תדעל
תִּדְעָל מלך גוים ווערט דערמאנט אין בראשית יד אלס איינער פון די פיר קעניגן וואס האבן זיך פאראייניגט צו אונטערדריקן אן אויפשטאנד קעגן כדרלעמר אין די צייטן פון אברהם אבינו.
אין דער תורה
אין בראשית יד ווערט דערציילט אז תדעל מלך גוים צוזאמען מיט אמרפל מלך שנער און אריוך מלך אלסר האבן באגלייט כדרלעומר מלך עילם, וועלכער איז געפארן צו אונטערדריקן די פינף קעניגן פון כיכר הירדן וועלכע האבן ווידערגעשפעניגט אין אים נאך צוועלף יאר זיין אונטערטעניג. אונטערוועגנס האט די קאאליצע איינגענומען און באזיגט א צאל פעלקער, די רפאים, זוזים, אימים, און חורים, ווי אויך די עמלקים און אמוריים.
די קאאליציע פון פיר קעניגן האט זיך אנגעטראפן אין די ווידערשפעניגע אין עמק השידים, און זיי באזיגט אין קריג. כדרלעומר מיט זיינע לייט האבן בארויבט די שטעט, אריינגערעכנט לוט און זיין פארמעגן. ווען אברם האט זיך דערוואוסט דערפון איז געקומען מיט זיינע קנעכט ראטעווען זיין פלימעניק, ער האט זיי באזיגט ביי חובה וואס איז צולינקס פון דמשק, און ער האט באפרייט לוט און צוגענומען די רויב.
אידענטיטעט
עס איז ברייט אנגענומען אז תדעל איז א טראנסקריפציע פון דעם חיתישן (העב') נאמען "טודכאַליאַ", וואס פיר-פינף קעניגן פון די בני חת האבן געטראגן[1]. דער נאמען ווערט ווארשיינליך דערמאנט אין דאקומענטן אין אוגאריטיש (העב') אלס "תדעל", ווי אין די תורה[2]. ספּעציפיש האבן פארשער געהאלטן אז תדעל איז א פריער טודכאַליאַ וואס ווערט דערמאנט אין איין חיתישער דאקומענט, אין א ליסטע קעניגן פון דעם שטאט קושאר פאר כאטושילי I, דער גרינדער פון דער אור-אלטער חיתישער קעניגרייך. ער האט געלעבט אין די 18'טע יארהונדערט פצ"ר, ארום דער זעלבער תקופה פון כאמוראבי, וועלכע ווערט אידענטיפיצירט מיט אמרפל[3]. סילבין קושק האלט אבער אז עס איז נישט מסתבר אז דער טודכאַליאַ האט געפירט א מיליטערישער קאמפיין אינדרויסן פון אנאטאליע, און אוודאי נישט אין ארץ ישראל[4].
אלישע קמרון און חיים תדמור שטעלן צו אנדערע גרויסע חיתישער קעניגן מיט'ן נאמען טודכאליא, ווי טודכאליא דער צווייטער (העב') (דער ערשטער טודאכאליא פון דער חיתישער קעניגרייך) אדער דער פינפטער (העב')[5]. סטעפאן דאלעי אידענטיפיצירט תדעל אלס דער מיליטערישער פירער "טוכאליא דער שר המשקים" וועס ווערט דערמאנט אין א געוויסן חיתישן ערדערנעם טאבלעט[6][7].
יוסף בן מתתיהו שרייבט אז די פיר קעניגן, אריינגערעכנט תדעל, זענען געווען אשורישער גענערעלער[8]. ענליך שרייבט דער אברבנאל אז "די אלע האבן געקעניגט אין געגנטער פון אשור"[9].
גוים
לגבי זיין הערשאפט איבער "גוים", טייטש אונקלוס "מלך גויים" - "מַלְכָּא דְּעַמְמֵי", א קעניג פון פעלקער. דער בראשית רבה זאגט אז "עס איז דא א פּלאץ אין רוים, וואס הייסט גוים, און זיי האבן גענומען איין מענטש און אים געמאכט קעניג … זיין נאמען איז געווען תדעל"[10]. א טייל מעקן אויס די ווערטער "אין רוים"[11]. אין מדרש אגדה (באבער) שטייט אנשטאט "אין ארץ ישראל"[12]. רש"י ערקלערט אז דער נאמען גוים איז על שם וואס עס האבן זיך דארטן צונויפגעקליבן פון עטליכע פעלקער און ערטער[13]. דער תרגום יונתן טייטשט "א רמאי ווי א פוקס, א מלך וואס די פעלקער הערן אים צו"[14].
עס זענען דא וואס ווילן עס זען אלס אן אויסדרוק פאראלעל צו דער אקאדישער טערמין "אומאַן-מאַנדאַ", אן אלטע טערמין גענוצט אין פארשידענע תקופות פאר פארשידענע ווילדע גרופעס. ספּעציפיש איז געווען א טעאריע אז "מלך גוים" דא מיינט דער פירער פון אן אינדא-אייראפעאישע גרופע קעמפער וואס האט איינגענומען מצרים איינאיינעם מיט די היקסוס, אבער די טעאריע האט נישט קיין גרונד[4]. אנדערע ווילן זאגן אז דער פסוק באציט זיך צו די "גוים" אין בראשית י, ה: מֵאֵלֶּה נִפְרְדוּ אִיֵּי הַגּוֹיִם בְּאַרְצֹתָם אִישׁ לִלְשֹׁנוֹ לְמִשְׁפְּחֹתָם בְּגוֹיֵהֶם. דער פסוק דארט רעכענט דערמיט אריין אלע אנדערע ווייניגער-באקאנטע פעלקער וואס שטאמען פון יפת, און דא אין די כוונה אז תדעל איז געווען קעניג איבער איינס פון יענע פעלקער[15].
דניאל לוי און יוסף רוטשטיין שלאגן פאר אז "גוים" באציט זיך צו די גוטיאַנער (ענ') וועלכע האבן געוועלטיגט איבער מעסאפאטעמיע ענדע דריטער יאר-טויזנט פצ"ר, אין איינקלאנג מיט זייער איבערגעמאכטע כראנאלאגיע פאר דעם אלטערטום[16].
אין יהושע איז אויך דערמאנט א מלך גוים[17]. לויט'ן מדרש איז דאס פארבינדן מיט'ן גוים פון בראשית[12].
דער מדרש שטעלט די פיר קעניגן קעגן די פיר מלכיות, און זאגט אז גוים איז מרמז אויף מלכות אדום, "וואס רעקרוטירט טיראָניע (הערשאפט אדער קריגס-דינער) פון אלע פעלקער פון דער וועלט"[18]. דער רמב"ן נוצט לויט דעם דער טערמין "מלך גוים" צו באצייכענען דער רוימישער קייזער אדער פויפסט פון זיין צייט[19].
ביבליאגראפיע
- סילבין קושק, חיים תדמור, אנציקלופדיה מקראית ח, תשמ"ב, עמ' 434-435, "תדעל".
- משה דוד קאסוטו, אנציקלופדיה מקראית ב, תשי"ד, עמ' 457, "גוים".
- אלישע קמרון, עולם התנ"ך: בראשית, תל אביב, דוידזון עתי, 1993, עמ' 104.
רעפערענצן
- ↑ זעט Tudhaliya, Wikipedia, נאוועמבער 22, 2004.
- ↑ שמואל ייבין, מחקרים בתולדות ישראל וארצו, ירושלים, מ.ניומן, 1959, ע"מ 58.
- ↑ Adam Simon van der Woude, Adrianus van Selms. (1968). Adhuc Loquitur. E.J. Brill. p.36.
- ↑ 4.0 4.1 קושק, תדעל.
- ↑ קושק, תדעל; קמרון, 1993.
- ↑ Dalley, Stephanie (2021). The City of Babylon: A History, c. 2000 BC – AD 116. Cambridge University Press. pp. 319–321. ISBN 9781107136274. (פון ענגלישער וויקיפעדיע)
- ↑ Barjamovic, Gojko; Hertel, Thomas; Larsen, Mogens Trolle (2012). Ups and Downs at Kanesh: Chronology, History and Society in the Old Assyrian Period. Netherlands Institute for the Near East. p. 39. ISBN 978-90-6258-331-7.
- ↑ יוסף בן מתתיהו, קדמוניות היהודים, בוך א, קאפּיטל ט.
- ↑ אברבנאל, בראשית יד, א.
- ↑ בראשית רבה, פרשה מ"ב, פסקה ד'.
- ↑ אות אמת.
- ↑ 12.0 12.1 מדרש אגדה (באבער) בראשית יד, יח.
- ↑ רש"י, בראשית יד, א.
- ↑ תרגום יונתן, בראשית יד, א. זעט אגרא דכלה, ביאורי תרגום יונתן, פרק יד, פסוק א.
- ↑ קאסוטו, גוים.
- ↑ דניאל משה לוי, יוסף רוטשטין, מקרא מול ארכיאולוגיה, ירושלים: ראובן מס, תשע"ב, עמ' 50.
- ↑ יהושע יב, כג.
- ↑ בראשית רבה, פרשה מ"ב, פסקה ב' און ד'.
- ↑ רמב"ן, בראשית יד, א; רמב"ן, שמות כח, ב. זעט: אליהו טבגר, "אימתי פסקה תכלת מישראל", אסופת מאמרים בענייני תכלת, ירושלים, תשע"ב, זייט 56. הערט: "די רמב"ן און די מלך גוים", הרב אברהם יוסף גארדאן, אויף אידיש24, ו' כי תצא פ״ה.