רוי:גרשון גראדסקי

ווערסיע פון 02:18, 8 דעצעמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "זײַנען" ב־"זענען")

 

גרשון גראָדסקי (ענגליש: Gerold M. Grodsky, געב' ט"ו שבט תרפ"ז [לערך] /18טן יאנואר 1927 ,סאנט לואיס, מיזורי) איז אַן אַמעריקאַנער פּראָפעסאָר פון ביאָכעמיע, ביאָפיזיק, און מעדיצין אין קאַליפאָרניער אוניװערסיטעט, סאַן פראַנציסקא, װי אױך אַ דיאַבעט־פאָרשער און אַן ערפינדער. ער איז מערסטנס באַקאַנט פאַר זײַנע בײַטראָגן אױף דער הײַנטצײַטיקער קינסטלעכער אונטערמאָגן-דריז.

ביאגראפיע

גרשון גראָדסקי איז געבױרן געװאָרן דעם 18טן יאנואר 1927 אין סנט לואיס, מיזורי. זײַן פאָטער, לואיס (לייב) גראָדסקי, איז אױך געבױרן געװאָרן אין מיזורי, װי אױך זײַן מוטער, גאלדי (פעלדאַקער) גראָדסקי. אינעם פריִערדיקן דור זענען די עלטערן געקומען קיין אַמעריקע פון באָראָמעל, אוקראַיִנע, און אַנדערע שטעטלעך אין רוסלאַנד און פּױלן.

לואיס גראָדסקי, האָבנדיק געדינט אין דער אַמעריקאַנער אַרמײ אַלס יונגער בחור בשעת דער ערשטער װעלט מלחמה, האָט װײַטער געפירט מיטן טאַטנס סאָדע־אײַנפלעשלענען קאָמפּאַניע אין סאנט לואיס.[1]


גרשון אַלײן האט אַלס בחור אױך מיטגעהאָלפן אין דער אָנפירונג דער משפּחהס האַנדלשאַפט, און דערנאָך האָט אױך געדינט אינעם אַמעריקאַנישן מיליטער, אַלס אָפיציר אין אַמעריקאַנישן ים־פלאָט אין די 40-ער יאָרן. ער האָט געשטיגן אין ראנג אַזש צום הױפּט־לייטענאנט.

ער איז אַרײַנגעגאַנגען אין אילינויסער אוניװערסיטעט אין שטאָט אורבאַנאַ, און האָט דאָרט געקראָגן זײַן באַקאַלאַװער אין ביאָכעמיע אין 1947, און װײַטער זײַן מאַגיסטער אין ביאָכעמיע אין 1948. דערנאָך איז ער געגאַנגען אין קאַליפאָרניער אוניװערסיטעט, בערקלי, װוּ ער האָט געקראָגן זײַן דאָקטאָראַנט אין ביאָכעמיע אין 1955, און האָט געאַרבעט אַלס נאָך־דאָקטאָראַנט אין קײמברידזשער אוניװערסיטעט.

גראָדסקי האָט חתונה געהאַט מיט קיילא דין װאָלף און געהאַט צװײ טעכטער, אנדריא (דבורה) און דזשײמי.

קאריערע

אין 1955, נאָך זײַן נאָך־דאָקטאָראַנטישער אַרבעט, איז גראָדסקי געװאָרן אַ טייל פונעם פאַקולטעט פון ביאָכימיע אין קאַליפאָרניער אוניװערסיטעט, סאַן פראַנציסקא, און איז געװאָרן דער אַסאָציאירטער פאָרשונג־פירער פון דער אוניװערסיטעטס אָפּטײל פון מעטאַבאָלישער אױספאָרשונג, װאָס דער פירער דערפון איז געװען פּיטער פאָרשאַם. מיט דער גרופּע פון דער לאַבאָראַטאָריע האָט גראָדסקי איבער צענדליקע יאָרן אױסגעפאָרשט קריטישע פראַגעס װעגן די פּראָדוקציע, אײַנזאַמלונג, און אַרױסלאָז פון אינסולין בײַ דער אונטערמאָגן־דריז.

אין אָנהײב פון די 60-ער יאָרן האָבן גראָדסקי מיט זײַן לאַבאָראַטאָריע צום ערשטן מאָל אָפּגעשײדט די אונטערמאָגן־דריז פון אַ בעל־חי כּדי חוקר צו זײַן דערבײַ די אַרױסלאָז פון אינסולין. כּדי נאָך װײַטער צו פאַרשטײן די פאָרעמס פון דעם אַרױסלאָז האָבן גראָדסקי מיט דער לאַבאָראַטאָריע־מאַנשאַפט אין 1960 אינזשענירט די ערשטע אָפּגעזעצטע אימונאָ־פּראָבע ("precipitated immunoassay") אױף אינסולין. אין די 60-ער יאָרן האָט גראָדסקי אָנגעפירט װײַטערדיקע פאָרשונגען אין זײַן שפּראָצנדיקער טעאָריע װעגן דעם אַרױסלאָז פון אינסולין בײַ דער אונטערמאָגן דריז–אַז דאָס קומט אַרױס נישט אַלץ מיט אײן מאָל, נאָר מיט צװײ באַזונדערע סטאַדיעס–דורך עקספּערימענטן מיט אַ דורכגעטריפנער אונטערמאָגן-דריז ("perfused pancreas"), און אױסגעגעבן מערערע אַרטיקלען דעריבער.

אין 1970 האָט גראָדסקי אָנגעפירט מיט עטליכע פון די ערשטע פאָרשונגען װעגן דעם אַרױסלאָז פון אינסולין פון געמאַכטע אונטערמאָגן־דריז קעמערלעך, גערופענע װיספּעס ("islets"). ער האָט אױך בײַ זײ שטודירט די אױפפירונג פון אינסולין־אַרױסלאָז אין אָנבליק פון דער דאָזיקער טעאָריע.

השפּעה אױף דער קינסטלעכער אונטערמאָגן-דריז

דורך אַלע די פאָרשונגען איז מען דערגאַנגען–װי גראָדסקי האָט דאָס משער געװען–אַז אינסולין װערט טאַקע אַרױסגעלאָזט מיט צװײ באַזונדערע כװאַליעס[2]. האָט מען פונאַנדערגעשײדט „שנעלע“ און „פּאַמעלעכע“ כװאַליעס פונעם אַרױסלאָז פון אינסולין. דער באַדײַט פון יענער אַנטדעקונג האָט געשטעקט אין דעם, אַז מען קען נישט פאַרבײַטן דער אונטערמאָגן־דריזס אַרױסלאָז פון אינסולין סתּם מיט אײַנשרפּיצונגען, װײַל אַן אײַנשפּריצונג גיט אײַן דעם גאַנצן אינסולין אױף אײן שלאָג. האָט מען דערבײַ דערזען דאָס באַדערפעניש פאַר אַ מין קינסטלעכע אונטערמאָגן-דריז װאָס קען פּאָמפּעװען אינסולין אין גוף אַרײַן מיט אָפּגעזונדערטע שלעג. האָט גראָדסקיס אַנטדעקונג גרױס השפּעה געהאַט אױף דער אַנטװיקלונג פון דער קינסטלעכער אונטערמאָגן-דריז, װאָס גרגאָדסקי האָט אױך װײַטער געאַרבעט אױף דער פּעולה דערפון[3].

אַנדערע פאָרשונגען

גראָדסקי האָט װײַטער געפאָרשט און אַרױסגעגעבן רעפעראַטן װעגן צאָלרײַכע טעמעס, פאַרבונדן מיט די גאָרמים, װירקנדיק אױף דעם אַרױסלאָז פון אינסולין, און מיט דער אײגנער װירקונג פון אינסולין אױף דער אַנטװיקלונג פון דיאַבעט. צװישן אַנדערע ענינים האָט גראָדסקי באַשריבן די ראָלע פונעם מעטאַבאָליזם פון גלוקאָזע אין דער אינדוקציע פונעם אַרױסלאָז פון אינסולין, אַרײַנגערעכנט דעם אױסשפּרירעװען פון בעטא־קעמערלעך אין דער אונטערמאָגן־דריז דורך גלוקאָזע ("beta cell glucose desensitization"); דער װירקונג פון רעאַקטיװע זױערשטאָף־זגאַלן ("reactive oxygen species") אין דיאַבעט; דער אָפּהענגיקײט פונעם אַרױסלאָז פון אינסולין אױף קאַלציום, און דער װירקונג פון אַספּאַרטיש־זײַערס און גלוטאַמיש־זײַערס אױף דער אײַנזאַמלונג פון אינסולין. אין 2002 האָט גראָדסקי אױסגעגעבן, מיט עירא גאָלדפײַן כו', אַ פאַרײניקטן היפּאָטעז פון דיאַבעט מסוג 2 [4].

פּראָפעסיאָנעלע טעטיקײטן

גראָדסקי האָט געדינט אַלס גאַסט־פּראָפעסאָר אין פּאַריזער אוניװערסיטעט „דידעראָט“ ("Paris 7") און אין גענפער אוניװערסיטעט ("University of Geneva"), און אַלס פאָרזיצער פון פאָרשונגען פון דער אַװיזיע־פאַרװאַלטונג פון דיאַבעט פאַר דער סעקרעטאַר פון געזונט אין די פאַרײניקטע שטאַטן.

גראָדסקי האָט אױסגעגעבן אַן ערך 225 װישנשאַפטלעכע אַטריקלען.[5] ער האָט אױך געגרינדעט דעם זשורנאַל פון טעכנאָלאָגיע און טעראַפּעװטישן פון דיאַבעט ("Diabetes Technology and Therapeutics") און איז אַ רעדאַקטאָר אױך פונעם זשורנאַל פון װיסנשאַפט און טעכנאָלאָגיע שייך צו דיאַבעט („(The Journal of Diabetes Science and Technology (JDST“).

ער זיצט אױף די װיסנשאַפטלעכע אַװיזיע־פאַרװאַלטונגען פון דער פונדאַציע פון יוגנט־דיאַבעט ("Juvenile Diabetes Foundation") און דער פאַרמאַצעװטישער פירמע „BioMarker Pharmaceuticals“, צװישן אַנדערע, און אַרבעט נאָך אַלץ אין קאַליפאָרניער אוניװערסיטעט, סאַן פראַנציסקא, װוּ ער גיט עצות מכּוח דער טעכנאָלאָגיע פון שטאַם־קעמערלעך צום שאַפן אינסולין. ער איז דער אײנציקער טראָגער (און שאַפער) פון דער אוניװערסיטעטס אַ טיטל  „פּראָפעסאָר עמעריטירט – אַקטיװ.“

פּרעמיעס

מראה מקומות

  1. ליב ב"ר דוב הלוי
  2. ארטיקל אין 'Endocrinology'
  3. University Bulletin: A Weekly Bulletin for the Staff of the University of California, Volume 32, University of California (System) Office of Official Publications, University of California, 1983: 134
  4. Oxidative stress and stress-activated signaling pathways: a unifying hypothesis of type 2 diabetes
  5. http://diabetes.ucsf.edu/news/and-winner-ucsf-diabetes-pioneer-receives-eponymous-award

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!