רוי:גרשון גראדסקי

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

 

גרשון גראָדסקי (ענגליש: Gerold M. Grodsky, ט"ו שבט תרפ"ז [לערך] /18טן יאנואר 1927 ,סאנט לואיס, מיזורי–2022) איז געווען אַן אַמעריקאַנער פּראָפעסאָר פון ביאָכעמיע, ביאָפיזיק, און מעדיצין אין קאַליפאָרניער אוניווערסיטעט, סאַן פראַנציסקא, ווי אויך אַ דיאַבעט־פאָרשער און אַן ערפינדער. ער איז מערסטנס באַקאַנט פאַר זיינע בייטראָגן אויף דער היינטצייטיקער קינסטליכער אונטערמאָגן-דריז.

ביאגראפיע

גרשון גראָדסקי איז געבוירן געוואָרן דעם 18טן יאנואר 1927 אין סנט לואיס, מיזורי. זיין פאָטער, לואיס (לייב) גראָדסקי, איז אויך געבוירן געוואָרן אין מיזורי, ווי אויך זיין מוטער, גאלדי (פעלדאַקער) גראָדסקי. אינעם פריִערדיקן דור זענען די עלטערן געקומען קיין אַמעריקע פון באָראָמעל, אוקראַיִנע, און אַנדערע שטעטלעך אין רוסלאַנד און פּוילן.

לואיס גראָדסקי, האָבנדיק געדינט אין דער אַמעריקאַנער אַרמיי אַלס יונגער בחור בשעת דער ערשטער וועלט מלחמה, האָט ווייטער געפירט מיטן טאַטנס סאָדע־איינפלעשלענען קאָמפּאַניע אין סאנט לואיס.[1]


גרשון אַליין האט אַלס בחור אויך מיטגעהאָלפן אין דער אָנפירונג דער משפּחהס האַנדלשאַפט, און דערנאָך האָט אויך געדינט אינעם אַמעריקאַנישן מיליטער, אַלס אָפיציר אין אַמעריקאַנישן ים־פלאָט אין די 40-ער יאָרן. ער האָט געשטיגן אין ראנג אַזש צום הויפּט־לייטענאנט.

ער איז אַריינגעגאַנגען אין אילינויסער אוניווערסיטעט אין שטאָט אורבאַנאַ, און האָט דאָרט געקראָגן זיין באַקאַלאַווער אין ביאָכעמיע אין 1947, און ווייטער זיין מאַגיסטער אין ביאָכעמיע אין 1948. דערנאָך איז ער געגאַנגען אין קאַליפאָרניער אוניווערסיטעט, בערקלי, וואוּ ער האָט געקראָגן זיין דאָקטאָראַנט אין ביאָכעמיע אין 1955, און האָט געאַרבעט אַלס נאָך־דאָקטאָראַנט אין קיימברידזשער אוניווערסיטעט.

גראָדסקי האָט חתונה געהאַט מיט קיילא דין וואָלף און געהאַט צוויי טעכטער, אנדריא (דבורה) און דזשיימי.

קאריערע

אין 1955, נאָך זיין נאָך־דאָקטאָראַנטישער אַרבעט, איז גראָדסקי געוואָרן אַ טייל פונעם פאַקולטעט פון ביאָכימיע אין קאַליפאָרניער אוניווערסיטעט, סאַן פראַנציסקא, און איז געוואָרן דער אַסאָציאירטער פאָרשונג־פירער פון דער אוניווערסיטעטס אָפּטייל פון מעטאַבאָלישער אויספאָרשונג, וואָס דער פירער דערפון איז געווען פּיטער פאָרשאַם. מיט דער גרופּע פון דער לאַבאָראַטאָריע האָט גראָדסקי איבער צענדליקע יאָרן אויסגעפאָרשט קריטישע פראַגעס וועגן די פּראָדוקציע, איינזאַמלונג, און אַרויסלאָז פון אינסולין ביי דער אונטערמאָגן־דריז.

אין אָנהייב פון די 60-ער יאָרן האָבן גראָדסקי מיט זיין לאַבאָראַטאָריע צום ערשטן מאָל אָפּגעשיידט די אונטערמאָגן־דריז פון אַ בעל־חי כּדי חוקר צו זיין דערביי די אַרויסלאָז פון אינסולין. כּדי נאָך ווייטער צו פאַרשטיין די פאָרעמס פון דעם אַרויסלאָז האָבן גראָדסקי מיט דער לאַבאָראַטאָריע־מאַנשאַפט אין 1960 אינזשענירט די ערשטע אָפּגעזעצטע אימונאָ־פּראָבע ("precipitated immunoassay") אויף אינסולין. אין די 60-ער יאָרן האָט גראָדסקי אָנגעפירט ווייטערדיקע פאָרשונגען אין זיין שפּראָצנדיקער טעאָריע וועגן דעם אַרויסלאָז פון אינסולין ביי דער אונטערמאָגן דריז–אַז דאָס קומט אַרויס נישט אַלץ מיט איין מאָל, נאָר מיט צוויי באַזונדערע סטאַדיעס–דורך עקספּערימענטן מיט אַ דורכגעטריפנער אונטערמאָגן-דריז ("perfused pancreas"), און אויסגעגעבן מערערע אַרטיקלען דעריבער.

אין 1970 האָט גראָדסקי אָנגעפירט מיט עטליכע פון די ערשטע פאָרשונגען וועגן דעם אַרויסלאָז פון אינסולין פון געמאַכטע אונטערמאָגן־דריז קעמערלעך, גערופענע וויספּעס ("islets"). ער האָט אויך ביי זיי שטודירט די אויפפירונג פון אינסולין־אַרויסלאָז אין אָנבליק פון דער דאָזיקער טעאָריע.

השפּעה אויף דער קינסטליכער אונטערמאָגן-דריז

דורך אַלע די פאָרשונגען איז מען דערגאַנגען–ווי גראָדסקי האָט דאָס משער געווען–אַז אינסולין ווערט טאַקע אַרויסגעלאָזט מיט צוויי באַזונדערע כוואַליעס[2]. האָט מען פונאַנדערגעשיידט "שנעלע" און "פּאַמעליכע" כוואַליעס פונעם אַרויסלאָז פון אינסולין. דער באַדייט פון יענער אַנטדעקונג האָט געשטעקט אין דעם, אַז מען קען נישט פאַרבייטן דער אונטערמאָגן־דריזס אַרויסלאָז פון אינסולין סתּם מיט איינשרפּיצונגען, ווייל אַן איינשפּריצונג גיט איין דעם גאַנצן אינסולין אויף איין שלאָג. האָט מען דערביי דערזען דאָס באַדערפעניש פאַר אַ מין קינסטליכע אונטערמאָגן-דריז וואָס קען פּאָמפּעווען אינסולין אין גוף אַריין מיט אָפּגעזונדערטע שלעג. האָט גראָדסקיס אַנטדעקונג גרויס השפּעה געהאַט אויף דער אַנטוויקלונג פון דער קינסטליכער אונטערמאָגן-דריז, וואָס גרגאָדסקי האָט אויך ווייטער געאַרבעט אויף דער פּעולה דערפון[3].

אַנדערע פאָרשונגען

גראָדסקי האָט ווייטער געפאָרשט און אַרויסגעגעבן רעפעראַטן וועגן צאָלרייכע טעמעס, פאַרבונדן מיט די גאָרמים, ווירקנדיק אויף דעם אַרויסלאָז פון אינסולין, און מיט דער אייגנער ווירקונג פון אינסולין אויף דער אַנטוויקלונג פון דיאַבעט. צווישן אַנדערע ענינים האָט גראָדסקי באַשריבן די ראָלע פונעם מעטאַבאָליזם פון גלוקאָזע אין דער אינדוקציע פונעם אַרויסלאָז פון אינסולין, אַריינגערעכנט דעם אויסשפּרירעווען פון בעטא־קעמערלעך אין דער אונטערמאָגן־דריז דורך גלוקאָזע ("beta cell glucose desensitization"); דער ווירקונג פון רעאַקטיווע זויערשטאָף־זגאַלן ("reactive oxygen species") אין דיאַבעט; דער אָפּהענגיקייט פונעם אַרויסלאָז פון אינסולין אויף קאַלציום, און דער ווירקונג פון אַספּאַרטיש־זייערס און גלוטאַמיש־זייערס אויף דער איינזאַמלונג פון אינסולין. אין 2002 האָט גראָדסקי אויסגעגעבן, מיט עירא גאָלדפיין כו', אַ פאראייניגטן היפּאָטעז פון דיאַבעט מסוג 2 [4].

פּראָפעסיאָנעלע טעטיקייטן

גראָדסקי האָט געדינט אַלס גאַסט־פּראָפעסאָר אין פּאַריזער אוניווערסיטעט "דידעראָט" ("Paris 7") און אין גענפער אוניווערסיטעט ("University of Geneva"), און אַלס פאָרזיצער פון פאָרשונגען פון דער אַוויזיע־פאַרוואַלטונג פון דיאַבעט פאַר דער סעקרעטאַר פון געזונט אין די פאראייניגטע שטאַטן.

גראָדסקי האָט אויסגעגעבן אַן ערך 225 ווישנשאַפטליכע אַטריקלען.[5] ער האָט אויך געגרינדעט דעם זשורנאַל פון טעכנאָלאָגיע און טעראַפּעווטישן פון דיאַבעט ("Diabetes Technology and Therapeutics") און איז אַ רעדאַקטאָר אויך פונעם זשורנאַל פון וויסנשאַפט און טעכנאָלאָגיע שייך צו דיאַבעט ("(The Journal of Diabetes Science and Technology (JDST").

ער זיצט אויף די וויסנשאַפטליכע אַוויזיע־פאַרוואַלטונגען פון דער פונדאַציע פון יוגנט־דיאַבעט ("Juvenile Diabetes Foundation") און דער פאַרמאַצעווטישער פירמע "BioMarker Pharmaceuticals", צווישן אַנדערע, און אַרבעט נאָך אַלץ אין קאַליפאָרניער אוניווערסיטעט, סאַן פראַנציסקא, וואוּ ער גיט עצות מכּוח דער טעכנאָלאָגיע פון שטאַם־קעמערלעך צום שאַפן אינסולין. ער איז דער איינציקער טראָגער (און שאַפער) פון דער אוניווערסיטעטס אַ טיטל  "פּראָפעסאָר עמעריטירט – אַקטיוו."

פּרעמיעס

מראה מקומות

  1. ליב ב"ר דוב הלוי
  2. ארטיקל אין 'Endocrinology'
  3. University Bulletin: A Weekly Bulletin for the Staff of the University of California, Volume 32, University of California (System) Office of Official Publications, University of California, 1983: 134
  4. Oxidative stress and stress-activated signaling pathways: a unifying hypothesis of type 2 diabetes
  5. http://diabetes.ucsf.edu/news/and-winner-ucsf-diabetes-pioneer-receives-eponymous-award

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!