משה מארגארעטן
משה שלמה מאַרגאַרעטן איז אַן אַמעריקאַנער חסידישער עסקן, שתדלן פאר פדיון שבויים, גרינדער און פירער פון צדק אסאסיאציע באקאנט פאר'ן העלפן דורכפירן א טורמע רעפאָרם געזעץ (פירסט סטעפ אקט (ענ')) אין אמעריקע צו פארקירצן די טערמינען פאר ווייסע קאָלנער פארברעכער. משה און די צדק ארגאניזאציע האבן געהאלפן שאפן פרעזידענטליכע פּאַרדאָנען פאר עטליכע אידישע ארעסטאנטן, צווישן זיי שלום מרדכי רובאשקין און שלום ווייס.
מארגארעטן ביי דער ווייסע הויז חנוכה צערעמאניע, מיט פרעזידענט דאנאלד טראמפ | |
געבורט | 1981 (יארגאנג: 43 בערך) |
---|---|
מדינה | פאראייניגטע שטאטן |
וואוינארט | וויליאמסבורג |
פעילות בולטת | פדיון שבויים |
באקאנט צוליב | דורכפירן טורמע רעפארמען, באפרייען אידן פון טורמע, וואוילטעטיגע הומאניטערישע הילף איבער די וועלט |
משה און צדק האבן באקומען ברייטע פּרעסע דעקונג פאר זייערע טעטיגקייטן ארויסצוראטעווען געשטראנדעטע אפגאנער נאך וואס אמעריקאנע קרעפטן האבן זיך ארויסגעצויגן פון אפגאניסטאן אין 2021. אין 2023 האט צדק ביישטייערט איבער 30 אמבולאנסן פאר אוקראינע, ארויסצוהעלפן מיט די הומאניטערישע קריזיס געשאפן דורך רוסלאנד'ס אינוואדירן דאס לאנד. אין 2023 האט מארגערעטן מאסן-אויפגעטריבן איבער 7 מיליאן דאלער צו לאביאירן א געזעץ אין אמעריקע וואס זאל צווינגען אינשורענס פירמעס צו דעקן די קאסטן פון אינפערטיליטי באהאנדלונגען.
ביאגראפיע
משה איז געבוירן אין 1981 אין שיכון סקווירא, ניו יארק צו שמואל יצחק מארגארעטן. ער האָט געלערנט אין די סקווערע מוסדות אין שיכון. ווען ער איז געווען 14 יאָר האט זיין משפּחה זיך געצויגן פאר אַ צייט קיין ארץ ישראל, און משה האָט געלערנט אין דער טשערנאָבילער ישיבה אין בני ברק. אין 2001 האָט ער זיך אומגעקערט קיין אַמעריקע. פריער האָט ער געלערנט[אויסקלארונג פארלאנגט] אין דער גערער ישיבה אין בארא פארק.
ער האָט געהייראַט א טאכטער פון יעקב יוסף ניישלאס, משב"ק פון רבי יעקב יחזקיה גרינוואלד, דער פּאָפּער רבי, און וואוינט זינט דאן אין וויליאמסבורג.
אין 2019 האט מארגארעטן געצינדן די מנורה ביים ווייסן הויז חנוכה צערעמאניע, אויפ'ן איינלאדונג פון דאן-פּרעזידענט דאנאלד טראמפ, אלס אנערקענונג פאר זיינע לייסטונגען פאר ארעסטאנטן[1]. מארגארעטן איז געווען דער ערשטער חסיד'ישער איד צו צינדן די מנורה אין ווייסן הויז[2]. אין אפריל 2022 האט מארגארעטן ערהאלטן א מעדאל פאר זיינע לייסטונגען אין אפגאניסטאן און אוקראינע פון די שמעון וויזענטאל צענטער[3]. אין מאי 2022 האט די אמעריקאנער קאנגרעס באערט מארגארעטן[4].
צדק אסאסיאציע
פדיון שבויים
מארגארעטן פלעגט גיין באזוכן אידן אין טורמע, און ווערנדיג איבערגענומען פון זייער לאגע האט ער באשלאסן צו ארבעטן דורכצופירן א געזעץ אין וואשינגטאן וואס זאל פארלייכטערן פאר ווייסע-קאלנער פארברעכער ארויסצוגיין פריער פון טורמע, צווישן וועלכע עס זענען פארהאן אויך אידן[5].
אין 2018 האט ער געגרינדעט אַן אפיציעלע אָרגאַניזאַציע – 'צדק אסאָסיאַציע'[6], וועלכע באשעפטיגט זיך הויפטזעכליך מיט שתדלנות ביים אמעריקאנער קאנגרעס און פדיון שבויים. די ארגאניזאציע צילט צו רעפארמירן דעם פראצעדור פון געריכט, אז דער סיסטעם זאל נישט צוטיילן אזעלכע הארבע שטראפן פאר ווייסע-קאלנער פארברעכנס, און אויך פאר פאר'משפט'ע ארעסטאנטן צו קענען ווערן באפרייט פריער דורך גוטע אויפפירונג אדער צוליב עלטערע יארגאנג. ביי די קאוויד 19 פאנדעמיע האט צדק לאביאירט פאר די באפרייאונג פון ארעסטאנטן אין געפאר פון די ווירוס, מיט'ן אדורכשטיפן די "CARES אקט" געזעץ (ענ'), און אויך געשאפן וויכטיגע מעדיצינישע געצייג פאר שפיטעלער וואו עס האט געמאנגלט[7].
מיט זייערע פארבינדונגען צום ווייסן הויז האבן מארגארעטן און די אנדערע עסקנים פון צדק אויך געהאלפן אויס'פועל'ן עטליכע פּרעזידענטליכע באגנאדיגונגען דורך דאנאלד טראמפ, פאר אידישע ארעסטאנטן וואס האבן באקומען אומ'יושר'דיגע טערמינען, צווישן זיי שלום מרדכי רובאשקין און שלום ווייס[8]. אויך האט מארגארעטן'ס ארגאניזאציע געברענגט די באפרייאונג פון מרדכי יצחק סאַמעט, דורך שתדלנות ער זאל אויך קענען געניסן פון די רעפארמען טראץ וואס ער איז נישט קיין אמעריקאנער בירגער[9].
אין טבת תשפ"ב האט צדק אויפגעטריבן געלט צו גרינדען א סופערפעק - "צדקפעק", דערמיט אנצוהאלטן אירע טעטיגקייטן דורך שטיצן פאליטישע קאמפיינס[10]. די סופערפעק האט לאביאירט צו גענצליך אימפלעמענטירן די טורמע רעפארם געזעץ, און אויסגעפירט אז ארעסטאנטן באפרייט צוליב קאוויד-19 ווערן נישט צוריקגעפירט אין טורמע[11].
הומאניטערישע צוועקן
אין 2021 איז מאַרגאַרעטן געוואָרן באַרימט נאָכדעם וואס ער און די 'צדק' אָרגאַניזאַציע האָבן געאַרבעט צו ראַטעווען אַפגאַנער בירגער וועלכע האָבן געהאָלפן די אמעריקאנער קרעפטן אין אפגאניסטאן, און זענען דארט פארבליבן נאך וואס די פאראייניגטע שטאטן האט ארויסגעצויגן אירע כוחות פון דארט[12][13]. צווישן די געראטעוועטע איז געווען זבולון סימן טוב, "דער לעצטער איד פון אפגאניסטאן"[14].
אין 2022 האט צדק אפגעשיקט איבער 30 אמבולאנסן צו אוקריינע אין ליכט פון די רוסישע אינוואזיע אויף אוקריינע. מארגארעטן איז געווארן געלאדענט פאר אן אוידיענץ מיט'ן אוקריינער פרעזידענט וולאדימיר זעלענסקי, וואו דער פרעזידענט האט זיך באדאנקט פאר אים[15].
אינפערטיליטי באהאנדלונגען
אום סיון תשפ"ג איז צדק ארויס אין א קאמפיין צו שאפן 7 מיליאן דאללער[16] צו לאביאירן פאר א מעדיצינישע רעפארם געזעץ וועלכע זאל צווינגען אינשורענס פירמעס צו באצאלן די קאסטן פון אינפערטיליטי באהאנדלונגען[17].
צו ליינען מער
- שמעון ראלניצקי, דער גלאק, #8 תמוז תשפ"ב "מציל ומשה"
- tzedekassociation
.org /media
דרויסנדע לינקס
- אפיציעלע וועבזייטל פון צדק
- צדק אסאסיאציע, אויף X
- רבי משה מארגארעטן, אויף LinkedIn
- אפיציעלע וועבזייטל פון צדק'ס סופערפעק
- Lobbying Arrangements Results for Moshe Margareten אויף ProPublica
- Client Profile: Margareten, Moshe אויף OpenSecrets
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אייוועלט
סוג לא תואם [ 1 ] "משה מארגארעטן - צדק ארגאניזאציע 54426", אשכול אויף אייוועלט
רעפערענצן
- ↑ צינדן די מנורה, סעלעברירן חנוכה אין ווייסן הויז, ווייסע הויז היסטאריע וועבזייטל;
משה מארגארעטן צינדט די מנורה ביים ווייסן הויז חנוכה מסיבה אויף יוטיוב - ↑ לראשונה: חסיד ידליק החנוכיה באירוע השנתי של הבית הלבן, אויף COL
- ↑ אויף שמעון וויזנטאל צענטער וועבזייטל.
- ↑ Judy Berger, Congress Celebrates Jewish-American Heritage Month, אויף JewishLink, May 26, 2022
- ↑ Walter Pavlo, Tzedek Association Worked The Halls Of Congress To Push First Step Act Into Law, אויף forbes.com, Dec 21, 2022
- ↑ צדק אסאסיאציע פראפיל, datanyze.com
- ↑ "איבער צדק" אויף איר וועבזייטל
- ↑ קול מבשר, נייעס איבער באפרייאונג פון שלום ווייס
- ↑ מענדיל ראטשילד, עסקן פון צדק, אינטערוויו אויף אידיש24
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אייוועלט
סוג לא תואם [ 1 ] "סופער-פעק ווערט געגרינדעט דורך די צדק ארגאניזאציע 52126", אשכול אויף אייוועלט; משה מארגארעטן אויף אידיש24. - ↑ קאמפיין ווידעא פון צדק
- ↑ אפגאניסטאן: דער ניו יארקער ראביי עוואקואירט פארצווייפלטע אפגאנער אויף BBC
- ↑ ברוקלינער ראביי פינאנצירט די אפגאנער פליטים רעטונג מיסיעס אויף ניו יארק פאסט
- ↑ חסדי השם: לעצט פארבליבענער איד פון אפגאניסטאן זבולון סימן-טוב ארויסגעראטעוועט אין אן אקציע דורך 'צדק אסאוסיעישאן', אויף אידיש24.
- ↑ Reuvain Borchardt, Zelensky Meets With, Thanks Moshe Margaretten of Tzedek for Humanitarian Work, אויף Hamodia. The Daily Newspaper for Torah Jewry, נאוועמבער 4, 2022
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אייוועלט
סוג לא תואם [ 1 ] "- 'מהפיכה לדורות' קאמפיין - א'-ב' נשא (א') תשפ"ג 62369", אשכול אויף אייוועלט; קאמפיין בלאט אויף dryveup.com. - ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אייוועלט
סוג לא תואם [ 1 ] "רעפארם ביל 62367", אשכול אויף אייוועלט; אינטערוויא מיט מארגארעטן אויף אידיש24; קאמפיין ווידעא פון צדק אויף dryveup.com.