רוי:ספר בראשית

ווערסיע פון 21:54, 8 יאנואר 2023 דורך בוט העברות (שמועס | ביישטייערונגען) (בוט העברות האט באוועגט בלאט ספר בראשית צו רוי:ספר בראשית אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)

בְּרֵאשִׁית (אַרויסגערעדט: ביריישיס) (אין אָנהייב), דאָס ערשטע ספר פון חומש, הייבט איך אָן מיטן וואָרט "בראשית". אין די אייראָפעאישע שפראַכע איז עס באַקאַנט מיטן נאָמען "גענעזיס" (גריכיש וואָרט, דער טייטש "אַנטשטייאונג", די אַנטשטייאונג פון וועלט), נאָמען פון ספר בראשית אין דער אַלטער גריכישער תנ"ך–איבערזעצונג "סעפטואַגינטא". דאָס ספר האָט 12 סדרות. עס אַנטהאַלט דעם סיפור ווי אַזוי די וועלט איז באַשאַפן געוואָרן, דערנאָך דעם סיפור פון אדם מיט חוה, קין און הבל, נח און דעם מבול, נמרוד, אברהם אבינו, יצחק אבינו, יעקב אבינו, יוסף און די ברידער, ביז יעקב און זיינע קינדער זענען געקומען קיין מצרים און דעם טויט פון יעקב און די שבטים.

דער ערשטער שבת אָנהייב ווינטער ווען מען הייבט אָן ליינען דעם דאָזיקן ספר, ווערט אָנגערופן "שבת בראשית", וויילֹ אויך די סדרה פון דער וואָך הייסט "בראשית". עס איז אַן אַלטער מנהג אויך אום שמחת תורה צו ליינען די ערשטער פרשה פון בראשית און דער וואָס קריגט די דאָזיקע עליה הייסט "חתן בראשית", און לכּבוד אים ווערן געזונגען פיוטים.

זעט: תורה, חומש, און מעשה בראשית

אינהאלט פון ספר בראשית

ספר בראשית פארנעמט זיך מיט דריי הויפט טעמעס:

1. מעשה בראשית - וואס עס האט פאסירט ביים אנפאנג פון די וועלט-באשאפעניש. דאס קומט פארענטפערן די פאלגנדיגע פראגעס:

  • מעשה בראשית - ווי אזוי איז די וועלט באשאפן געווארן.
  • אדם הראשון מיט חווה - מיט וואס און פארוואס איז דער מענטש אנדערש פון אלע חיות, פארוואס איז דער מענטש אנגעטאן מיט קליידער, פארוואס שטארבט מען און פארוואס א שלאנג איז די פיינט פון דער מענטש.
  • קין מיט הבל - פארוואס מענטשן וואנדערן זיך איבער די גארער וועלט, און פארוואס די איינקום גיט נישט צומאלן ווייץ.
  • די מבול וואסער מיט נח - איז מסביר די געשיכטע פון א גרויסע שטרומוואסער וואס האט פארפלייצט די וועלט, און פארוואס האבן די אידן אין צוקונפט איינגענומען כנען.
  • דור הפלגה - איז מסביר די מלוכה און די געזעצן.

2. די געשיכטעס פון די אבות - ווי אזוי האט זיך אנגעהויבן כלל ישראל און ווער איז אירע עלטערן.

3. די געשיכטע פון יוסף אין כנען און אין מצרים - ווי אזוי האבן די אידן אראפגענידערט קיין מצרים.

דער סדר פון פרשיות אין ספר בראשית

אין ספר בראשית איז דא 12 פרשיות:


ספרים אין תנ"ך

תורה: בראשית | שמות | ויקרא | במדבר | דברים

נביאים: יהושע | שופטים | שמואל (א' וב') | מלכים (א' וב') | ישעיה | ירמיה | יחזקאל | תרי עשר: הושע | יואל | עמוס | עובדיה | יונה | מיכה | נחום | חבקוק | צפניה | חגי | זכריה | מלאכי

כתובים: תהלים | משלי | איוב | שיר השירים | רות | איכה | קהלת | אסתר | דניאל | עזרא - נחמיה | דברי הימים (א' וב')

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!