רוי:ירושלימער אלמאנאך

ווערסיע פון 03:57, 8 דעצעמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "צײַט" ב־"צייט")

ירושלימער אַלמאַנאַך איז אַ צייטשריפט פאַר ליטעראַטור, קולטור, שפּראַך און פאָרשונג, וועלכע דערשײַנט אין ירושלים זינט 1973. די צייטשריפט איז געגרינדעט געוואָרן דורכן דיכטער יוסף קערלער און הײַנט-צו-טאָג ווערט זי רעדאַגירט דורך זײַן זון, דעם פאָרשער, דיכטער, לינגוויסט און רעדאַקטאָר פּראָפ' דוב-בער קערלער.


לכתחילה איז דער אַלמאַנאַך געווען אַן אָרגאַן פון אַ גרופּע ייִדישע דיכטער און שרײַבער, וועלכע האָבן געוווינט אין ירושלים. אין המשך האָבן אָנגעהויבן פאַרעפנטלעכן אין אים זייערע ווערק שרײַבער, דיכטער און פאָרשער פון אַנדערע שטעט פון ישראל, ווי אויך פון אויסלאַנד - פאַרייניקטע שטאַטן, אויסטראַליע, אייראָפּע. צווישן די שריפטשטעלער, וואָס האָבן זיך געדרוקט אינעם אַלמאַנאַך, זענען געווען: לייב אליצקי, רחל בוימוואָל, חיים מאַלטינסקי, חנא שמערוק, דב סדן, אברהם סוצקעווער, מרדכי צאַנין און אַ סך אַנדערע. נישט געקוקט אויף אַ שוואַכער עקאָנאָמישער באַזע, האָט זיך אײַנגעגעבן אַרויסלאָזן ביז איצט 29 בענדער (דער לעצטער באַנד – אין 2012). צווישן די מיטרעדאַקטאָרן, וועלכע האָבן געאַרבעט צוזאַמען מיט יוסף קערלער, זענען געווען דוד ספרד (1973 - 1982), אפרים שעדלעצקי (1982 – 1992) און דב-בער קערלער (1993 – 1998).

יוסף קערלער האָט רעדאַגירט די צייטשריפט כמעט ביז דעם לעצטן יאָר פון זײַן לעבן. נאָך זײַן טויט איז דער רעדאַקטאָר פונעם "ירושלימער אַלמאַנאַך" געוואָרן זײַן זון דב-בער קערלער.


וועבלינקען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!