רוי:קאלציום
קאַלציום איז דער כעמישער עלעמענט פון דער משפּחה פון אַלקאַלי-ערד מעטאַלן, מיט סימבאל Ca און אטאם נומער 20.
אלס א גרופּע צוויי מעטאל ווי בעריליום און מאַגנעזיום זענען עס פאראן נאר צוויי עלעקטראנען אין זיין אויסערן עלעקטראן שאל ארביטאל וואס איז אין דעם דאזיגן פאל "4s2" אלס די עלעקטראנען-קאנפיגוראציע. כדי צו שאפן אן ענערגעטיש שטאבילן צושטאנד, וועט קאלציום גרינג פארלירן די "4s2" עלעקטראנען אין א סאך כעמישע רעאקציעס.
אייגנשאפטן
קאלציום איז א ווייכער אלקאלי־ערד מעטאל און זיין קאליר איז גרוי. קאלציום פלאקערט אין א געל־רויטן פלאם. ווען קאלציום איז אפן אין דער לופט ווערט ער ארומגעהילט אין Ca3N2. קאלציום רעאגירט מיט וואסער אויסשיילנדיג וואסערשטאף און שאפט קאלציום הידראקסיד (אפגעלאשענער ליים) ( 2(Ca(OH).
באניצן
א סאך קאלציום זאלצן זענען גוט באקאנטע מאטעריאלן וואס מען ניצט אינעם טאג־טעגליכן לעבן: קרייד (פאר מארקירן), גיפס (פארשוועבלטער קאלציום), קאלכשטיין (קאלציום קארבאנאט) און (נישט־געלעשטער) קאלך (קאלציום אקסיד).
קאלציום פארבינדונגען
- קאלציום-קארבאנאט (CaCO3) ווערט געניצט אין פאבריצירן צעמענט און ליים, קאלך פאר לאנדווירטשאפט, קאלכשטיין (געניצט אין דער שטאל אינדוסטריע). אויך האט ער כעמישע און אפטישע באניצן אין ציינפאסטע, למשל.
- קאלציום-הידראקסיט צעפירונג (Ca(OH)2) (אויך באוואוסט ווי קאלכוואסער) ניצט מען אפצושפירן קארבאן דיאקסיד ווען ער ווערט געבלעזעלט דורך א צעפירונג; ער ווערט מוטנע וואו ס'איז פאראן CO2.
- קאלציום-ארסענאט (Ca3(AsO4)2) ווערט געניצט אין אינזעקטיצידן.
- קאלציום-קארביד (CaC2) ניצט מען צו מאכן אצעטילען גאז (וואס ווערט געניצט אין אצעטילען ברענערס פאר שווייסן און אין דער פאבריקאציע פון פלאסטיקן).
- קאלציום-קלאריד (CaCl2) ניצט מען אוועקצונעמען אייז און שטויב פון גאסן, אין מישן בעטאן, אין פושקעס פון פאמידארן, און אין אויטאמאביל רייפן.
פעריאדישע טאבעלע | ||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
H | He | |||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
Li | Be | B | C | N | O | F | Ne | |||||||||||||||||||||||||||||||||||
Na | Mg | Al | Si | P | S | Cl | Ar | |||||||||||||||||||||||||||||||||||
K | Ca | Sc | Ti | V | Cr | Mn | Fe | Co | Ni | Cu | Zn | Ga | Ge | As | Se | Br | Kr | |||||||||||||||||||||||||
Rb | Sr | Y | Zr | Nb | Mo | Tc | Ru | Rh | Pd | Ag | Cd | In | Sn | Sb | Te | I | Xe | |||||||||||||||||||||||||
Cs | Ba | La | Ce | Pr | Nd | Pm | Sm | Eu | Gd | Tb | Dy | Ho | Er | Tm | Yb | Lu | Hf | Ta | W | Re | Os | Ir | Pt | Au | Hg | Tl | Pb | Bi | Po | At | Rn | |||||||||||
Fr | Ra | Ac | Th | Pa | U | Np | Pu | Am | Cm | Bk | Cf | Es | Fm | Md | No | Lr | Rf | Db | Sg | Bh | Hs | Mt | Ds | Rg | Cn | Nh | Fl | Mc | Lv | Ts | Og | |||||||||||
|
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!