רוי:בעטאן

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אַרבעטערס פילן אָן א פּאָדלאָגע מיט בעטאָן

בעטאָן (פון פראנצויזיש: Béton) איז א וויכטיגער שטאף וואס מען נוצט אין קאנסטרוקציע. מאָדערנער בעטאָן ווערט געמאכט פון א מישונג פון צעמענט, זאמד, זשווירן און וואסער. נאך וואס די מישונג איז געמאכט ווערט עס געפירט צו דער קאנסטרוקציע ארט אין א בעטאן-מישער, און ווערט אפט איבערגעפירט אין א בעטאן-פאמפע.

בעטאָן ווערט באנוצט עפטער ווי יעדער אנדערער מענטשן-געמאכט שטאף אין דער וועלט. די עלעמנטן זענען געמישט צו מאכן א פאסטע, א ביסל אזא ווי מאכן טייג פאר ברויט. דער בעטאָן איז דערנאך אַוועקגעשיט אַריין אין א ראַם. נאך עטליכע שעות, פאַרשטייפט זיך דער בעטאָן. בעטאָן ווערט פאַרשטייפט צוליב א כעמישע רעאקציע וואס הייסט הידראציע. דאס וואסער רעאגירט מיטן בעטאָן, וואס פארבינדט די אנדערע עלעמענטן און מאכט א שטארק שטיין-ענליכן שטאף.

בעטאָן ווערט באנוצט צו מאכן טראָטואַרן, רערן, ארכיטעקטורישע סטרוקטורן, אויפבויען, שטראזן, בריקן, מולטי-שטאָק אָפּלאָגערטער, ווענט, באזעס פאר טויערן, פּלויטן און סטויפעס, און אפילו שיפלעך. זיין גרעסטער געווין איז אז עס פארבינדט ציגלען און שטיינער בעסער ווי אנדערע מעטאָדן באקאנט צו דער מענטשהייט.

דרויסנדע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!