רוי:שפאניע
קעניגרייך פון שפאַניע Reino de España | |||||
| |||||
נאַציאָנאַלע זינגליד: "Marcha Real" קעניגלעכער מארש | |||||
קאָנטינענט | אייראפע | ||||
אָפיציעלע שפּראַך | שפאניש | ||||
הויפּטשטאָט | מאדריד 40°26′N 3°42′W / 40.433°N 3.700°W | ||||
רעגירונג | פארלאמענטארישע דעמאקראטיע | ||||
קעניג פּרעמיער מיניסטער |
הואַן קאַרלאס דער ערשטער האזע זאַפאַטערא | ||||
גרינדונג דאַטום |
15טער יארהונדערט | ||||
פלאַך מאָס וועלט גראַדונג פלאַך פּראָצענט וואַסער |
504,030 קוואַדראַט ק"מ 51סט 1.04% | ||||
באַפעלקערונג - צאָל - וועלט גראַדונג - ענגקייט |
45,989,016 27סט 91.2 מענטשן פאַר אַ ק"מ | ||||
פּראָדוקט ווערדע | $1.360 טריליאן (14ט) | ||||
וואַלוטע | איירא | ||||
צייט זאָנע | צענטראלע אייראפעישע צייט | ||||
אינטערנעט דאָמען | es. | ||||
טעלעפאָן קאָד | 34+ |
שפּאַניע (שפּאַניש: España עספאַניאַ) איז א לאנד אין דרום־מערב אײראָפּע אויפן איבערישן האלבאינזל. צו מזרח און דרום ביי בארצעלאנע האט זי א בארטן אויפן מיטלענדישן ים א חוץ א קורצן גרענעץ צו דרום מיט דער בריטישער אויסלענדישער טעריטאריע פון גיבראלטאר. פון צפון האט שפאניע א גרענעץ מיט פראנקרייך און אנדארע, און פון מערב מיט פארטוגאל און מיטן אטלאנטישן אקעאן. די טעריטאריע פון שפאניע נעמט איין די באלעארישע אינזלען אינעם מיטלענדישן ים, לעבן דעם מזרח בארטן פונעם האלבאינזל, און די קאנארישע אינזלען אינעם אטלאנטישן אקעאן, לעבן דעם בארטן פון אפריקע.
שפאניע איז אַ מיטגליד לאַנד פונעם אייראפעישן פארבאנד. איר הױפּטשטאָט איז מאַדריד. זייט 1975 איז שפאניע א קאנסטיטוציאנעל קעניגרייך, און איר קעניג איז כואן קארלאס דער ערשטער.
די הויפט שפראך איז שפאניש, אבער אין א טייל פונעם לאנד רעדט מען קאטאלאניש. די מערסטע פארשפרייטע רעליגיע איז קאטאליציזם.
שפאניע באדעקט א שטח פון 504,030 קוואדראט ק"מ, און איז דאס צווייטע גרעסטע לאנד אין מערב אייראפע, נאך פראנקרייך. זי האט א באפעלקערונג פון 43 מיליאן מענטשן.
מיט בערך טויזנט יאר צוריק האט זי געהערט צו די מוסלעמענער, און עס האט דאן געהייסן אנדאלוזיע מיט קארדאווע אלס די הויפט-שטאט.
אין יאר ה'רנ"ב האט קעניג פערדינאנד פארטריבן אלע אידן פון שפאניע, און איינגעפירט די טרויעריגע בארימטע אינקוויזיציע.
שפאניע איז היינט א דעמאקראטיע, מיט דער 13טער גרעסטער עקאנאמיע אין דער וועלט.
היסטאריע
אין אוראלטע צייטן האבן געוואוינט אין היינטיקער שפאניע די איבערישע און די קעלטן. די פעניקער האבן געבויט דארט שטעט צו האנדלען מיט צין און זילבער. שפעטער האט די רוימישע אימפעריע געהערשט איבער שפאניע מער ווי 500 יאר. ווען די רוימישע אימפעריע איז איינגעפאלן, האבן פארשידענע גערמאנישע שבטים איבערגענומען דאס לאנד.
אין 711 האבן אראבער איבערגענומען די הערשאפט, און דערנאך האבן די מוירן פון צפון אפריקע געהערשט איבערן לאנד במשך 800 יאר. די ציוויליזאציע איז געווען פארגעשריטן אין ארכיטעקטור. זיי האבן געבויט שיינע געביידעס, א סך פון זיי שטייען נאך אין די שטעט סעווילא, גראנאדע און קארדאבע אין אנדאלוזיע.
שפאנישע אימפעריע
אין 1492 האט פערדינאנד דער מלך פון אראגאן און זיין ווייב איזאבעלא מלכה פון קאסטיל פארטריבן די לעצטע מורן און אזוי איבערגענומען גאנץ שפאניע. אין דעם זעלבן יאר האבן זיי געצוואונגען אלע יידן זיך צו שמדן אדער צו פארלאזן דאס לאנד. אויך אין דעם יאר האבן זיי געשיקט קריסטאפער קאלאמבוס אריבער דעם אטלאנטישן אקעאן, וואו ער האט געפונען די קאראאיבישע אינזלען.
אין 1492 האט קאלאמבוס אנטפלעקט[1], די קאראיבישע אינזלען, און עטלעכע יאר נאכהער, אויך דעם קאנטינענט אמעריקע. חאזע טארדסיאס פון יאר 1494 האט צעטיילט די נייע וועלט צווישן שפאניע און פארטוגאל.
די אנטוויקלונגען, דאס פארטיגע ניצחון אויף די מוסולמענער אין דעם איבערישן האלבאינזל און אנטפלעקן אמעריקע, האבן געקערט שפאניע צו אן אייראפעאישע און אויך וועלטלעכע גרויסמאכט אין די 16טן און 17טן יארהונדערטער, א תקופה באקאנט ווי די גאלדענע צייטן פון שפאניע.
די שפאנישע אימפעריע, וואס האט פארטיליקט די אינקא און אזטעק אימפעריעס, האט געהערשט איבער דעם גרעסטן טייל פון דרום אמעריקע און צענטראל-אמעריקע, אויף א טייל פון די קאראיבישע אינזלען, און אויפן דרום טייל פון צפון אמעריקע. שפאניע האט פארשקלאפט די אריגינעלע באוואוינער פון אמעריקע, האט אויפגעשטעלט זידלונגען, און האט גענאסן פון א פליסנדיקן שטראם פון רוישטאף, בעיקר זילבער און גאלד.
געאגראפיע
שפאניע באדעקט א שטח פון 505,992 ק"מ2, און איז דאס 52סטע גרעסטע לאנד אין דער וועלט. דער העכסטער שפיץ איז טעידע אין טענעריפע, וואס איז דער דריטער גרעסטער וואולקאן אין דער וועלט.
די שטאט ליוויע איז אינגאנצן ארומגענומען פון פראנקרייך.
אינזלען
שפאניע נעמט איין אויך די באלעארישע אינזלען אינעם מיטלענדישן ים און די קאנארישע אינזלען אינעם אטלאנטישן אקעאן.
פאלגנד איז די באפעלקערונג פון די אינזלען:
|
טייכן
די הויפט טייכן אין שפאניע זענען די טאכא (1,038 ק"מ, טייל אין פארטוגאל), עברא, דוערא, גוואדיאנא און דער גוואדאלקיוויר (647 ק"מ).
קלימאט
שפאניע האט דריי קלימאט זאנעס:
- מיטלענדישער קלימאט אינעם גרעסטן טייל פון לאנד
- האלבטריקענער קלימאט אין דרום־מזרח פון לאנד
- אקעאנישער קלימאט אין צפון פון לאנד
רעגירונג
די היינטיקע קאנסטיטוציע פון שפאניע שטאמט פון 1978, וואס האט פעסטגעשטעלט שפאניע ווי א דעמאקראטיע מיט א קאנסטיטוציאנעלער מאנארכיע. מ'האט באשטעטיקט די קאנסטיטוציע אין א רעפערענדום דעם 6טן דעצעמבער 1978, דורך 88% פון אלע וויילער. לויט דער קאנסטיטוציע באשטייט שפאניע פון 17 אויטאנאמישע געמיינדעס און צוויי אויטאנאמישע שטעט וואס געהערן צום שפאנישן פאלק.
דער פארלאמענט פון שפאניע באשטייט פון צוויי הייזער. דער קאנגרעס פון דעפוטאטן (Congreso de los Diputados) האט 350 מיטגלידער וואס ווערן געוויילט דורך פראפארציאנעלער רעפרעזענטאציע. דער סענאט האט 259 סענאטארן, פון זיי 208 ווערן געוויילט דורכן פאלק און 51 ווערן באשטימט דורך די ראיאנישע פארלאמענטן. אלע דעפוטאטן און סענאטארן דינען פאר א קאדענץ פון פיר יאר.
- שטאַט הויפט
- קעניג כואן קארלאס דער ערשטער, זייטן 22סטן נאוועמבער 1975
- הויפט פון רעגירונג
- פרעמיער מיניסטער פון שפאניע (Presidente del Gobierno, טייטש פרעזידענט פון דער רעגירונג): מאריאנא ראכוי, געוויילט דעם 20סטן נאוועמבער 2011.
- וויצע פרעמיער מיניסטער: סאראיא סאענז דע סאנטאמאריא.
- פרעמיער מיניסטער פון שפאניע (Presidente del Gobierno, טייטש פרעזידענט פון דער רעגירונג): מאריאנא ראכוי, געוויילט דעם 20סטן נאוועמבער 2011.
אויסלענדישע באציאונגען
נאך דעם טויט פון פראנקא אין 1975 האט שפאניע אנגעהויבן א נייע תקופה אין אירע אויסלענדישע באציאונגען. זי איז געווארן א מיטגליד אינעם אייראפעישן פארבאנד. אין 1982 איז שפאניע געווארן א מיטגליד אין נאט"א.
שפאניע האט באזונדערע באציאונגען מיט שפאנישער אמעריקע און די פיליפינען.
עקאנאמיע
שפאניע האט א קאפיטאליסטישע געמישטע עקאנאמיע וואס איז די דרייצענטע גרעסטע אין דער גארער וועלט, די פינפטע גרעסטע אינעם אייראפעישן פארבאנד און די פערטע גרעסטע אין דער אייראזאנע.
ארבעטסלאזיקײט אין שפאניע איז געשטאנען איבער 20% אין די אנהייב 1990ער יארן, אבער ביז 2006 איז זי אראפ צו 7.6%. די שוואכע פונקטן פון דער עקאנאמיע זענען א הויכע אינפלאציע ראטע, און אויך (לויט דער ארגאניזאציע פאר עקאנאמישע קאאפעראציע און אנטוויקלונג) א שוואכע בילדונג סיסטעם אין פארהעלטעניש צו אנדערע אנטוויקלטע לענדער, אזוי ווי די פאראייניגטע שטאטן און דאס פאראייניגטע קעניגרייך.
אין 1999 איז דער שפאנישער בודזשעט געווארן באלאנסירט, און שפאניע איז אריינגעטראטן אין דער אייראזאנע.
זייט די 1990ער יארן זענען עטלעכע שפאנישע פירמעס געווארן פיל־נאציאנאל, און האבן פארשפרייט זייערע טעטיקייטן אין לאטיינישער אמעריקע, וואס האט שטארקע קולטורעלע פארבינדונגען מיט שפאניע.
לעבנס־קוואליטעט
אין דער 2005 לעבנס־קוואליטעט אומפרעג געפינט זיך שפאניע אין די ערשטע 10 אין דער וועלט, העכער פון פראנקרייך, דייטשלאנד, דאס פאראייניגטע קעניגרייך און דרום קארעע.
טוריזם
אין די לעצטע פיר יארצענדלינגען האט טוריזם אין שפאניע געוואקסן צו ווערן דאס צווייטע גרעסטע אין דער וועלט, מיט א ווערט פון 40 ביליאן איירא, אומגעפער 5% פון דעם ברוטא אינלענדישן פראדוקט, אין 2006.
לאנדווירטשאפט
בערך נאר 17 פראצענט פון שפאניעס קולטיווירטער ערד ווערט באוואסערט, אבער עס ווערט געשאצט אז דאס איז דער קוואל פון 40 צו 45 פראצענט פון דער ווערט פון געראט פראדוקציע און 50 פראצענט פון אגריקולטורעלן עקספארט. מער ווי העלפט פונעם באוואסערטן שטח איז איינגעפלאנצט מיט קוקורוזע, פרוכטביימער און גרינסן. אנדערע אגריקולטורעלע פראדוקטן וואס האבן הנאה פון באוואסערונג שליסן איין טרויבן, באוול, בוריקעס, קארטאפל, קטניות, איילבירט ביימער, מאנגאס, טאמאטעס און געפיטער גראזן. ווענדנדיק אויפן געראט, ס'איז מעגלעך אויף 10 פראצענט פון דער באוואסערטער ערד צו באקומען צוויי גערעטענישן אין א יאר.
די טראדיציאנעלע לאנדווירטשאפט פראדוקטן פון שפאניע—ציטרוס פרוכטן, גרינסן, תבואה, איילבירטן אויל און וויין—זענען נאכאלץ וויכטיג.
מינעראלן
אין יאר 2001 זענען ליגניט (ברוינער קויל) און ביטומענישער קויל (שווארצער קויל) די הויפט מינעראלישע רעסורסן פאר דעם שפאנישן ענערגיע מארק המחצבים; אין דעם געביט פון מעטאלן איז מערסט געווען צינק, און צווישן אינדוסטריעלע מינעראלן איז געווען בעיקר נאטריום כלאריד (טיש זאלץ). די הויפט קוילן מינעס געפינען זיך אין אסטוריאס פראווינץ און אין צפון פון לעאן; די מינעראלשיכטעס פון אייזן געפינען זיך ארום די שטעט סאנטאנדער און בילבאו; אין דעם שטעטל אלמאדן לעבן סיודאד ריאל איז אמאל געווען א דייטיקע פראדוקציע־פעאיקייט פון דעם מעטאל [[קוועקזילבער.
ענערגיע
שפאניע איז איינע פון דער וועלט'ס פירנדיקע לענדער אין דער אנטוויקלונג און פראדוקציע פון באנייבארער ענערגיע. אין 2010 איז שפאניע געווארן דער זונקראפט וועלט־פירער
טראנספארט
שפאניע האט א צעטראליזירטע סיסטעם פון שאסייען, מיט זעקס שאסייען וואס פארבינדן מאדריד מיט באסקנלאנד, קאטאלאניע, וואלענסיע, מערב אנדאלוסיע, עקסטרעמעדורע און גאליסיע.
שפאניע האט די ברייטסטע הויכגיך באן נעצווערק אין אייראפע, און די צווייטע ברייטסטע אין דער וועלט נאך כינע. אין אקטאבער 2010 האט שפאניע געהאט 3,500 ק"מ פון הויכגיך גערעלסן וואס פארבינדן מאלאגא, סעווילע, מאדריד, בארצעלאנע, וואלענסיע און וואלאדאליד, מיט באנען וואס פארן ביז 300 ק"מ א שעה. די באנען זענען זייער פינקטלעך, מיט 98.54% וואס קומען אן צו דער צייט (די צווייטע אין דער וועלט, נאכן יאפאנישן שינקאנסען, מיט 99%).
אין שפאניע זענען 47 פובליקע פליפארטן. דער מערסט באשעפטיקט איז מאדריד, מיט 50 מיליאן פאסאזשירן אין 2011, דער 15טער מערסט באשעפטיקטער אין דער וועלט.
דעמאגראפיע
אין 2008 האט די באפעלקערונג פון שפאניע אפיציעל דערגרייכט 46 מיליאן איינוואוינער. 88% פון דער באפעלקערונג זענען געבוירענע שפאניער. די 12% אימיגראנטן שטאמען בעיקר פון לאטיינישער אמעריקע, צפון אפריקע און מזרח אייראפע.
די שטעט מיט דער גרעסטער באפעלקערונג זענען:
ראנג | שטאט | באפעלקערונג |
---|---|---|
1 | מאדריד | 3,233,527 |
2 | בארצעלאנע | 1,620,943 |
3 | וואלענסיע | 797,028 |
4 | סעווילע | 702,355 |
וועבלינקען
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
בילדער און מידיע אויף וויקימעדיע קאמאנס: שפאניע |
רעפערענצן
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!