רוי:וואיעוואדעשאפט

ווערסיע פון 19:59, 25 דעצעמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "היינטיק" ב־"היינטיג")

א וואיעוואדעשאַפט (פּויליש: województwo) איז דער העכסטער־ראנג פארוואלטונג באצירק, אדער א פראווינץ, פון פוילן. די היינטיגע 16 וואיעוואדעשאפטן פון פוילן זענען פעסטגעשטעלט געווארן דעם 1טן יאנואר 1999 און האבן די נעמען פון די היסטארישע פראווינצן פון פוילן. די גרעסטע וואיעוואדעשאפט איז מאזאוויע מיט א שטח פון 35,000 קוואדראט ק"מ און א באפעלקערונג איבער 5 מיליאן. די וואיעוואדעשאפט מיטן קלענסטן שטח איז אפאלע מיט 10,000 קוואדראט ק"מ, און די קלענסטע באפעלקערונג (1 מיליאן) געפינט זיך אין לובוש.

א וואיעוואדעשאפט ווערט געפירט דורך א גובערנאטאר (דער "וואיוואד"), א געוויילטע פארזאמלונג (דער "סיימיק") און אן עקסעקוטיוו. א וואיעוואדעשאפט ווערט צעטיילט אין גראפנשאפטן ("פאוויאט").

רשימה פון וואיעוואדעשאפטן

וואיעוואדעשאפט (פראווינץ) הויפטשטאט (אדער שטעט) שטח
(ק"מ)
פויליש
  גרויספוילן Wielkopolskie פויזן 29,826
  קואיאוויע-פאמעראניע Kujawsko-Pomorskie בידגאש / טארון 17,972
  קליינפוילן Małopolskie קראקע 15,183
  לאדזש Łódzkie לאדזש 18,219
  אונטערשלעזיע Dolnośląskie ווראצלאוו 19,947
  לובלין Lubelskie לובלין 25,122
  לובוש Lubuskie Gorzów Wielkopolski / Zielona Góra 13,988
  מאזאוויע Mazowieckie ווארשע 35,558
  אפאלע Opolskie אפאלע 9,412
  פאדלאכיע Podlaskie ביאליסטאק 20,187
  פאמעראניע Pomorskie דאנציג 18,310
  שלעזיע Śląskie קאטאוויץ 12,333
  אונטער-קארפאטיע Podkarpackie ריישע 17,846
  שווענטאקזשיסקיע Świętokrzyskie קעלץ 11,711
  ווארמיע-מאזוריע Warmińsko-Mazurskie אלשטין 24,173
  מערב פאמעראניע Zachodniopomorskie שטעטין 22,892

וועבלינקען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!