משה מארגארעטן

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
משה מארגארעטן
מארגארעטן ביים אויפטרעטן פאר א צדק אווענט
מארגארעטן ביים אויפטרעטן פאר א צדק אווענט
געבורט 1981 (יארגאנג: 44 בערך)
מדינה פאראייניגטע שטאטן
פעילות בולטת פדיון שבויים

משה שלמה מאַרגאַרעטן (געבוירן תשמ"א) איז א חסידישער עסקן און שתדלן פון וויליאמסבורג, ניו יארק, וועלכער איז באקאנט פאר זיין שתדלנות אין די אמעריקאנער פעדעראלער רעגירונג אויף פארשידענע צוועקן: קרימינאלע יוסטיץ רעפארם, רעליגיעזע פרייהייט, הומאניטארישע הילף איבער דער וועלט, און צוטירט צו פרוכטבארקייט באהאנדלונג. ער איז דער גרינדער און פרעזידענט פון דער צדק אסאסיאציע, א נישט-פּראפיט ארגאניזאציע וואס האט געהאלפן דורכפירן א טורמע רעפארם געזעץ (פירסט סטעפ אקט (ענ')) אין אמעריקע צו פארקירצן די טערמינען פאר ווייסע קאָלנער פארברעכער. משה און די צדק ארגאניזאציע האבן געהאלפן שאפן פרעזידענטליכע פּאַרדאָנען און קלעמענסיס פאר עטליכע אידישע ארעסטאנטן, צווישן זיי שלום מרדכי רובאשקין.

משה און צדק האבן באקומען ברייטע פּרעסע דעקונג פאר זייערע טעטיגקייטן ארויסצוראטעווען געשטראנדעטע אפגאנער נאך וואס אמעריקאנע קרעפטן האבן זיך ארויסגעצויגן פון אפגאניסטאן אין 2021. אין 2023 האט צדק ביישטייערט איבער 30 אמבולאנסן פאר אוקראינע, ארויסצוהעלפן מיט די הומאניטארישע קריזיס געשאפן דורך רוסלאנד'ס אינוואדירן דאס לאנד. אין 2023 האט מארגערעטן מאסן-אויפגעטריבן איבער 7 מיליאן דאלער צו לאביאירן א געזעץ אין אמעריקע וואס זאל צווינגען אינשורענס פירמעס צו דעקן די קאסטן פון אינפערטיליטי באהאנדלונגען.

ביאגראפיע

מארגארעטן ביי דער ווייסע הויז חנוכה צערעמאניע, מיט פרעזידענט דאנאלד טראמפ

משה איז געבוירן אין 1981 צו שמואל יצחק מארגארעטן און איז אויפגעוואקסן אין שיכון סקווירא אין ראמאפא וואו ער האט געלערנט אין די סקווערער חדר. ווען ער איז געווען 14 יאר האט זיין משפּחה זיך געצויגן פאר זיבן יאר קיין ארץ ישראל, און משה האט געלערנט אין דער פּינסק-קארלינער ישיבה קטנה און דערנאך אין טשערנאבילער ישיבה גדולה אין בני ברק[1].

ער האט געהייראט אין תשס"א צו א טאכטער פון ר' יעקב יוסף ניישלאס, משב"ק פון רבי יעקב יחזקיה גרינוואלד, דער פּאָפּער רבי, און וואוינט זינט דאן אין וויליאמסבורג, וואו ער דאווענט אין א סקווערער שטיבל[2].

אין 2019 האט מארגארעטן געצינדן די מנורה ביים ווייסן הויז חנוכה צערעמאניע, אויפ'ן איינלאדונג פון דאן-פּרעזידענט דאנאלד טראמפ, אלס אנערקענונג פאר זיינע לייסטונגען פאר ארעסטאנטן[3]. מארגארעטן איז געווען דער ערשטער חסיד'ישער איד צו צינדן די מנורה אין ווייסן הויז[4]. אין אפריל 2022 האט מארגארעטן ערהאלטן די 'מעדאל פון העלדישקייט' פון די שמעון וויזענטאל צענטער פאר זיינע הומאניטארישע לייסטונגען אין אפגאניסטאן און אוקראינע[5]. אין מאי 2022 איז מארגארעטן באערט געווארן ביי די אידישע אמעריקאנע העריטעדזש מאנאט פייערונג אין קאנגרעס[6].

מאטיוואציע פאר אקטיוויזם

משה'ס פאטער, א באקאנטער סקווערער עסקן, האט טיף באאיינפלוסט דעם יונגן משה העלפנדיג א חבר מיט לעגאלע פראבלעמען און ארויסנעמענדיג זיין הויז פון קאנפיסקאציע. א געפיל פון קהיל'ישער אחריות איז טיף איינגעווארצלט אין דער מארגארעטען פאמיליע, מיט פילע פון זיינע געשוויסטער אקטיוו אין צדקה ארגאניזאציעס ווי "מתעסקים", "חברים", "א טיים", און "חסד 24/7"[7].

לויט ווי משה דערציילט איז די הויפט מאטיוואציע פאר זיין ארבעט אין קרימינאלער יוסטיץ רעפארם איז געקומען אין 2011 בעת א באזוך אין אטיסוויל טורמע. ער האט דארט געזען א פאמיליע, וואו א מאמע מיט אירע קליינע קינדער האבן געזאגט "מה נשתנה" פאר זייער טאטן אין טורמע נאך פאר פסח. די מאמע האט זיך נישט געקענט איינהאלטן פון וויינען, און דער הארצשפאלטנדיגער סצענע האט אים איבערצייגט אז ער מוז זיך אריינווארפן אין דעם פעלד, אפילו אן קיין ערפארונג אדער פינאנצירונג. ער האט דאס געזען ווי א מיסיע צו רעפארמירן די סיסטעם און פארבעסערן דאס לעבן פון ארעסטאנטן און זייערע פאמיליעס[8].

פירסט סטעפ אקט

מארגארעטען איז געווען די טראגענדע קראפט אונטער דעם "פירסט סטעפ אקט" (First Step Act) געזעץ, וועלכער איז אונטערגעשריבן געווארן דורך פרעזידענט טראמפ אין דעצעמבער 2018. די אונטערנעמונג האט געדויערט כמעט א יארצענדלינג פון לאביאינג, געלט-זאמלונג, און פאליטישע קעגנערשאפט. דאס געזעץ האט איינגעפירט א קרעדיט סיסטעם וואו ארעסטאנטן אין פעדעראלע טורמעס קענען פארדינען פריצייטיגע באפרייאונג צו הויז-ארעסט דורך באטייליגן זיך אין רעהאביליטאציע פראגראמען (איין טאג קרעדיט פאר יעדן דריי טעג ארבעט אדער לערנען). עס האט אויך פארמערט גוטע אויפפירונג קרעדיטן און ערלויבט עלטערע ארעסטאנטן איבער 60 צו ענדיגן זייער שטראף אין הויז-ארעסט[9].

מארגארעטען האט געשטעלט זיין ביזנעס אין א זייט און געליטן גרויסע פינאנציעלע פארלוסטן צוליב זיין ארבעט. ער האט געמוזט אליין זאמלען געלט, וואס איז געווען א "טורטור", און האט אויסגעהאלטן מענטשלעכע דערנידערונג פון מענטשן וועלכע האבן נישט געגלייבט אין זיין חלום. ער האט באקומען א שטיצע פון א ריי פאליטיקער פון ביידע פארטייען, אריינגערעכנט סענאטארן ווי מיטש מעקאנעל, טעד קרוז, מייק לי, דזשאן קארנין, ארין העטש, טאם קאבורן, טשאק גרעסלי, און דיק דורבין. א ווידעא פון דעם לובאוויטשער רבי'ס בליק אויף טורמע האט איבערצייגט סענאטאר ריטש פון איידעהא צו שטיצן דאס געזעץ. דזשערעד קושנער האט געשפילט א שליסל-ראלע אין איבערצייגן פרעזידענט טראמפ און בריקן די פארטייאישע שפאלטונג. מארגארעטען איז אויך געשטיצט געווארן דורך די רבנים ווי דער מונקאטשער רבי און דער סקווערער רבי, וועלכע האבן אים באראטן און אים פינאנציעל געשטיצט[10].

אין די יארן נאכן דאס אדורכפירן האט די צדק אסאסיאציע געדריקט די פעדעראלע ביורא פון טורמעס (BOP) צו אימפלעמענטירן דאס געזעץ ווי געהעריג, נאכדעם וואס עס זענען געווען פארהאלטונגען צוליב א פאלשער אינטערפּרעטאציע פון BOP. טויזנטער ארעסטאנטן האבן ערהאלטן די קרעדיטן וואס קומט זיי, און עס האט זיי געגעבן די מעגליכקייט צו פארלאזן די טורמע פריער אדער צו גיין צו א האלוויי הויז אדער הויז-ארעסט. הרב מארגארעטען האט דערקלערט אז די פראגראם איז געמאכט צו שיקן ארעסטאנטן אהיים אלס "בעסערע, נישט ביטערע" מענטשן[11].

צדק אסאסיאציע

לאגא פון צדק

אין 2018 האט ער געגרינדעט אַן אפיציעלע אָרגאַניזאַציע – 'צדק אסאָסיאַציע'[12], וועלכע באשעפטיגט זיך הויפטזעכליך מיט שתדלנות ביים אמעריקאנער קאנגרעס. די ארגאניזאציע צילט צו רעפארמירן דעם פראצעדור פון געריכט, אז דער סיסטעם זאל נישט צוטיילן אזעלכע הארבע שטראפן פאר ווייסע-קאלנער פארברעכנס, און אויך פאר פאר'משפט'ע ארעסטאנטן צו קענען ווערן באפרייט פריער דורך גוטע אויפפירונג אדער צוליב עלטערע יארגאנג. ביי די קאוויד-19 פאנדעמיע האט צדק לאביאירט פאר די באפרייאונג פון ארעסטאנטן אין געפאר פון די ווירוס, מיט'ן אדורכשטיפן די "CARES אקט" געזעץ (ענ'), און אויך געשאפן וויכטיגע מעדיצינישע געצייג פאר שפיטעלער וואו עס האט געמאנגלט[13].

מיט זייערע פארבינדונגען צום ווייסן הויז האבן מארגארעטן און די אנדערע עסקנים פון צדק אויך געהאלפן אויס'פועל'ן עטליכע פּרעזידענטליכע באגנאדיגונגען דורך דאנאלד טראמפ, פאר אידישע ארעסטאנטן וואס האבן באקומען אומ'יושר'דיגע טערמינען, צווישן זיי שלום מרדכי רובאשקין און שלום ווייס[14]. אויך האט מארגארעטן'ס ארגאניזאציע געברענגט די באפרייאונג פון מרדכי יצחק סאַמעט, דורך שתדלנות ער זאל אויך קענען געניסן פון די רעפארמען טראץ וואס ער איז נישט קיין אמעריקאנער בירגער[15].

אין טבת תשפ"ב האט צדק אויפגעטריבן געלט צו גרינדען א סופערפעק - "צדקפעק", דערמיט אנצוהאלטן אירע טעטיגקייטן דורך שטיצן פאליטישע קאמפיינס[16]. די סופערפעק האט לאביאירט צו גענצליך אימפלעמענטירן די טורמע רעפארם געזעץ, און אויסגעפירט אז ארעסטאנטן באפרייט צוליב קאוויד-19 ווערן נישט צוריקגעפירט אין טורמע[17].

אין אייר תשפ"ד איז ער געווען פארמישט אין ראטעווען א איד פון איראן פון באקומען טויט שטראף פאר'ן הרג'ענען א גוי פאר זעלבסטשוץ. צווישן אנדערע האט ער זיך געטראפן דערוועגן מיט סענאטארשע קריסטען דזשיליבראנד פון ניו יארק אינעם הויז פונעם אידישן פילאנטראפ אלעקס ראָווט[18].

הומאניטארישע צוועקן

אין 2021 איז מאַרגאַרעטן געוואָרן באַרימט נאָכדעם וואס ער און די 'צדק' אָרגאַניזאַציע האָבן געאַרבעט צו ראַטעווען אַפגאַנער בירגער, פרויען און קינדער וועלכע זענען געווען באדראעט נאך וואס די פאראייניגטע שטאַטן האט ארויסגעצויגן אירע קרעפטן פון דארט, און די טאַליבאַן האט איבערגענומען די מאכט[19][20]. ער האט געארבעט מיט'ן ווייסן הויז און אנדערע פעדעראלע אגענטורן צו שאפן פאפירן פאר די פליטים[21]. צווישן די געראטעוועטע איז געווען זבולון סימן טוב, אנגעבליך דער לעצטער איד פון אפגאניסטאן[22]. נעבראסקא קאנגרעסמאן דאן בעקאן האט געגעבן א רעדע אינעם הויז פון רעפרעזענטיוון אויסלויבנדיג צדק'ס אקטיוויטעטן אין אפגאניסטאן[23].

ביי די רוסישע אינוואזיע אויף אוקראינע אין 2021–2 האט צדק אויפגעטריבן געלט און אפגעשיקט איבער 30 אמבולאנסן קיין אוקראינע, צו עוואקואירן עלטערע און שוואכע. אין דעצעמבער 14 2021 איז מאַרגאַרעטן געלאדנט געווארן זיך צו טרעפן מיט'ן אוקראינער פרעזידענט וולאדימיר זעלענסקי, וואו דער פרעזידענט האט זיך באדאנקט פאר אים[24].

אינשורענס פאר פערטיליטי באהאנדלונגען

אום סיון תשפ"ג האט צדק אויפגעטריבן 7 מיליאן דאלאר אין אַן אנליין קאַמפּיין[25] צו לאביאירן פאר א מעדיצינישע רעפארם געזעץ וועלכע זאל צווינגען אינשורענס פירמעס צו באצאלן די קאסטן פון פרוכטבארקייט (פערטיליטי) באהאנדלונגען[26]. צדק האט דאן אפגעהאלטן צוויי אוונטן מיט די אויפטרייבער, איינס מיט רעפובליקאנער סענאטארן ראדזשער מארשאל, און טעד קרוז[27], און די אנדערע מיט דעמאקראטישע סענאטארן ריטשארד בלומענטאל און קארי בוקער.

אין אלול תשפ"ג האט מארגארעטן זיך געטראפן מיט קעווין מעקארטי וואס איז געקומען צו מאנטיסעלא, סאליוואן קאונטי[28].

אום סיון תשפ"ד איז צום ערשטן מאל אויפגעברענגט געווארן אין אמעריקאנער קאנגרעס, אן אומפארטייאישער ביל צו צווינגען אינשורענס פירמעס צו באצאלן פערטיליטי קאסטן[29]. אין די זעלבע צייט האט צדק געמאלדן פאר זייערע שטיצער איבער דעם גרינדונג פון א נאציאנאלע ארגאניזאציע גערופן "אמעריקאנער פאר איי-ווי-עף" (Americans for IVF), אנגעפירט דורך א באורד פון א צאל פראמינענטע דאקטוירים מיט מארגארעטן אלס פארזיצער און פרעזידענט, מיט'ן ציל צו מאכן פערטיליטי מער צוגענגליך, און אוועקצושטופן די קעגנערשאפט צו די סארט באהאנדלונגען[30].

צו ליינען מער

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. עמי, 2025.
  2. עמי, 2025.
  3. צינדן די מנורה, סעלעברירן חנוכה אין ווייסן הויז, ווייסע הויז היסטאריע וועבזייטל;
    YouTube Play Button.png משה מארגארעטן צינדט די מנורה ביים ווייסן הויז חנוכה מסיבה, ווידעא אויף יוטיוב.
  4. לראשונה: חסיד ידליק החנוכיה באירוע השנתי של הבית הלבן, אויף COL.
  5. 2022 באערונגען, שמעון וויזענטאל צענטער וועבזייטל.
  6. Judy Berger, Congress Celebrates Jewish-American Heritage Month, JewishLink, ‏May 26, 2022; Jewish American Heritage Month Celebration - 2022, די פריעדלאנדער גרופע.
  7. משפחה, 2019.
  8. Reuvain Borchardt, The Long Journey to Prison Reform, Hamodia, ‏נאוועמבער 3, 2018; Walter Pavlo, Tzedek Association Worked The Halls Of Congress To Push First Step Act Into Law, forbes.com, ‏Dec 21, 2022.
  9. משפחה, 2019.
  10. משפחה, 2019.
  11. https://www.boropark24.com/news/after-a-delay-of-years-first-step-act-credits-applied-for-prisoner-sentence-reductions.
  12. צדק אסאסיאציע פראפיל, datanyze.com.
  13. "איבער צדק" אויף איר וועבזייטל.
  14. קול מבשר, נייעס איבער באפרייאונג פון שלום ווייס.
  15. מענדיל ראטשילד, עסקן פון צדק, אינטערוויו אויף אידיש24.
  16. "נייע סופער-פעק ווערט געגרינדעט דורך די צדק ארגאניזאציע", אשכול אויף אייוועלט; משה מארגארעטן אויף אידיש24.
  17. קאמפיין ווידעא פון צדק.
  18. https://twitter.com/TheBelaaz/status/1791543337113047221.
  19. אפגאניסטאן: דער ניו יארקער ראביי עוואקואירט פארצווייפלטע אפגאנער אויף BBC.
  20. ברוקלינער ראביי פינאנצירט די אפגאנער פליטים רעטונג מיסיעס אויף ניו יארק פאסט.
  21. Pete DeMola, Tears, joy as Albany mom reunites with kids who fled Afghanistan, Times Union, ‏אוגוסט 30, 2021.
  22. חסדי השם: לעצט פארבליבענער איד פון אפגאניסטאן זבולון סימן-טוב ארויסגעראטעוועט אין אן אקציע דורך 'צדק אסאוסיעישאן', אויף אידיש24.
  23. Rep. Don Bacon, A Rabbi's inspiring story of rescuing those left behind in Afghanistan, The Washington Times, ‏אקטאבער 2, 2021.
  24. Reuvain Borchardt, Zelensky Meets With, Thanks Moshe Margaretten of Tzedek for Humanitarian Work, Hamodia, ‏נאוועמבער 4, 2022.
  25. "צדק - 'מהפיכה לדורות' קאמפיין - א'-ב' נשא (א') תשפ"ג", אשכול אויף אייוועלט; קאמפיין בלאט אויף dryveup.com.
  26. "מעדיקל רעפארם ביל", אשכול אויף אייוועלט; אינטערוויא מיט מארגארעטן אויף אידיש24; קאמפיין ווידעא פון צדק אויף dryveup.com.
  27. Historic Tzedek Event Attended by U.S. Senators and Leading Figures, ווידעא.
  28. Jon Levine, Kevin McCarthy courts upstate New York Orthodox Jews in bid to save House majority, New York Post, ‏סעפטעמבער 9, 2023.
  29. HOPE with Fertility Services Act - Bill Text.pdf.
  30. אפיציעלע וועבזייטל פון אמעריקאנער פאר איי-ווי-עף.