רוי:דימונה

ווערסיע פון 05:26, 19 דעצעמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "ייַ" ב־"יי")
דימונה
Dimona COA.svg
Dimona01.jpg
מיינונג פון דימונה
מדינה / טעריטאָריע Flag of Israel.svg מדינת ישראל
גרינדונג דאַטע 1955
ראַיאָן דרום
בירגערמייסטער בעני ביטאן
אָפיציעלע שפּראַך העברעיש
שטח 29.877 קוואדראט ק"מ
הייך 550 מעטער

 ‑ אין שטאָט
 ‑ באַפעלקערונג ענגקייט

32,500‏  (שטייענדיג 2010)
1,088 באוואוינער א ק"מ2
צייט זאָנע UTC+2

דימונה איז א שטאָט אין דעם דרום דיסטריקט אין מדינת ישראל, געגרינדעט אין 1955. זי האט באקומען דעם נאמען שטאט אין 1969. לויטן צענטראלן ביורא פאר סטאטיסטיק פאר דעצעמבער 2005, האט דימונה 32,500 איינוואינער. די יערליכע וואוקס ראטע האלט ביי 0.6 פראצענט. רוב זענען אידן. דארט איז אויך דער צענטער פאר אפריקאנער וואס טענה'ען אז זיי שטאמען פון שבט יהודה.

דימונה איז 36 ק"מ דרום פון באר שבע, און 35 ק"מ מערב פון ים המלח. אין דעצעמבער 2005 איז די באן אויסגעברייטערט געווארן ביז דימונה, מיטן ציל (אין א גראנדיזן פראיעקט וואס די ישראל באנען האט אונטערגענומען) עס אויסצוברייטערן ביזן ווייטן דרום אילת.

דימונה איז באקאנט פאר דעם שכינות'דיגן פארשונג צענטער פאר נוקלעארע וואפן וואס איז 10 קילאמעטער דרום-זייט פון שטאָט.

איינע פון די דערמאנונגען אז מ'וואינט נעבען א נוקרעאלע פלענט, איז געווען אויגוסט 2004 ווען "לוגאל" א טאבלעט וואס מינימיזירט די קאנצעקווענצען פון א ראדיו-אקטיוו ארויסרין, איז אויסגעטיילט געווארן פאר אלע איינוואינער, טייל זאגען אז ס'איז געווען דעמאלט'ס א ארויסרינונג, נאר די רעגירונג האט נישט געוואלט דערשרעקען די מענטשען, און געזאגט אז ס'איז נאר א באווארענונג.

עקאנאמיע

אין דעם דימונה געגנט זענען אויפגעשטעלט עטלעכע גרויסע פאבריקן, אַריינגערעכנט די ים-המלח ווערקן, ראָטעם אַמפערט ווערקן, חיפה כעמיקאַליעס און דער נוקלעאַר פארשונג אינסטיטוט. ביים אַריינגאַנג צו דער שטאָט איז א גרויסער איינקויף צענטער וואס פארנעמט אַ שטח פון 16,000 קוואדראט מעטער.

צווילינג שטעט

וועבלינק

מוסטער:שטעט אין ישראל

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!