פעברואר

ווערסיע פון 09:40, 21 יוני 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (געשאַפן בלאַט מיט '{{לוח שנה|{{בלאטנאמען}}}} '''פעברואר''' איז דער צווייטער מאנאט פון יאר אין די גרעגאריאנישע און יוליאנישע קאלענדארן, און דער ערשטער פון פינף מאנאטן וועלכע פארמאגן ווייניגער ווי 31 טעג, האבנדיג 28 (נ...')
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

►► ◄◄ פעברואר

א ב ג ד ה ו ש
1 2 3
4 5 6 7 8 9 10
11 12 13 14 15 16 17
18 19 20 21 22 23 24
25 26 27 28 29
קאלענדאר פאר 2024

פעברואר איז דער צווייטער מאנאט פון יאר אין די גרעגאריאנישע און יוליאנישע קאלענדארן, און דער ערשטער פון פינף מאנאטן וועלכע פארמאגן ווייניגער ווי 31 טעג, האבנדיג 28 טעג אין געווענליכע יארן און 29 אין עיבור יארן. עס הייבט זיך אלעמאל אן אין זעלבן טאג פון וואך ווי דער פאריגער יוני; אין געווענליכע יארן איז עס אויך דער טאג אין וואך ווען די קומענדיגע מערץ און נאוועמבער וועלן זיך אנהייבן, און אין עיבור יארן איז עס דער טאג אין וואך ווען דער קומענדיגער אויגוסט וועט זיך אנהייבן.

פעברואר איז דער דריטער און לעצטער מאנאט פון מעטעאראלאגישער ווינטער אין דער צפון האלבקיילעך, און פון מעטעאראלאגישער זומער אין דער דרום האלבקיילעך, וואו עס איז גלייך צו אויגוסט אין דער צפון האלבקיילעך.

אין אסטראלאגיע, פארברענגט דער זון רוב פון דעם מאנאט אין מזל דלי, ווען אין די לעצטע וואך רוקט זיך עס אריבער צו מזל דגים[א].

נאטיצן

  1. די נעמען פון די מזלות וואס ווערן דא דערמאנט, זענען געבארגטע טערמינען פאר פאזיציעס פון דער זון איבערן עקליפטיק (עב'), אבער די עצם שטערן גרופעס נאך וועמען זיי הייסן זענען שוין פון לאנג אפגערוקט[1].

רעפערענצן

  1. משנה תורה לרמב"ם, הלכות יסודי התורה, פרק ג', הלכה ז'


קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען