רבי אהרן פערלאוו פון קארלין (ה'תצ"ו (1736) – י"ט ניסן ה'תקל"ב (22סטן אפריל 1772)) איז געווען פון די ערשטע חסידי'שע רבי'ס, א תלמיד פון מעזריטשער מגיד, איינער פון די גרעסטע פארשפרייטער פון תורת החסידות אין די ליטא געגנט, און דער גרינדער פון קארלין דינאסטיע. ער ווערט אנגערופן רבי אהרן הגדול.

רבי אהרן הגדול פון קארלין
געבורט 1736
ה'תצ"ו
יאנאווא
פטירה 1772 (אלט: 36 בערך)
י"ט ניסן ה'תקל"ב
ערשטער אדמו"ר פון קארלין

ביאגראפיע

געבוירן געווארן אין יאנאווא צו יעקב און פּערל[א]. אין זיין יוגנט האָט ער געלערנט אסאך ש"ס און פוסקים. אונטער דער השפּעה פון זיין מוטערס ברודער, רבי מאנעלע פון קארלין, איז ער געווארן נאנט צום מעזריטשער מגיד וועלכער האט איבערגענומען דעם בעל שם טוב, און איז געוואָרן פאררעכנט אלס איינער פון זיינע גרעסטע תלמידים[2]. אויך זיצנדיג ביים טיש פון זיין רבי'ן האט ער געהאט אייגענע י"ב חלות ביי אלע שבת'דיגע סעודות[3].

נאך ווען זיין רבי האט געלעבט האט ער שוין געגרינדעט דעם חסידישן צענטער אין דער שטאָט קארלין (היינט א פאָרשטאָט אין דער שטאָט פינסק אין ווייסרוסלאַנד). אינאיינעם מיט רבי מנחם מענדל פון וויטעבסק האָט ער פאַרשפּרייט די תורת החסידות איבער גאנץ ליטא. א באווייז איבער זיין גרויסע השפּעה איז דער פאַקט אַז די קעגנערס פון דער חסידישער באַוועגונג וואָס האָבן אָנגעהויבן אַרבעטן אין דער צייט, פלעגן רופן אַלע חסידים “קארלינער”[4]. זיין רבי האט אויף אים געשריבן אז זיין הדרכה איז גוט אין די אויגן פון באשעפער, און באפוילן זיינע תלמידים אין יענעם געגנט צו זיין אנגעקניפט מיט רבי אהרן[5]. צווישן די תלמידים פון מעזריטשער מגיד וואס רבי אהרן האט דערנענטערט צו חסידות זענען געווען רבי חיים חייקא פון אמדור און רבי שלמה פון קארלין[6].

איינע פון ​​די אייגנשאפטן פון זיין שיטה איז געווען דער מנהג צו דאווענען מיט התרגשות און התלהבות ביז א געשריי. דער פירערשאפט עקזיסטירט ביז היינט אינעם קארלינער הויף. רבי אהרן, וועלכער האט געהאט א מוזיקאלישן חוש, איז דער מחבר פון דעם באקאנטן זמר י-ה אכסוף. דער זמר איז פון די איינציגסטע חסיד'ישע זמירות וואָס זענען אַריין אין זמירות שבת און ווערט געזינגען ביזן היינטיגן טאָג אין אַ גרויסן טייל פון די חסידישע הויפן, אין עטליכע ניגונים. לויט ווי מקובל ביי חסידים, איז דער זמר געשאַפן געוואָרן אויפן באַפעל פון זיין רבי'ן, דער מגיד.

רבי אהרן האט זיך אסאך באהאנדלט מיט קירוב רחוקים. לויט וואס ווערט דערציילט האט ער מחזיר בתשובה געווען בערך אכציג טויזנט אידן[7].

רבי אהרן איז אוועק אין זיין יוגנט, ווען ער איז געווען בלויז 36 ​​יאר אלט. אויף זיין מצבה אויפן בית החיים אין קארלין שטייט: "זכה וזכה את הרבים כמה וכמה פעמים ומסר את נפשו במסירות נפש על זה, לפי שכלו לזכות את הרבים והיה מוכיח לרבים בתוכחת מגולה ואהבה מסותרת לקרב את ישראל לאביהם שבשמים וליחדם בייחוד גמור".

זיינע דברי תורה זענען געברענגט געווארן אין די כתבים פון זיינע תלמידים, און בפרט אין די ספרים פון זיין אייניקל רבי אהרן פון קארלין (צווייטער), מחבר פונעם ספר "בית אהרן". דעם ארט פון רבי אהרן הגדול האט איבערגענומען זיין תלמיד און חבר, רבי שלמה פון קארלין, וועלכער איז אויך געווען פאראנטווארטליך פאר דער ערציאונג און חינוך פון רבי אשר פון סטאלין (דער ערשטער), דער זון פון רבי אהרן און דער דריטער רבי אין דער דינאסטיע. פון קארלינער חדר שטאמען, צווישן אנדערע, חסידות לודמיר, לעכאוויטש, קאברין, סלאנים און קוידינאוו.

פאמיליע

רבי אהרן און זיין ווייב לאה האבן געהאט פיר קינדער:

  • זייער עלטסטער זון, רבי יעקב וואס איז ארויף קיין ארץ ישראל און האט געוואוינט אין צפת און אין טבריה[8].
  • רבי אשר - שפעטער דער רבי פון קארלין. ער איז אלט געווען צוועלף יאר ווען זיין פאטער איז נפטר געווארן.
  • חיה שרה, די ווייב פון רבי מרדכי פון טשערנאביל.
  • רבקה, די ווייב בזיווג שני פון רבי שלום שכנא אלטשולער, וועלכער איז געווען דער פאטער פון דער צמח צדק מיט זיין ערשטן זיווג[9].

צו ליינען מער


דרויסנדע לינקס

נאטיצן

  1. פון זיין מוטער'ס נאָמען, פּערל, שטאמט די משפחה נאמען פון דער קאַרלינער דינאַסטיע - "פערלאָוו"[1].

רעפערענצן


  1. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    דוד חיים זילבערשלאג, כרם החסידות, ניסן תשמ"ה
  2. זעט: רבי אליעזר דוד פרידמאן, מפי ספרים וסופרים, חלק שני עמוד קע"ח, אין נאמען פון דער פחד יצחק פון באיאן, אז רבי אהרן הגדול און רבי מנחם מענדל פון וויטעבסק זענען געווען אנגענומען אלס די צוויי גרעסטע תלמידים פונעם מעזריטשער מגיד

  3. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    בית אהרן - על התורה ועל העבודה

  4. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    רבי דוד צבי הילמאן, אגרות בעל-התניא ובני דורו, עמוד קל"ז
  5. שמע שלמה, חלק שני, שער סיפורים אות מ"ח

  6. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

    ליידיגע פאראמעטער [ 5 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    אהרן הויזמאן, ברכת אהרן - פרח מטה אהרן
  7. ישראל סבא ז' י"ח; שפע חיים על תורה ומועדים עמ' ג'
  8. זעט א ברייטער באשרייבונג איבער אים אין
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    קובץ בית אהרן וישראל אב-אלול תשמ"ו
  9. זיין ערשטע ווייב, דבורה לאה, איז געווען א טאכטער ​​פון בעל התניא



פריערדיגער:
-
אדמו"רים פון חסידות קארלין קומענדיגער:
רבי שלמה פון קארלין


תלמידים פון מעזריטשער מגיד

רבי אברהם המלאך · רבי אברהם פון קאליסק · רבי אברהם חיים פון זלאטשאוו · רבי אהרן הגדול פון קארלין · רבי אלימלך פון ליזענסק · רבי ברוך מעזשיבוזשער · רבי ברוך פון קאסוב · רבי גדליהו ראבינאוויטש פון ליניץ · רבי זאב וואלף פון זיטאמיר · רבי זאב וואלף פון טשארנא-אוסטראה · רבי חיים פון אמדורא · רבי חיים טירער פון טשערנאוויץ · רבי יהודה לייב פון פולנאה · רבי יחיאל מיכל פון זלאטשוב · רבי יעקב יוסף פון אוסטראה · רבי יעקב שמשון שעפעטיווקער · רבי יצחק אייזיק פון קאריץ · רבי לוי יצחק פון בארדיטשוב · רבי מנחם מענדל פון וויטעבסק · רבי מנחם נחום טווערסקי פון טשערנאביל · רבי משה פון פשעווארסק · רבי משה חיים אפרים פון סדילקאוו · רבי משולם זושא פון האניפאלי · רבי משולם פייוויש העלער · רבי עוזיאל מייזליש · רבי פנחס הורוויץ · רבי צבי הערש פון נאדווארנא · רבי שלמה גאטליב · רבי שלמה לוצקער · רבי שמואל שמעלקא הורוויץ פון ניקלשבורג · רבי שמעון שלמה פון סאוואראן · רבי שניאור זלמן פון לאדי

טיילן פון דער ארטיקל זענען מעגליך איבערגעזעצט פון העברעאישער וויקיפעדיע
cc-by-sa 3.0 ערלויבענישאריגינעלער בלאטביישטייערער