דריווש הפרסי

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
דָרְיָוֶשׁ
ארתחששתא דער ערשטער, שניצונג ביים קעניג'ס קבר אין נאקש-י ראסטאם.
ארתחששתא דער ערשטער, שניצונג ביים קעניג'ס קבר אין נאקש-י ראסטאם.
פולער נאמען דריווש הפרסי
מדינה מלכות פרס ומדי
אכמאנידישע דינאסטיע
5'טער מלך פרס ומדי
ג'ת"זג'תמ"ב

דָרְיָוֶשׁ אדער אַרְתַּחְשַׁשְׂתָּא (אידענטיפיצירט בעיקר מיט אַרְתַּחְשַׁשְׂתָּא דער ערשטער; אלט-פערסיש: 𐎠𐎼𐎫𐎧𐏁𐏂, "דער הערשער אויפן וועג פון אמת") איז געווען דער לעצטער קעניג פון מלכות פרס ומדי, וואס האט געקעניגט אין די יארן ג'ת"זג'תמ"ב. לויט חז"ל אין סדר עולם האט ער געקעניגט נאך זיין פאטער אחשורוש. אין זיינע צייטן איז דער צווייטער בית המקדש געבויט געווארן, און מיט זיין שטיצע זענען עזרא און נחמיה ארויפגעגאנגען קיין ארץ ישראל.

לעבן, קעניגרייך, און אידישע געשעענישן אין זיין צייט

לויט דער אמורא רבי יהודה בר סימון, און ווי רש"י טייטשט, איז דריווש הפרסי געווען דער זון פון אחשורוש און אסתר המלכה. ”דריוש האחרון בנה של אסתר היה, טהור מאמו וטמא מאביו”[1]. ער ווערט דערמאנט אין ספר עזרא און אין ספר נחמיה מיט צוויי נעמען, "דריווש" און "ארתחששתא". חז"ל זאגן אז ער האט אויך געהייסן כורש[א]: ”תנא, הוא כורש הוא דריוש הוא ארתחשסתא, כורש שמלך כשר היה, ארתחשסתא על שם מלכותו, ומה שמו, דריוש שמו”[2].

ער האט אנגעהויבן קעניגן נאכ'ן טויט פון אחשורוש אין יאר ג'ת"ז. אין זיין צווייטע יאר (ג'ת"ח) האבן זיך געענדיגט די זיבעציג יאר גלות בבל צום חורבן בית המקדש און גלות צדקיהו (ג'של"ח), און די נביאים חגי און זכריה האבן באקומען עטליכע נבואות, אז די אידן דארפן ווייטער בויען דעם בית המקדש[3]. די פיינט פון די אידן דארט אין ארץ ישראל, אין שפיץ פון תתני דער פחה פון עבר הנהר, האבן געשיקט בריוו צו דריווש זיך צו באקלאגן דערויף[4]. דריווש האט געהייסן זוכן אין די ארכיוון פון די קעניגרייך, און עס איז דארט געפונען געווארן א דאקומענט אין וואס כורש בארעכטיגט דאס בויען דעם בית המקדש. דריווש האט צוליב דעם אויך געלאזט די אידן ווייטער בויען דעם בית המקדש[5], וואס איז פארטיג געווארן אין זיין זעקסטן יאר (ג'תי"ב)[6]. חז"ל זאגן אז דריווש איז געווען א "מלך כשר", וויבאלד ער האט צוגעלאזט דאס בויען דעם צווייטן בית המקדש און אויך בייגעשטייערט דערצו פון זיין געלט. עס ווערט אבער דערביי אויך ארויסגערוקט קריטיק קעגן אים, אז ער איז שפעטער פארדארבן געווארן[7].

אינעם זיבעטן יאר (ג'תי"ג) פון ארתחששתא – דאס איז דריווש, איז עזרא הסופר ארויף געגאנגען פון בבל קיין ירושלים צו גרינדן דער כנסת הגדולה. ארתחששתא האט געגעבן עזרא'ן א בריוו אים צו בארעכטיגן אויפצושטעלן דעם כנסת הגדולה "ללמד בישראל חוק ומשפט", צו שטעלן שופטים און דיינים וואס וועלן פירן דאס גאנצע פאלק אין ארץ ישראל, און צו קלויבן נדבות פארן בית המקדש. ארתחששתא האט אויך באפרייט די כהנים פון עטליכע שטייערן[8], און האט געגעבן עזרא'ן געלט פארן בית המקדש. געוויסע מפרשים[9] זאגן אז ער האט אזוי געטון זייענדיג א זון פון אסתר המלכה.

נחמיה האט געדינט אלס דער שר המשקים פון ארתחששתא, און שפעטער, אין זיין 20'סטע יאר (ג'תכ"ו) האט ער געשטעלט נחמיה אלס פחה איבער פחת יהודה, און מיט זיין רשות האט נחמיה געבויט די מויערן פון ירושלים[10].

דריווש איז באזיגט געווארן אין שלאכט צו אלכסנדר מוקדון אין יאר ג'תמ"ב[11], און מיט דעם איז מלכות פרס ומדי געקומען צו אן ענדע.

אידענטיטעט

אין סדר עולם רבה[12] שטייט אז אלע געשעענישן וואס ווערן דערציילט אין פסוק פון ספר עזרא פרק ה' ביז סוף ספר נחמיה, האבן אלע פאסירט אין די צייט פון איין קעניג, דאס איז דריווש. אין זיינע צייטן האט זרובבל געענדיגט בויען דעם צווייטן בית המקדש[4], אין זיינע צייטן און מיט זיין שטיצע איז עזרא הסופר ארויף קיין ירושלים[13], און ער האט געשטעלט נחמיה אלס פחה, און מיט זיין רשות האט מען געבויט די מויערן פון ירושלים. ער איז אויך געווען דער לעצטער קעניג פון פרס[14].

עס זענען אבער דא אנדערע שיטות, וואס לויט זיי זענען די געשיכטעס פארגעקומען אין די צייטן פון פארשידענע קעניגן: לויט איין גירסא אין סדר עולם זוטא איז געווען א קעניג מיט'ן נאמען דריווש וואס האט געקעניגט נאך ארתחששתא פאר צוויי יאר, און ער איז דער וועמען אלכסנדר מוקדון האט באזיגט[15]. לויט דער רז"ה[16], רבי משה הכהן הספרדי און דער אבן עזרא[17], איז דער בית המקדש געענדיגט געווארן אין די צייט פון א קעניג "דריווש" וואס האט געקעניגט צווישן אחשורוש און ארתחששתא, און ער איז דער קעניג וואס האט געשטיצט עזרא און נחמיה. דער אבן עזרא באשטימט, באזירט אויף "ספר מלכי פרס", אז דער קעניג האט געקעניגט צוועלף יאר. די ראשונים זאגן אז דער לעצטער ארתחששתא האט אויך געהייסן דריווש, ווייל אין ספר יוסיפון ווערט געברענגט אז דער לעצטער קעניג פון פרס וואס איז געפאלן פאר אלכסנדר האט געהייסן דריווש[18].

לויט די אלגעמיינע היסטאריקער, איז דער בית המקדש געבויט געווארן אין די צייטן פון דריווש דער ערשטער, ארתחששתא איז זיין אייניקל ארתחששתא דער ערשטער[19], און דער לעצטער פערסישער קעניג איז געווען דריווש דער דריטער.

דרויסנדיגע לינקס

נאטיצן

  1. און צו אים באציט זיך דער פסוק ”וְשָׂבֵי יְהוּדָיֵא בָּנַיִן וּמַצְלְחִין בִּנְבוּאַת חַגַּי נְבִיָּאה וּזְכַרְיָה בַּר עִדּוֹא וּבְנוֹ וְשַׁכְלִלוּ מִן טַעַם אֱלָהּ יִשְׂרָאֵל וּמִטְּעֵם כּוֹרֶשׁ וְדָרְיָוֶשׁ וְאַרְתַּחְשַׁשְׂתְּא מֶלֶךְ פָּרָס:” (עזרא ו, יד), זע תוספות, ראש השנה ג, ב, ד"ה שנת עשרים

רעפערענצן

  1. ויקרא רבה, פרשה י"ג, פסקה ה'
  2. ראש השנה ג, ב
  3. חגי א, א; עזרא ה, א.
  4. 4.0 4.1 עזרא ה
  5. עזרא ו
  6. עזרא ו, טו
  7. ראש השנה ג, ב-ד, א.
  8. עזרא ז, ו און ווייטער.
  9. ווי דער מלבי"ם, נחמיה ב, ו.
  10. ווי עס ווערט דערציילט אין ספר נחמיה
  11. ספר יוסיפון פרק ט
  12. פרק כט-ל
  13. עזרא ו
  14. עבודה זרה ט, א
  15. ווערט געברענגט אין פירוש נביאים וכתובים להרי"ד, ירושלים: כתב יד וספר, תשל"ח. באנד ג זייט רמח. די גירסא ערשיינט אויך אין א כתב יד פון סדר עולם זוטא געדרוקט דורך אברהם נויבואר, סדר החכמים וקורות הימים, אקספארד, תרמ"ח, באנד א זייט 195.
  16. בעל המאור ראש השנה ב עמוד א מדפי הרי"ף
  17. אבן עזרא, דניאל יא, ב
  18. רלב"ג, דניאל יא, ב און עזרא ו; אבן עזרא, דניאל ח, ה
  19. מרדכי זר-כבוד, עזרא ונחמיה עם פירוש דעת מקרא, ירושלים: מוסד הרב קוק, תשס"ז. זייט כז