הַר סִינָי איז די בארג וואס אויף איר די תורה געגעבן געווארן פאר די אידן. די ארט ווי די בארג געפונט זיך איז נישט פעסטגעשטעלט.

מדבר סיני

 
מאפע פונעם היינטיגן אנגערופענע "מדבר סיני"

דער "מדבר סיני" וואס דערין געפונט זיך די בארג סיני איז אויף צפון פון די היסטארישע מצרים, און אויסער די דרום'דיגע גרעניצן פון ארץ ישראל.

אין צייט פון תנ"ך איז יענער גאנצער געגנט געווען בלויז א ליידיגער מדבר און עס איז נישט געווען אונטערן קאנטראל פון קיין שום לאנד, היינט איז דער נאמען סיני אויסגעשפרייט געווארן אויפן גאנצן ראיאן, וואס ווערט גערופן דער 'סיני האלב-אינזל'. דער ראיאן געפונט זיך אין די געגנט צווישן דעם מיטלענדישן ים (צו צפון), דעם נגב צו צפון־מזרח, דעם גאַלף פון אילת צו דרום־מזרח, דעם גאַלף פון סואץ און דער סואץ קאנאל צו מערב. די שטח איז נאנט צו 61 טויזנט קילאָמעטערס.

אין תורה[1] איז פאר צייכנט בארג סיני צו זיך געפונען צווישן די מדבריות צין און פארן, ווי אויך צווישן לאנד עמלק און לאנד מדין. דער אָרט פון די צוויי מדבריות און די שייכות צווישן זיי איז נישט באקאנט אין אַזאַ אַ וועג אַז עס איז מעגליך צו באַשטימען זייער פּונקטליכן אָרט, כאטש אז אין תנ"ך איז מער קלאר א פארצייכנטער ארט[2], אזוי אויך די פונקטליכער ארט פון בארג סיני דארט אין מדבר, איז נישט באקאנט אויף פונקטליך, ווי פאלגנד.

די גמרא[3] זאגט: ”אמר ר' יוסי בר' חנינא, ה' שמות יש לו, מדבר צין, שנצטוו ישראל עליו, מדבר קדש, שנתקדשו ישראל עליו, מדבר קדמות, שנתנה קדומה עליו, מדבר פארן, שפרו ורבו עליה ישראל, מדבר סיני, שירדה שנאה לעכו"ם עליו”[א].

די נאמען

אויף די נאמען פונעם מדבר "סיני" שטייט אין גמרא:”מאי הר סיני הר שירדה שנאה לעכו"ם עליו[4].

די בארג "סיני" וואס ווערט אויך אנגערופן "חורב"שבת פט, ב.}} ”ולמה נקרא הר חורב, שירדה חורבה לעכו"ם עליו”.

בארג סיני אין תנ"ך

דער באשעפער האט זיך דארט באוויזן פאר משה רבינו "מתוך הסנה", מיט'ן באפעל צוריקצוגיין קיין מצרים, און גיין אויסלייזן די אידן פון דארט[5].

אויפן וועג ארויס פון מצרים גלייך נאכן זיין אין רפידים זענען די אידן אנגעקומען קיין מדבר סיני, ווי ס'שטייט:”בַּחֹדֶשׁ הַשְּׁלִישִׁי לְצֵאת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם בַּיּוֹם הַזֶּה בָּאוּ מִדְבַּר סִינָי, וַיִּסְעוּ מֵרְפִידִים וַיָּבֹאוּ מִדְבַּר סִינַי וַיַּחֲנוּ בַּמִּדְבָּר וַיִּחַן שָׁם יִשְׂרָאֵל נֶגֶד הָהָר”. דורכאויס זייער זיך אויפהאלטן נעבן בארג, איז אפגעשפילט געווארן דער מעמד הר סיני ווי די תורה איז געגעבן געווארן פאר די אידן, און זיי זענען געווארן אויפגענומען אלס דער פאלק פון גאט.

דארט איז משה רבינו ארויף אין הימל אויף פערציג טעג און פערציג נעכט, ווי דערנאך איז דארט אויך אפגעשפילט געווארן די חטא העגל[6].

שפעטער איז דארט געבויט געווארן די משכן, און דארט זסענען אויך אוועק נדב ואביהוא ווי ס'שטייט[7]:”וַיָּמָת נָדָב וַאֲבִיהוּא לִפְנֵי יְהוָה בְּהַקְרִבָם אֵשׁ זָרָה לִפְנֵי יְהוָה בְּמִדְבַּר סִינַי”.

א יאר דערנאך האט דער באשעפער דארט באפעלט אויף פסח דורות, און שפעטער אויך אויף פסח שני[8].

דארט איז דארט משה רבינו באפוילן געווארן צו ציילן די אידן[9]:”וַיְדַבֵּר יְהוָה אֶל מֹשֶׁה בְּמִדְבַּר סִינַי בְּאֹהֶל מוֹעֵד בְּאֶחָד לַחֹדֶשׁ הַשֵּׁנִי בַּשָּׁנָה הַשֵּׁנִית לְצֵאתָם מֵאֶרֶץ מִצְרַיִם לֵאמֹר. ב שְׂאוּ אֶת רֹאשׁ כָּל עֲדַת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל לְמִשְׁפְּחֹתָם לְבֵית אֲבֹתָם בְּמִסְפַּר שֵׁמוֹת כָּל זָכָר לְגֻלְגְּלֹתָם”.

בארג סיני אין חז"ל

”הקב"ה הניח כל הרים וגבעות והשרה שכינתו על הר סיני ולא גבה הר סיני למעלה, אמר רבי יוסף לעולם ילמד אדם מדעת קונו שהרי הקב"ה הניח כל הרים וגבעות והשרה שכינתו על הר סיני”[10].

אמר רבה בר בר חנה[11]:”זימנא חדא הוה קא אזלינן במדברא ואיתלוי בהדן ההוא טייעא... אמר לי: תא אחוי לך הר סיני. אזלי, חזאי דהדרא ליה עקרבא וקיימא כי חמרי חוורתי. שמעתי בת קול שאומרת: אוי לי שנשבעתי, ועכשיו שנשבעתי מי מפר לי? כי אתאי לקמיה דרבנן, אמרו לי: כל אבא חמרא, כל בר בר חנה סיכסא; היה לך לומר: מופר לך! והוא סבר: דלמא שבועתא דמבול הוא. ורבנן - א"כ, 'אוי לי' למה?”.

אמר רבי יהושע בן לוי[12]:”בכל יום ויום בת קול יוצאת מהר חורב ואומרת: "אוי להם לבריות מעלבונה של תורה"”.

אמר רבי פנחס בשם רבי ראובן[13]:”עתיד הקב״ה להביא סיני ותבור וכרמל וחרמון ולבנות ביהמ״ק עליהם”.

אָרט פון בארג סיני

דזשאבעל מוסא

 
דזשאבעל מוסא
 
קאָנווענט פון סאַנטאַ קאַטערינאַ נעבן דזשאבעל מוסא

דאס אז דזשאבעל מוסא איז בארג סיני איז א קריסטליכע מסורה, וואס ערצייגט אז מלכה הלנה מאמע פונעם קייסער קאנסטאנטין דער גרויסער האט ערקלערט דאס ארט אלס דעם בארג סיני. אום ד'רפ"ז האט דער ערשטער יוסטיניאנוס קייסער געבויט אויפן פלאץ די קלויסטער סאַנטאַ קאַטערינאַ.

ס'איז פארהאן דארט אלס טייל פון דעם בארג-קייט, א נידעריק און באַוואוסט שטיין פעלדז, וואס איז באקאנט מיט'ן נאמען 'ראס סופסאפא', וואס עס איז פארהאן וואס דערקענען דאס אלס דעם בארג סיני. אבער אסאך ארכיאלאגן זענען נישט מסכים דערמיט אז דאס איז טאקע די בארג סיני, און זאגן אז ס'קען אזוי זיין אנדערע בערג דארט אין געגנט.

בארג קראָקוס

בארג קראָקוס (אויף אראביש: דזשאבעל עידיד) איז א בארג אין די דרום זייט אין ארץ ישראל ביים נגב. אין די געגנט זענען פארהאן אומגעווענליכע קאַנסאַנטריישאַנז פון ארכיאלאגי'שע פראדוקטן, און שטיין קונסט'ן. די בארג איז געווען א אנגענומען ביי די ארטיגע באפעלקערונג אין דער תקופה פון נאך דעם מבול אלס הייליגע בארג, אסאך מענטשן האבן געבויט זייערע וואוינונגען צופוס'נס פונעם בארג, און טייל זענען ארויף אויפן הייך צו מאכן די רעליגיעזע עבודה. אויך איז די געדיכטקייט פון די באזעצטע ערטער העכער ווי אין סיי וועלכע אנדערע געגנט וואס מען האט ביז יעצט געפארשט אין די נגב און סיני, טראץ די שיטער'ע וואסער דארט אין געגנט.

דער ארכיאלאג עמנואל ענתי האט פארגעשלאגן איינצוזעהן אין בארג קראָקוס דאס בארג סיני, א פארשלאג וואס איז נישט אנגענומען געווארן אויף מערהייט פון פארשער.

סארביט אל-חאדאם

סארביט אל-חאדאם איז א ברייט'ן ארכיאלאג'ישע געגנט וואס געפונט זיך אין מערב סיני, מיט גאר לאנגע יארן צוריק האט דאס באדינט אלס פירמע ווי מ'האט ארויסגעגראבן טערקוויז שטיינער פאר די מצרי'שע מלכות.

דאקטאר צבי אילן האט פארגעשלאגן איינצוזעהן אין סארביט אל-חאדאם דאס בארג סיני, א פארשלאג וואס איז נישט אנגענומען געווארן אויף מערהייט פון פארשער.

דזשאבעל אל-לווז

דזשאבעל אל-לווז געפינט זיך אין סאודי אראביע וואס איז די פארצייטישע מדין. איז פארהאן א טעאָריע אז די אידן זענען אריבער אין סיני ביז צו נווועיבאַ אדער צו שאראם-א-שייך', דארט זענען זיי אריבער דעם ים סוף, אוןזענען צוגעגאנגען צו דערנעבנדיגן דזשאבעל אל-לווז און דארט באקומען די תורה.

די טעאריע איז נישט אנגענומען געווארן ביי פארשער, צוליב דעם וואס ס'איז קיינמאל נישט באפעסטיגט געווארן מיט באווייזונגען, אזוי אויך זענען פארהאן אפאר אנדערע שוועריגקייטן איבער די טעאריע אז בארג סיני איז אין מדין געגנט, ווי פאלגנד:

  1. די ווייטקייט צווישן גושן און מדין איז בערך 450 קילאמעטער, וואס שטימט נישט צו דעם וואס עס שטייט אין תורה איבער די נאנטקייט פון בארג סיני צו מצרים.
  2. ווען משה בעט פון חובב בן רעואל המדיני, ער זאָל זיך מיטטיילן מיט זייער רייזע אין מדבר, זאגט זיך חובב אפ, זאגנדיג:”וַיֹּאמֶר אֵלָיו, לֹא אֵלֵךְ: כִּי אִם-אֶל-אַרְצִי וְאֶל-מוֹלַדְתִּי, אֵלֵךְ”, און אויב ווי פארגעשלאגן איז בארג סיני אין מדין, איז דאס דאך אין זיין געבורט-ארט און די אפזאג האט נישט קיין גערעכטיגקייט.
  3. די אידענטיפיקאציע פונעם בארג אין דעם געגנט שטימט נישט מיט דער שילדערונג פון דער רייזע פון ​​פאלק ישראל אין סיני ווי ערצייגט אין תורה, און פארמיידט די אידענטיפיקאציע פון ​​די אנדערע סטאנציעס און מדבר ווי מדבר סיני, סין, שור, וועלכע זענען אידענטיפיצירט מיט הויך פראצענט'ן.

דזשאבעל סִין בִּישָׁאר

דזשאבעל סִין בִּישָׁאר געפינט זיך אין מערב זייט פון וואדי סודער, פראפעסאר מנשה הראל האט פארגעשלאגן דזשאבעל סִין בִּישָׁאר צו ערקענען אלס בארג סיני[ב]. דער פארשער יוסף גינת איז נישט מסכים מיט הראל'ס השערה, און טענה'ט אז דער באדייט פונעם נאמען אין דער לאקאלער שפראך איז "שן בוקעת"=א"צאָן בראָך"[14].

דזשאבעל חאלאל

א צאל פארשער צווישן זיי יוחנן אהרוני האבן פארגעלייגט צו איינזעהן אין דזשאבעל חאלאל אלס דעם בארג סיני. דאס געגנט ווי די בארג דעפונט זיך שטימט מיט זייערע טעאריעס איבער די צפון וועג רייזע פון די אידן ביים ארויסגיין פון מצרים. דאס בארג איז ערוועלט געווארן צוליב איר נאנטקייט מיט עין קאדיראת און עין קאדיס וואס טייל פארשער אנערקענען אלס קדש ברנע ווי די אידן האבן געוויילט אינטערוועגנס. "קלאַודע סקודאַמאָר דזשאַרוויס" (Claude Scudamore Jarvis), דער בריטיש'ער סיני גאווערנאר אין די ה'תר"ץ יארן, האט פארשטערקערט די טעאיריע מיט דעם אז די נאמען פון דעם בארג אויף אראביש איז טייטש: "מותר", און אין דעם קאָנטעקסט פון מקריב זיין קרבנות איז דאס טייטש פון: "הייליג און ליגאל". די קריטיק וואטס פארשער האבן איבער דעם פארשלאג איז אז די ארכעאלאגישע פראדוקטן וואס זענען אנטדעקט געווארן אין די געגנט פונעם בארג זענען פון דער שטיין אַגע יארן, און פון דער רוימישער-ביזאַנטין צייט, און די צוויי צייטן שטימען נישט מיט דער אידישער דאַטום פון ​​יציאת מצרים.

דזשאבעל חשם א-טריף

דזשאבעל חשם א-טריף איז א בערג וואס געפינט זיך אין צפון-מזרח פון סיני, ווייט 20 קילאמעטער פון די גרעניץ צווישן ארץ ישראל מיט מצרים, און א קילאמעטער ווייט פון דרום פון די נחאל-טאבא וועג, הויך 874 מעטער העכער פונעם ים. ס'זענען פארהאן פארשער, די אָנגעזעענסטע פֿון זיי זענען דער פֿילם־רעזשיסאָר יעקב קאַמעראָן[15], און דער זשורנאַליסט פארשער שמחה יאקאבאָוויטש, וואס ווילן פארשלאגן אז די בארג איז די בארג סיני, און אויף דעם ארויף אויף העברעאיש האט דאס באקומען דעם נאמען "הר השם"=גאט'ס בארג.

לויט זיי איז צוליב אפאר סיבות דזשאבעל חשם א-טריף דער בעסטער פארשלאג צו אנווייזן זייענדיג דעם בארג סיני, ווי פאלגנד:

  1. די ארט פון בארג סיני איז פארצייכינט דריי מאל אין תורה, יעדער מאל לויט די ווייטקייט פון א געוויסן אנדערן ארט, און די בארג איז די איינציגסטע וואס די ווייטקייט שטימט מיט די דריי אנווייזונגען
  2. אויפן בארג איז פארהאן א צייכן צו אן אלטן קוואל וואסער וואס איז דארט געווען.
  3. די בארג איז אונטעוועגנס ווי די אידן זענען געגאנגען וואנדערונג און מדבר.

טראץ דעם האבן די מצרי'שע מיליטער נישט ערלויבט צו דורכפירן דארף ארכיאלאגישע ארבעט פראצעדורן, און היטער'ס היטן אפ אז מ'זאהל נישט צוקומען צו דעם בארג.

אמי קוסי

החוקר יוסף אידלברג טען בספרו "במברה" כי הר הגעש אמי קוסי(ענ') הנמצא בצפון צ'אד, הוא הר סיני המקראי. לפי התיאוריה שלו, בני ישראל יצאו ממצרים לכיוון מערב, והלכו (בשנים הראשונות) במדבר סהרה דהיום. הוא מגבה זאת, בין השאר, בשמות יישובים שנותרו עד היום דומים מאוד לשמות המקראיים, מתאר השטח הדומה למוזכר בתורה יותר מאשר חצי האי הנקרא היום סיני, ההתאמה הטובה יותר לזמן הרב שלקח המסע הזה, כמו גם אורך מסעו של אליהו הנביא, 40 יום ו-40 לילה - שהיה לאורך כל ההיסטוריה העולה לרגל היחיד אל ההר, ושפת הבמברה של בני מאלי המזכירה במידת מה את העברית הקדומה. הסופר אביגדור שחן המשיך והרחיב על עבודתו של יוסף בספרו זה סיני. בנוסף, שחר גפני סיפר בקצרה על התיאוריה אצל יובל מלחי בפודקאסט קטעים בהיסטוריה[16] ובהרחבה בספרו 'יציאת מצרים התיאוריה האבודה'.

הר סיני במסורת

בשבט ה'תשל"ח הכריז נשיא מצרים, אנואר סאדאת, על כוונתו להקים בהר בתי תפילה לשלוש הדתות, בית כנסת מסגד וכנסייה[17]. אך חז"ל קבעו שמקומו המדויק של הר סיני, מקום קבלת עשרת הדברות מה', אינו ידוע באופן מכוון, על מנת למנוע את הפיכתו למקדש[מקור פארלאנגט]. זאת בדומה למיקומו של קבר משה בהר נבו שבמואב שיש אומרים שלא נודע מסיבה דומה.

ליינט מער

דרויסנדע לינקס

טיילן פון דער בלאט זענען מעגליך איבערגעזעצט פון העברעאישער וויקיפעדיע
cc-by-sa 3.0 ערלויבענישאריגינעלער בלאטביישטייערער


הערות שוליים

  1. אזוי קומט אויס און עטךיכע ערטער, צום ביישפיל במדבר לג;דברים א.
  2. מנשה הראל, מדבר צין, בית מקרא: כתב-עת לחקר המקרא ועולמו כרך ט"ו, חוברת ד' (מ"ג), ירושלים, מוסד ביאליק, (אלול תש"ל), זייט 459.
  3. שבת פט, א
  4. שבת פט, א.
  5. שמות ג, א.
  6. שמות לב, א.
  7. במדבר ג, ד.
  8. במדבר ט, א.
  9. במדבר א, א–ב
  10. סוטה ה, א.
  11. בבא בתרא עד, א.
  12. איכה רבה, פתיחתא, ב.
  13. ילקוט שמעוני, מיכה ד, א, רמז תקנ"ב
  14. יוסף גינת, "למשמעותם של שמות הרים בסיני", טבע וארץ, באנד י"א (ד), תשכ"ט–1969, זייט 190–192.
  15. אויף זיין פילם "פענוח יציאת מצרים".
  16. האזנה לפודקאסט - יובל מלחי מארח את שחר גפני בנושא יציאת מצרים
  17. יובל לישראל מאת חיים יבין- 12 בינואר 1978

סיני סיני קטגוריה:פרשת יתרו קטגוריה:מתן תורה

טיילן פון דער בלאט זענען מעגליך איבערגעזעצט פון העברעאישער וויקיפעדיע
cc-by-sa 3.0 ערלויבענישאריגינעלער בלאטביישטייערער


וויכטיגע געשעענישן

עס איז אינטערעסאנט צו באמערקן, אז די שטיינער פון יענעם בערגיגן געגנט האבן אין זיך אזעלכע שטריכן און צייכענעס אין א פארעם וואס זעט אויס ווי די צווייגן פון א 'סנה'. די שטריכן פילן אן דעם גאנצן אינהאלט פונעם שטיין, אזוי אז אפילו מען צושפלינטערט די שטיין אויף קליינע שטיקלעך, פארבלייבט נאך אלס דערויף די צורה פון א סנה.

נאטיצן

  1. צו באמערקן אז מדבר צין, מדבר סין און מדבר סיני ווערן דערמאנט אין תנ"ך אלס באזונדערע ערטער: מדבר צין איז די מערסטע נאנט צו ארץ ישראל, דארט האבן די מרגלים אנגעפאנגען זייער שפיאנאזש רייזע (במדבר יג, כא), און אהין זענען די אידן אנגעקומען נאר אין לעצטן יאר פון וואנדערונג אין מדבר. פֿון דער אַנדערער זײַט, זענען זיי אָנגעקומען אין מדבר סין פּונקט אַ חודש נאָכן יציאת מצרים, ווי ס'שטייט (שמות טז, א):”וַיִּסְעוּ מֵאֵילִם, וַיָּבֹאוּ כָּל עֲדַת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל אֶל מִדְבַּר סִין אֲשֶׁר בֵּין אֵילִם וּבֵין סִינָי, בַּחֲמִשָּׁה עָשָׂר יוֹם לַחֹדֶשׁ הַשֵּׁנִי לְצֵאתָם מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם”. אין דעם פסוק ווערט אויך קלארגעשטעלט אז סיני איז אן אנדער ארט, און אזוי איז אויך אין פרשת מסעי (במדבר לג, יא–טו) אין די סדר המסעות.
  2. הראל האט געפארשט די גאנצע וועג ווי די אידן האבן געוואנדערט אין מדבר, און אין זיין בוך "מסעי סיני" שילדערט ער אלעס לויט ווי ס'שטייט אין תורה, און דארט באווייזט ער אסאך ערטער ווי די אידן זענען אדורך, ווי זיי געפונען זיך, און צווישן זיי די בארג סיני. עס איז באזירט אויף דעם וואס ס'געפינט זיך 75 קילאמעטער פון גושן, וואס שטימט מיט דעם וואס סשטייט שמות ח, כג:”דֶּרֶךְ שְׁלֹשֶׁת יָמִים נֵלֵךְ בַּמִּדְבָּר”. ד.ה. גיין א טאג 25 קילאמעטער. ער באזירט זיך אויך אויף די נאמען פון די בארג, "דזשאבעל"=בארג, "סין"=תורה, "בישר"=בשורה, ד.ה. דיבארג פון די בשורה פון די תורה.

רעפערענצן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!