שמועס:רבי ישראל נאג'ארה

פון המכלול
ווערסיע פון 00:52, 25 יוני 2025 דורך שווערמער (שמועס | ביישטייערונגען) (שווערמער האט אריבערגעפירט בלאט רוי שמועס:רבי ישראל נאג'ארה צו שמועס:רבי ישראל נאג'ארה אן לאזן א ווייטערפירונג)

לעצטע תגובה: פֿאַר 5 חדשים פון שווערמער אין די טעמע פיוטים
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

פיוטים

תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) כ'טראכט אז ווען מען רעדט פון אלעמיינע געדיכטן זאל מען עס רופן "ליד" אדער "געדיכט", און מען זאל לאזן דעם טערמין "פיוט" פאר פיוטים פון דאווענען וכדו'. רושם רשימות (שמועס) 20:11, 16 יוני 2025 (UTC)ענטפער[ענטפער]

זמירות איז נישט אריינגערעכנט אין פיוט? —תנא קמא 📖 💬 21:28, 16 יוני 2025 (UTC)ענטפער[ענטפער]
זיכער יא, ס'האט אויסגעזען אויס ווי מען רעדט פון סתם לידעלעך, א שטייגער ווי אידישע לידער... רושם רשימות (שמועס) 21:34, 16 יוני 2025 (UTC)ענטפער[ענטפער]
האסט געליינט דעם ארטיקל? דער צדיק האט מחבר געווען איבער טויזנט לידער/פיוטים/שירים/זמירות/געדיכטן, קאלל איט האועווער יו וואנט, טייל פון זיי סעקולארע לידער און פילע (מסתמא רוב) שירי קודש. צו ער האט געפּלאנט אז דאס זאל ממש ווערן א חלק פון די ליטורגיע? מסתמא נישט. הכל תלוי במזל. ביי די אשכנזים זענען טאקע זיינע לידער בכלל נישט אריינגעקומען, אויסער זיין ליד קה רבון, וואס ער האט בכלל ניטאמאל אינזין געהאט אויף שבת, איז ביי אונז געווארן א זמר לשבת. ביי די ספרדים זינגט מען יא פילע פון זיינע פיוטים ביי "שירת הבקשות", דאס איז א ריטואל זיך צוזאמצונעמען ביי חצות הלילה אדער פארטאגס און זינגען פיוטים. טא קום אריין מיט א קלארע שניט וואס זאל לויט דיר ווערן גערופן פיוט. דערווייל האב איך געטוישט עטליכע מאל פון פיוט צו לידער. —תנא קמא 📖 💬 22:06, 16 יוני 2025 (UTC)ענטפער[ענטפער]
עס איז א מחלוקת ה"פוסקים" איבער דעם אפטייטש פון "פיוט". זע דא
איך פערזענליך נייט צו נוצן פאר זאכן וואס זענען געשאפן געווארן אדער ווערט באנוצט צו זאגן מיט אן ערנסקייט אלס "הייליגער תפילה". איך דארף נאך איבערגיין דעם ארטיקל איינציגווייז, מעגליך אז עס שטימט טאקע מיט דעם. רושם רשימות (שמועס) 22:15, 16 יוני 2025 (UTC)ענטפער[ענטפער]
פאר שירי קודש נוץ שירי קודש אדער זמירות. בדיעבד איז די טערמין "פיוט" נישט אסור אינגאנצן. עס מיינט נאך אלעס אויך "לשון קודש פאעזיע". שווערמער (שמועס) 03:43, 17 יוני 2025 (UTC)ענטפער[ענטפער]