רבי זאב וואלף פון זבאריזש

ווערסיע פון 11:02, 23 אפריל 2023 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "צאצאים" ב־"קינדער")


פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אישיות רבנית

פאראמעטער [ מספר קינדער, חיבוריו ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

רבי זאב וואלף פון זבאריזש
כינוי רבי וועלוועלע זבאריזשער
פטירה ג' ניסן ה'תקפ"ב
רוסישע אימפעריע
מדינה אוקראינע
וואוין אָרט זבאריזש
השתייכות חסידות
תלמידים רבי צבי הירש פון זידיטשוב, רבי סענדער פון קאמארנא

רבי בנימין זאב וואלף פון זבאריזש[1] (–ג' ניסן ה'תקפ"ב) איז געווען אן אדמו"ר אין די פריערע דורות פון חסידות, דער דריטער זון פון רבי יחיאל מיכל פון זלאטשוב.

ביאגראפיע

רבי וועלוועלע איז געבוירן צו רבי יחיאל מיכל פון זלאטשוב, א זון פון רבי יצחק פון דראהאביטש. מען דערציילט אז אין זיין יוגנט איז ער געווען א ווילדער, און איידער ער איז געוואָרן בר מצוה האָט זיין טאַטע גענומען פון דעם סופר די בתים פון די תפילין איידער ער האָט אין זיי אַריינגעשטעלט די פרשיות, און געלאזט גיסן דערין טרערן דאווענענדיג אויף זיין זון[2].

ער האט חתונה געהאט מיט דער טאכטער ​​פון רבי אשר צבי פון פאגריוויטש, א זון פון רבי זאב ז"ק פון שארגאד צו וועמען דער בעל שם טוב איז געפארן מקיים צו זיין ביי אים די מצוה פון שימוש חכמים[3]. די חתונה איז פארגעקומען אין ליניץ[4], און דערנאך האט ער געוואוינט אין זבאריזש.

ער איז געווען בארימט מיט אהבת ישראל אפילו צו רשעים גמורים[5], און מיט זיין תמימות. זיין פאטער האט געזאגט אויף אים אז זייענדיג דער דריטער פון פינף זון איז ער קעגן ספר ויקרא וואס האנדלט זיך וועגן קרבנות, וואס דארפן זיין 'תמימים'[6].

חוץ פון זיין טאטן, איז רבי וועלוועלע געווען א תלמיד אויך פון דער חוזה פון לובלין און פון רבי מנחם מענדל פון רימאנאוו.

צווישן זיינע תלמידים ווערן גערעכנט רבי צבי הירש פון זידיטשוב און רבי סענדער פון קאמארנא. אויך זענען געפארן צו אים אסאך צדיקים, אריינגערעכנט רבי מנחם מענדיל פון קאסוב (מיט זיין זון רבי חיים פון קאסוב), רבי צבי אלימלך פון דינוב, רבי דוד שלמה אייבשיץ און רבי נפתלי צבי פון ראפשיץ מיטנעמנדיג זיין זון רבי אליעזר פון דזשיקוב.

רבי זאב וואלף איז נפטר געווארן פרשת ויקרא[7], ג' ניסן ה'תקפ"ב, און ער איז געווארן באערדיגט אין זבאריזש.

פון זיינע דברי תורה זענען געדרוקט געווארן די ספרים "רזין דאורייתא" און "תפארת צבי זאב".

זיינע קינדער

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

  1. אין זיין הסכמה אויף "יסוד יצחק", זאלקווא תק"ע, שרייבט ער זיך אונטער בנימין וואלף; ער ווערט אבער גערופן רבי זאב צבי אין ספר פון זיינע דברי תורה "רזין דאורייתא", און רבי צבי זאב אין ספר "תפארת צבי זאב"
  2. ספרן של צדיקים, מערכה י"ז אות ג'
  3. מאמר מרדכי אין הקדמה
  4. שבחי בעל שם טוב, אות קל"ה
  5. סדר הדורות החדש כג:
  6. זעט דברי תורה מהדורא תשיעאה אות פ"א, אז דער בני יששכר האט געזאגט אז רבי וועלוועלע האט געהאט "חכמת שלמה", און נאר אזוי האט ער זיך געקענט ריכטיג פירן מיט תמימות. אין ספר רחמי האב, ערך תמימות, ווערט געברענגט אז רבי וואלף איז קודם געווען מפורסם אלס א גרויסער חכם, און ער האט לאנגע יארן מתפלל געווען אז ער זאל זוכה זיין צו ווערן א תמים
  7. זעט אויבן אז זיין פאטער האט אויף אים געזאגט אז ער איז קעגן ויקרא
  8. זון פון רבי ישראל, זון פון דער חוזה פון לובלין.
טיילן פון דער ארטיקל זענען מעגליך איבערגעזעצט פון העברעאישער וויקיפעדיע
cc-by-sa 3.0 ערלויבענישאריגינעלער בלאטביישטייערער