פרשת תצוה
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:פרשת שבוע
פאראמעטער [ הפטרה1 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
| |||||
פסוקים |
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".שמות כז, כ - פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".ל, י | ||||
---|---|---|---|---|---|
צאל פסוקים | 101 | ||||
צאל ווערטער | 1412 | ||||
אינהאלט | די מצוות פון הדלקת הנרות במקדש, בגדי כהונה, קרבן המילואים | ||||
מצוות אין דער פרשה לויטן ספר החינוך | |||||
|
פרשת תְּצַוֶּה איז די אכטע פרשה אין ספר שמות, די פרשה גייט פון כז, כ, ביז ל, י, לויטן אנגענומענעם וועג פון רעכענען די קאפיטלען.
אין די פרשה גייט ווייטער אן די אנווייזונגען פון אייבישטער צו משה רבינו איבער דאס אויפשטעלן פון די משכן.
די פרשה ווערט געליינט צווישן די דאטומען ח' אדר און ט"ו אדר (אין אן עיבור יאר, אדר א').
פרשה אינהאלט
די פרשה הויבט זיך אן רעדנדיג צו משה "ואתה תצווה את בני ישראל" אן צו פארצייכענען די נאמען צו וועמען ס'איז געוואנדן-משה. אזוי אויך איז די פרשה די איינציגע פון חומשים שמות ויקרא און במדבר וואס ס'ווערט נישט דערמאנט דערין די נאמען פון משה רבינו. ס'איז דא וואס האבן דאס פארבינדן מיט דעם וואס אין די קומענדיגע פרשה פרשת כי תשא נאך די חטא העגל האט משה געזאגט פארן אייבישטער: "וְעַתָּה אִם תִּשָּׂא חַטָּאתָם, וְאִם אַיִן - מְחֵנִי נָא מִסִּפְרְךָ אֲשֶׁר כָּתָבְתָּ".[1]
אין אנהייב ווערט משה באפוילן פונעם באשעפער צו נעמען אויל פאר הדלקת המנורה טאג טעגליך.
די ערשטע האלב פרשה האנדלט מיט די באפעלן איבער די בגדי כהונה פון אהרן און זיינע קינדער די כהנים. די בגדי כהן גדול זענען ווי פאלגנד: די חושן, די אפוד, די ציץ, די מעיל, די כתונת, די מצנפת, די אבנט און די מכנסיים. פאר די אנדערע כהנים (כהן הדיוט) זענען פארהאן נאר פיר בגדי כהונה, ווי פאלגנד: כתונת, אבנט, מגבעת און מכנסיים.
די צווייטע האלב פרשה רעדט איבער די באפעל אויף די קרבן המילואים וואס מען דארף מקריב זיין לשם חנוכת המשכן. נאך זענען פארהאן אין פרשה די באפעלן איבער די קרבן התמיד, און צו בויען די מזבח הזהב אויף מקטיר צו זיין דערויף די קטורת הסמים. אין די לעצטע פסוקים פון פרשה ווערט אויך דערמאנט איבער יום כיפור וואס וועט פארהאנען אן עקסטערן חיוב איינמאליג אין יאר.
דאטומען
דער שבת ווען מ'ליינט די פרשה, קען געפאלן אין צען אנדערע דאטומען, ווי פאלגנד:
מפטיר און הפטורה
- רוב יארן וואס פרשת תצווה ווערט געליינט א שבת בעפאר פורים וואס דערין ווערט אויך געליינט פרשת זכור, זאגט מען דאן די הפטורה פון שבת זכור.
- אין זחא יארן וואס פרשת תצווה ווערט געליינט שבת שושן פורים, אין די שטעט וואס זענען פון די ערים מוקפות חומה מימות יהושע בן נון וואס מען ליינט אויף מפטיר די קריאה פון פורים (מלחמת עמלק) איז די הפטורה פון שבת פורים (וואס איז אויך די הפטורה פון שבת זכור), אין אלערליי פלעצער איז די הפטורה פון פרשת תצוה
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך
פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".יחזקאל מג, י–כז, וואס רעדט איבער די פונקטליכע באפעלן אויף בנין בית המקדש און די קרבנות המילואים. - אין אן עיבור-יאר, אזוי אויך און א זחא יאר וואס איז א שנה פשוטה, אין שטעט וואס זענען נישט ערים מוקפות חומה מימות יהושע בן נון, איז די הפטורה די נבואה איבער די בנין בית המקדש השלישי מג, י–כז. אויסער לויט נוסח ראמעניע וואס די הפטורה איז פון ירמיהו יא, טז ביז יב, טו.
וועבלינקען
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
טעקסט אויף וויקיביבליאטעק: פרשת תצוה |
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:פרשה לינקס
פאראמעטער [ בר-אילן, ממרא, ישיבה, תורת אמת פרשה, נחמה, תורת אמת ספר, פרשה ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע טעקסט:
- פרשת תצוה, אויף שיתופתא
- פרשת תצוה, אויפן "וויקיטעקסט" זייטל
- פרשת תצוה - טעקסט מיט תרגום אונקלוס, אויפ'ן "מכון ממרא" זייטל
- פרשת תצוה, אויפ'ן "מקראות גדולות הכתר" זייטל
טייטש
- מאיר הלוי לעטעריס, "פרשת תצוה", חמשה חומשי תורה אין אידיש, ניו יארק, תרע"ד
פארברייטערונג:
- שיעורים אויף פרשת תצוה אויף קול הלשון
- פרשת תצוה, אויפ'ן מחלקי המים זייטל
- פרשת תצוה, אויפ'ן "בית חב"ד" זייטל
- זעט שיעורים אויף פרשת תצוה, אויפן "בינינו" זייטל
- פרשת תצוה, אויפן "פרשת השבוע" זייטל
- דער ארטיקל "פרשת תצוה", אויפ'ן "ויקישיבה" זייטל
- נושאים אויף פרשת תצוה אויפ'ן "על התורה" זייטל
רעפערענצן
- ↑ הרב אברהם שפירא, גדלות משה רבנו ומסירותו למען ישראל, אויפן "ישיבה" זייטל
cc-by-sa 3.0 ערלויבעניש • אריגינעלער בלאט • ביישטייערער