לערנט אז שמואל האלט ווי רבי אליעזר אז בתשרי נברא העולם, און דער ערשטער מולד (תשרי שנת ב') איז געווען פרייטאג פון בריאת העולם, און דער נומער פון 7 טעג, 9 שעה און 642 חלקים איז געבויט אויף א חשבון צוריק צו וועגס צום פאריגן ניסן[16]. אנדערע האלטן אז דער מולד איז געווען מיטוואך פון ששת ימי בראשית, און דער זון איז באשאפן געווארן אינמיטן זיין גאנג, אויסזעענדיג ווי די תקופה איז געווען א וואך פריער[17].

די פונקטליכקייט פון דער חשבון

תקופת שמואל איז אפיציעל אומפונקטליך; א יאר לויט דעם איז ארום עלף מינוט לענגער ווי לויט די נומערן פון דער רמב"ם און פון די היינטיגע וויסנשאפטלער, און ארום 4.6 מינוט לענגער ווי לויט רב אדא. פילע ראשונים ערקלערן אז דאס איז כדי צו פארגרינגערן די חשבונות פארן המון עם, אינדערצייט וואס די פונקטליכערע תקופת רב אדא איז געווען באקאנט בלויז פאר די סנהדרין[18]. א מימרא אין רב אדא'ס ברייתא לויטעט: ”תקופת רב אדא בצנעא, ותקופת שמואל בפרהסיא”. דער חזון איש שרייבט אז אזוי האט מען עס מקובל מסיני: א פונקטליכע חשבון פאר די סנהדרין, און א גרינגערע פארן המון[19]. ער געבט צו אז אין אלגעמיין ”אינו מפסיד אם הקביעות של גבולי הצמצום יהיה בקירוב כדי שיוכלו לקיים מצוות המעשיות אף חלושי הדעת”. דער תקופה איז נויטיג פארן המון עם כדי צו וויסן ווען אנצוהייבן זאגן "ותן טל ומטר"[4].

די סיבה פארן פארהוילן תקופת רב אדא ברענגט רבי אברהם בן חייא הנשיא בשם "אחד מספרי הקדמונים", אז עס איז ווייל כישוף מאכער וואלטן געקענט חרוב מאכן דער וועלט מיט דעם[20]. דער אבן עזרא זאגט אז מען האט עס באהאלטן צו פארשווערן פאראויסצושאצן עתידות לויט די מזלות[21]. דער בני יששכר דרוקט זיך אויס דערוועגן אז די חכמים האבן עס באהאלטן "מטעם הכמוס אתם"[22].

דער רמ"ע מפאנו שרייבט אז שמואל האט זיך גערעכנט אז שפעטערע בתי דינים וועלן כסדר צוריקרוקן די תקופה לויט וויפיל עס וועט אויספעלן, אבער גענוג חשוב'ע בתי דינים דערפאר זענען נישט נאכגעקומען[23]. לויט איין שפעקולאציע האט שמואל אויך מייסד געווען א סדר וויאזוי אראפצורעכענען א טאג, יעדעס יאר-צוויי צי וויפיל, כדי צו פאררעכטן דעם חשבון, און די פרטים זענען פארגעסן געווארן דורכאויס די יארן[24].

אין שמואל'ס צייטן (ארום שנת ד' אלפים) איז תקופת ניסן געווען איבער פינף טעג גערוקט פון תקופת רב אדא, און פיר פון די אבזערווירטע גלייכנאכט (עב'). טייל האבן מחדש געווען אז דער חשבון איז געבויט אויף תקופת תשרי, וואס איז יא אויסגעפאלן אין יענע צייטן נאנט צום אסטראנאמישן, ווייל מען וואלט נישט אנגענומען א חשבון וואס איז קענטיג נישט ריכטיג. רבי משה חיים רימיני האט גערעכנט לויט די אסטראנאמיע פון זיין צייט, און געטראפן אז די אסטראנאמישע תקופה האט זיך געטראפן מיט שמואל'ס אום שנת 244 למספרם (יאר ד'ד'). ער שרייבט אז שמואל האט גערעכנט פון תשרי, ווייל ער פסק'נט ווי רבי אליעזר אז בתשרי נברא העולם[25]. יעקב לעווינגער האט איבערגעמאכט די חשבונות לויט די היינטיגע וויסנשאפט, און געטראפן אז דאס האט פאסירט אביסל איידער שמואל'ס צייטן, נעמליך אין יאר 158, (ג'תתקי"ח), אין די צייטן פון חנניה בן אחי רבי יהושע. ער האלט אז דער חשבון איז געבויט אויף תקופת תשרי ווייל מען האט עס צוערשט געניצט לגבי דאס זאגן "ותן טל ומטר", וואס איז געוואנדן אין תקופת תשרי[4].

דער יוליאנער קאלענדאר

דער יוליאנישער קאלענדאר איז געבויט אויף אן אסטראנאמישע שיטה אז די זון יאר איז גענוי 365.25 טעג לאנג, אקוראט ווי שיטת שמואל. א יאר אין דער יוליאנער קאלענדאר האט 365 טעג, און יעדער פערטער יאר - ווען די פערטלעך טעג קלייבן זיך צוזאם צו איין גאנצע - איז אן "עיבור יאר", א יאר מיט איין איבריגע 366'סטע טאג. דאס מאכט אז די תקופות לשיטת שמואל זאלן כמעט אלעמאל אויספאלן אין די זעלבע דאטום אויף דער יוליאנער קאלענדאר.

דער פיר יעריגער ציקל שטימט מיט די ציווילע צייט-רעכענונג, דאס מיינט אז יאר 1 איז דער ערשטער אין די ציקל, 2 דער צווייטער, און אזוי ווייטער. וויסנדיג וואו מען האלט דערין, קען מען באלד וויסן דער גענויער דאטום און צייט פון די תקופה, ווי פאלגנד[26]:

תקופת שמואל אויף די יוליאנער קאלענדאר
יאר ניסן תמוז תשרי טבת
1 מערץ 25°, 18:00 יוני 25, 1:30 סעפטעמבער 24, 9:00 דעצעמבער 24, 16:30
2 מערץ 26, 0:00 יוני 25, 7:30 סעפטעמבער 24, 15:00 דעצעמבער 24°, 22:30
3 מערץ 26, 6:00 יוני 25, 12:30 סעפטעמבער 24°, 21:00 דעצעמבער 25, 4:30
4 מערץ 25, 12:00 יוני 24°, 19:30 סעפטעמבער 24, 3:00 דעצעמבער 24, 10:30

דער צייכן ° באדייט אז די תקופה פאלט אויס צווישן זעקס אוונט און צוועלף ביינאכט, ווען דער אידישער טאג האט זיך שוין געטוישט און דער יוליאנער דאטום נאכנישט.

די ראשונים ניצן דאס אלס סימן צו וויסן ווען מען הייבט אן זאגן "ותן טל ומטר", וואס איז זעכציג טעג נאך תקופת תשרי: אויב דער קומענדיגער פעברואר וועט האבן 29 טעג (וואס מיינט אז היי יאר איז דער 3'טער אין ציקל), וועט מען אנהייבן זאגן אין נאוועמבער 23, און אויב נישט אין נאוועמבער 22[27].

דער יוליאנער קאלענדאר איז הונטערשטעליג פון דער גרעגאריאנער וואס איז אין באניץ זינט 1582. עס האט זיך אנגעהויבן מיט בלויז 11 טעג הונטערשטעליג, און יעדע 100'סטע יאר וואס איז נישט קיין 400'סטע שטייגט דער דיפערענץ מיט נאך א טאג. אין די 20'סטע און 21'סטע יארהונדערט האלט עס ביי 13 טעג, און דערפאר הייבט מען אן זאגן "ותן טל ומטר" אין 4/5 דעצעמבער.

די חשבונות פון די תקופה

די ראשונים ברענגן א חשבון וויאזוי אויסצורעכענען די צייט פון א תקופה[28]. די חשבון געבט די צייט אפשניט ווילאנג נאך די רעלעוונאטע מולד די תקופה וועט חל זיין. זיי ניצן טעג, שעות און חלקים (1080 פער שעה). די חשבון איז ווי פאלגענד[א]:

  1. צוערשט דארף מען וויסן וויפיל גאנצע מחזורים פון 19 יאר זענען פאריבער זייט בריאת העולם ביז היי יאר, ולא עד בכלל. פאר תקופת תשרי און תקופת טבת דארף מען רעכענען ביז פאראיאר ולא עד בכלל.
  2. דערנאך, וויפיל יאר עס זענען אדורך פון אנהייב מחזור ביז היי יאר;
  3. דערנאך וויפיל דערפון זענען געווען עיבור יארן, ווען אין יעדער מחזור פון 19 יאר זענען די 3'טע, 6טע, 8'טע, 11'טע, 14'טע, 17'טע און 19'טע יארן עיבור יארן; וסימנך גו"ח אדז"ט.
  4. דערנאך, רעכענט מען צוזאמען:
    • 22 טעג, 3 שעה און 151 חלקים;
    • 1 שעה און 485 חלקים (1/1080 פון א שעה) פאר יעדער מחזור פאריבער;
    • 10 טעג, 21 שעה און 204 חלקים פאר יעדער יאר אריבער אין די יעצטיגע מחזור;
    • דערפון רעכענט מען אראפ 29 טעג, 12 שעה און 793 חלקים פאר יעדער עיבור יאר אריבער אין די יעצטיגע מחזור.

די סך הכל איז די צייט אפשניט צווישן די מולד פון חודש אדר (ב' – אין אן עיבור יאר) ביז תקופת ניסן.

  • פאר די צייט פון מולד חודש סיון צו תקופת תמוז לייגט מען צו 2 טעג, 17 שעה און 321 חלקים;
  • פאר די צייט צווישן מולד חודש אלול ביז תקופת תשרי: 5 טעג, 10 שעה און 642 חלקים;
  • און פאר די צייט פון מולד חודש כסלו צו תקופת טבת: 8 טעג, 3 שעה און 963 חלקים.

א סימן זיכער צו מאכן אז מען האט גוט גערעכנט, איז צו זען אויב עס שטימט מיט די אויבנדערמאנטע כללים אין די מימרא פון שמואל.

נאטיצן

  1. די חשבון איז לויט ספר העיבור לרבי אברהם בן חייא הנשיא. די רמב"ם געבט אביסל אן אנדערע חשבון, אבער עס איז נישט אזוי פראקטיש צוליב דעם וואס מען קען נישט היינטיגע צייטן וויסן פון וועלכע מולד מ'רעדט[29]

רעפערענצן

  1. משנה תורה לרמב"ם, הלכות קידוש החודש, פרק ט', הלכה א'; המפרש אויפ'ן רמב"ם, הלכות קידוש החודש, פרק ו, הלכה ד, ד"ה שנת החמה
  2. ברכות סג, א; תלמוד ירושלמי, מסכת סנהדרין, פרק ה', הלכה ב'
  3. תענית י, א
  4. 4.0 4.1 4.2 יעקב לעווינגער, על השמינית, תל אביב, תשמ"ו, זייט 74.
  5. ברייתא דשמואל הקטן, פראנקפורט דמיין, תרכ"ג, זייט 14
  6. א טערמין געניצט דורך עטליכע ראשונים, וואס שטאמט פון פרקי דרבי אליעזר פרק ו'
  7. ברכות נט, ב, און רש"י אויפן פלאץ.
  8. שולחן ערוך, אורח חיים, סימן קי"ז, סעיף א'
  9. יעקב חיימאוויטש, "אורך שנת החמה", מרדכי גנוט (רעדאקטאר), ברכת החמה בתקופתה, בני ברק, תשס"ט, זייט 613
  10. עירובין נו, א
  11. רש"י, עירובין נו, א, ד"ה לפי שהמאורות
  12. 12.0 12.1 רש"י, עירובין נו, א, ד"ה ואין תקופת תמוז
  13. רש"י, עירובין נו, א, ד"ה ואין תקופה
  14. ברייתא דסוד העיבור אין מסכת כותים עם פירוש מצרף ומטהר להגר"ח קניבסקי, בני ברק תשכ"ה; משנה תורה לרמב"ם, הלכות יסודי התורה, פרק ט', הלכה ג'.
  15. עשין מז
  16. תוספות, ראש השנה ח, א, ד"ה לתקופות
  17. יסוד עולם לרבינו יצחק הישראלי מאמר ד פרק יד; רבי אברהם ישעיה קארעליץ, חזון איש, חלק אורח חיים, מועד, בני ברק, תשל"ד, סימן קלח אות א.
  18. שו"ת התשב"ץ ח"א סימן קח; ספר העיבור לרבי אברהם בן חייא הנשיא מאמר שלישי שער חמישי; ספר העיבור להאבן עזרא, ליק, תרל"ד, דף ח עמוד ב, און אין זיין פירוש הארוך אויף שמות פרק יב פסוק ב.
  19. רבי אברהם ישעיה קרליץ, חזון איש, חלק אורח חיים, מועד, בני ברק, תשל"ד, סימן קלח אות ד; לויט ווי ס'איז עס מסביר רבי חיים קנייבסקי, שקל הקדש, בני ברק, תשנ"ז, הלכות קידוש החודש פרק י סעיף קטן יח.
  20. ספר העיבור לרבי אברהם בן חייא הנשיא, מאמר שלישי שער חמישי; המפרש אויפ'ן רמב"ם, הלכות קידוש החודש, פרק י, הלכה א
  21. ספר העיבור לרבי אברהם אבן עזרא, ליק, תרל"ד, דף ו' עמוד ב'
  22. בני יששכר, מאמרי חדשי כסלו טבת מאמר ד' אות פ"ו
  23. אלפסי זוטא, ברכות פ"ט
  24. יוסף משה גינזבורג, עתים לבינה, ווארשא, תרנ"א, זייט 272
  25. רבי משה חיים רימיני, מחר חדש, פירינצי, תקנ"ד, דף ג
  26. באזירט אויף אברהם אריה עקביא, לוח לששת אלפים שנה, מוסד הרב קוק, ירושלים תשל"ו, זייט מ"ט
  27. בית יוסף, אורח חיים, סימן קי"ז בשם דער אבודרהם (ירושלים תשכ"ג זייט קי); שאלות ותשובות התשב"ץ חלק ג סימן קכג
  28. ספר העיבור לרבי אברהם בן חייא הנשיא מאמר שלישי שער שלישי; משנה תורה לרמב"ם, הלכות קידוש החודש, פרק ט', הלכה ד'; ספר העיבור להאבן עזרא, ליק, תרל"ד, דך ב עמוד ב
  29. רבי חיים קנייבסקי, שקל הקדש, בני ברק, תשנ"ז, פרק ט אות יג