דרעפט:כוזרים
![]() |
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
די כוזרים, כאַזאַרן
אין דעם זיבעטן יארהונדערט פון דער היינטיגער צייט רעכענונג, האט א פאלק מיט דעם נאמען כאזארן (כוזרים), וועמענס געשיכטע איז געקניפּט און געבונדען מיט דער היסטאריע פון דעם אידישן פאלק, באזעצט זיך ביי די גרעניצן פון אזיע און אייראפּע. זיי האבן געלעבט אלס מלוכה ביי דעם מויל פון דעם טייך וואָלגאַ (וועלכן זיי האבן גערופן איטיל אדער אַטעל), און דעם קאַספּישן ים וואו די קאַלמיקן וואוינען היינט (העב'), נעבן אַסטראַכאַן. זייער קעניג האט מען גערופן א "כאַן" (העב'), און די כאַנס פון די לעצטע הונדערט-און-פיפציג יאר פון זייער עקזיסטענץ (950—1100), האבן געפירט זייער פאלק אין זיגרייכע מלחמות, ביז זיי האבן דערגרייכט זייער מאקסימאלע געאגראפישע פּאזיציע פון דעם טייך יאַאיק (העב') ביז צו די טייכן דניעפּר און בוג, און פון דעם דרום ענד פון קאַווקאַז (העב') ביז צו דער וואָלגאַ און אָקע (העב').
דער פּונקטליכער נאמען פון דעם דאזיגן פאלק איז נאכנישט פעסט-געשטעלט געווארן ביז צו דעם היינטיגן טאג. קלאסישע שרייבערס פון דעם מיטל אלטער באצייכענען זיי מיט דעם נאמען חזר, אַקאַצירס, אַקאַטירס; די רוסן — קאָזאַרי. העברעאישע שרייבערס לייגן אויס דעם נאמען 'כזר', צו אויסמיידן דעם נישט פּאסיגן אויסלייג פון 'חזיר'. דער פאקט, אבער, וואס דער קאספּישער ים האט געהייסן צו יענער צייט 'כאַזאַר', באוועגט משער צו זיין אז דאס פאלק וואס האט געלעבט ביי דעם ים האט אדאפּטירט דעם דאזיגן נאמען פאר זיך. ראזמארין שלאגט דאס פאָר, כאטש ער האט קיין פילאלאגישן באווייז פאר דעם.
די אורשפּרונג פון די כאזארן
זייער אורשפּרונג, פּונקט ווי זייער נאמען, איז אויך נאכנישט געווארן פעסט-געשטעלט ביז היינט צו טאג. ס'איז נאך אלץ אין דעם אויספארשונג סטאדיום, און דעבאטע מאטעריאל פאר די פאך געלערנטע. פינאָ-אוגריאַן (העב') ווערט באטראכט די העכסט ווארשיינליכע קוועלע. די אורזאכן פאר דעם זענען: א) זייערע אפיציעלע טיטלען זענען ווי די אוגריקיש, ב) די נעמען פון זייערע שטעט זענען פון אוגריקישן דיאלעקט, ג) זייער אַרט רעדן ענדלט בולגאריש און דאס היינטיגע אונגאריש (מאַדיאַריש). ס'איז פאַראַן אפילו א מיינונג אין העברעאישע קוועלעס אז זיי שטאמען אפּ פון תוגרמה (העב') בן גומר, בן יפת, בן נח.
ביזאַנטינער און אויך געוויסע אַראַבישע פארשערס שרייבן צו זייער אורשפּרונג צו די טערקן. (אגב, 'ותירס', דער זון פון יפת, דער זון פון נח זעצן איבער די תרגומים ירושלמי און יונתן בראשית י, ב מיט ותרקי). אנדערע אראבישע היסטאריקערס האלטן אז זיי זענען פארבונדן מיט די סלאַוון און גרוזינער. אנדערע פאך געלערנטע מיינען אז די כאזארן (כוזרים) שטאמען אפּ פון די דינטיאַנער (העב').
די אויפשטייג פון זייער רעגירונג
די כאזארן, א זייער שטארק פאלק אין יענער צייט, האט נישט דערגרייכט דעם קלימאקס פון גרויסקייט פּלוצים, אדער מיט איין מאל. גיכער, אדער ווארשיינליך איז דאס געווען א שטופנווייזע ענטוויקלונג. מיר האבן נאך קיינע פולע, היסטארישע באווייזן פאר דעם.
עטנאָלאגיש זענען די כאזארן באשטאנען פון א ווייסער און א טונקעלער ראסע. די ווייסע האבן געהאט די אויבערהאנט. זייער געשיכטע גייט צוריק ביז צו דעם אנהייב פון דעם צווייטן יארהונדערט. אין דער מלחמה צווישן די רוימישע און פּערסישע מאכטן איז ארמעניע געווען אפט דאס שלאכטפעלד. אלס רעזולטאט פון דעם איז די שטעלונג פון די כאזארן געווארן א וויכטיגער פּאליטישער פאקטאר. די פּערסיאנער האבן שטענדיג זיך באמיט זיי צו געווינען אויף זייער זייט. זיי האבן זיי געגעבן איין קאָנצעסיע נאך דער אנדערער, ביז די כאזארן זענען געווען שוין גענוג שטארק צו קענען פירן זייערע אייגענע מלחמות. קעמפנדיג אלס ביזאנטישע אליאירטע און שפּעטער אויף דער זייט פון די פּערסיער, האבן זיי גלייכצייטיג זיך געלערנט און ערווארבן אויך די סטראטעגיע פון אנדערע פעלקער. פּערסיע האט מורא באקומען פאר זיי, און האט אויף געמויערט א שטארקע וואנט און פעסטונג ביי דער כאזארישער גרעניץ. אבער דאס האט זיי זייער ווייניג געהאלפן. די כאזארן האבן זיי פארניכט און אקופּירט פּערסיע.
אין דעם יאר 626 האבן די גריכן געשלאסן א בונד מיט די כאזארן. שפּעטער האבן די אַדעליגע פון ארמעניע פארפליכטעט זייער אונטערטעניגקייט צו דעם קעניג פון די כאזארן. זיי האבן באזיגט אויך איבעריע, געאָרגיע, און ארמעניע. דער פּערסישער קעניג האָט אַפּעלירט צו דעם רוימישן אימפּעראַטאָר לעאָן דעם ערשטן ער זאל אים העלפן פארטיידיגן קליין אזיע קעגן די כאזארן. אבער זייענדיג אליין געדריקט ביי די כאזארן, האט ער נישט געקענט ערפילן זיין זיין ביטע.
אין דעם יאָר 2־651 האָט אויס געבראָכן אַ קריג צווישן די כאַזאַרן און די אַראַבערס, וועלאַכן די כאַזאַרן האָבן פאַרלוירן. די אַראַבערס האָבן פאַרניכט די כאַזאַרישע הויפּט שטאָט סמאַנדער, און געטויט זייער קעניג לאַקאָגאָן.
נאָך זייער פאַרלירן די מלחמה אין דרום זייט, האָבן די כאַזאַרן געווענד זיך קיין מערב זייט. זיי זענען געווען ערפאָלגרייך אין איין נעמען קאָלאָניעס לענג אויס דעם ברעג פון דעם שוואַרצן ים, און זיי האָבן געהערשט איבער זיי ביז דעם יאָר 840. אין דעם יאָר 679 האָבן זיי אונטערטעניגקט אויך די בולגאַרן, און האָבן פאַרשפּרייט זיך ווייטער צו מערב זייט צווישן די טייכן דאָן און דניעפּר. אין דעם זיבעטן יאָר הונדערט האָבן זיי אַנעקסירט, עראָבערט די געגנט קרים. זיי האָבן געווינען קאָנטראָל איבער דעם ים אַזאָוו, אָרגאַניזירט דעם פאַרקער צווישן אַזיע און אייראפּע, און גענומען צינזש פון די וואַליטשאַנער, סעוויאַנער און פּאָליאַנער.
אָבער קלימאַקסישער אַרויף שטייג ענדיגט זיך אָפט מאָל מיט אַראָפּ שטייג. און דאָס איז געווען דער פאַל אויך מיט די כאַזאַרן. נאָך זייער דערגרייכן דעם העכסטן שפּיץ פון באַרימקייט אַלס קעמפענדיג פאָלק, האָט עס אָן געהויבן צו גיין זיי מיט דער פּוטער אַראָפּ. זיי האָבן געליטן איין פאַרלוסט נאָך דעם אַנדערן. זייער כסדר’דיג פירן מלחמה האָט פאַרמינערט זייער די צאָל פון זייער שטאַם, בעת זייערע שונאים האָבן געמערט זיך אין צאָל, און געשטאַרקט זיך אין מאַכט. סע זענען געווען צייטן ווען זיי האָבן געדאַרפט דינגען סאָלדאַטן פון אַנדערע שטאַמען. זייערע פיינד האָבן באַקענט זיך מיט זייער סטראַטעגיק, און זייער ירידה, זייער אַראָפּ נידער איז געווען א נאַטירליכער קאָנסעקווענץ.
ווען די איסלאַמישע אַרמעיען האָבן אָן געהויבן זייער מאַרש צו איין נעמען די וועלט, האָבן די אַראַבערס, וועמען די כאַזאַרן האָבן געטרויעט זייער פיל, באַטרוגן זיי. דאָס האָט, פאַרשטייט זיך, אונטער געמינעוועט די כאַזאַרנס פּאָזיציע.
אָבער נישט אַזוי גרינג האָט מען געמאַכט די כאַזאַרן פאַר אויס פאָלק, און פאַר אויס קעניגרייך. נישט געקוקט אויף זייער ווערן אָפּ געשוואַכט דורך דעם באַטריג פון זייערע אַליאירטע, און דורך דעם פאַרלירן מערערע מלחמות, האָבן זיי דאָך נאָך באַוויזן צו באַזיגן די נאָרמאַנען אונטער דער פירערשאַפט פון אָליעג. און כמעט אַלע היסטאריקערס גיבן צו, זענען איין שטימיק אַז די כאַזאַרן האָבן באַשיצט געגען, און אָפּ געראַטעוועט אייראפּע פון, מאַכמעדאַניזם. און זיי האָבן געמאַכט קאַווקאַז די גרעניץ פון דעם מאַכמעדאַנישן זיג.
אָבער אין דעם יאָר 1016 האָבן די ביזאַנטינערס און די רוסן צוזאַמען אָן געהויבן צו עראָרבערן כאַזאַרישע טעריטאָריע, און קאָלאָניזירט זייערע עראָבערונגען. און אַרום דעם צוועלפטן יאָר הונדערט האָבן די פּאָד לאָווציס פאַרניכט פולשטענדיג די כאַזאַרן.
די געשיכטע פון די כאַזאַרן איז אויך פאַרבונדן מיט א זייער אינטערעסאַנטן עפּיזאָד, וועלאַכער איז געוואָרן בעטראַכט אַ לאַנגע צייט פאַר א לעגענדע. אָבער שפּעטער האָבן א. האַרקאַווי און ה. גרעץ באַוויזן אַז די לעגענדע אַז די כאַזאַרן, כוזרים, און זייער קעניג האָבן מגייר געווען זיך, אַז זיי האָבן אָן גענומען די אידישע אמונה. דעם אידישן גלויבן איז קיין לעגענדע, נאָר אַ היסטאָרישער פאַקט. און געשען איז די געשיכטע אַזוי:
אין דער צייט ווען דאָס כאַזאַרישע קעניגרייך איז געווען אויף דעם שפּיץ פון רום, זענען די אידן געוואָרן ברוטאַל פאַרפאָלגט אין ביזאַנטין און אין פּערסיע. אונטער יוסטיניאַנס הערשאַפט (565—527) זענען געוואָרן פּראָקלאַמירט שווערע גזירות געגן אידן. די אידן האָבן נישט געטאָרט פייערן פּסח, ווען דער יום טוב איז אויס געקומען פאַר זייער פּאַסכאַ (איסטער). סע איז געווען פאַרבאָטן די אידן צו עסן מצות פּסח. אין דעם יאָר 553 איז געוואָרן פאַרבאָטן די אידן צו לערנען גמרא, און צו אָפּ היטן די תלמוד’ישע געזעצן. דער ביזאַנטינעשער קעניג לעאָן איסאַברי (741—718) האָט באפוילן אַז די אידן זאָלן שמד’ן זיך. דאָס האָט געצווינגן די ביזאַנטינישע אידן צו פאַרלאָזן דאָס לאַנד און צו באַזעצן זיך אין די אַרומיקע לענדער. דאָס כאַזאַרישע קעניגרייך האָט געגעבן די אידן רעליגיעזע פרייהייט און בירגערשאַפט. אַזוי אַרום איז דאָס כאַזאַרן לאַנד געוואָרן דער צענטער פון די פאַרפאָלגטע אידן אין יענער צייט.
ביסלאַכווייז איז דער איינפלוס פון די אידן אין כאַזאַריע געוואָרן אַזוי שטאַרק אַז זיי האָבן מגייר געווען זיך. סע איז נאָך נישט זיכער אַקוראַט ווען זיי האָבן אָן גענומען דעם אידישן גלויבן. געוויסע געלערנטע זענען מיט דער מיינונג אַז דאָס האָט פּאַסירט אין דעם יאָר 620. אַנדערע האַלטן אין דעם יאָר 740. סע זענען אויך נישט פאַראַן מערערע אויטענטישע דאָקומענטן וועגן זייער מגייר זיין זיך. די איינציקע דאָקומענטן זענען ר’ חסדאי’ס בריוו וועלאַכע זענען געדרוקט אין מאַנכע אויסגאַבעס פון דעם באַרימטן דיאַלאָג בעקאַנט אַלס ספר הכוזרי פון רבי יהודה הלוי. (זעט אויסגאַבע "אום").
און סע איז כדאי צו באַמערקן דעם פאַקט, אַז ווען נישט די בריוו, וואָלט דער נאָמען כוזרי פאַר שווינדן אין גאַנצן פון די אידישע מקורים. און די כאַזאַרנס באַקערן זיך צו אידישקייט און אידנטום איז געווען בלויז לעגענדע ביז אין דעם זעכצנטן יאָר הונדערט, ווען דער בוך זאַמלער יצחק ב. עקריש האָט אויף זיין רייע צווישן קאָנסטאַנטינאָפּל און עגיפּטן, מצרים, אָנדעקט די קאָרעספּאָנדענץ צווישן ר’ חסדאי אבן שפּרוט אַ מיניסטער אין דעם הויף אבד־אַלרהאַמאַן, קאַליף פון קאָרדאָוואַ, און יוסף דער קעניג פון די כאַזאַרן.
אין זיין בריוו צו ר’ חסדאי’ן, אַרום דעם יאָר 960, רעפּאָרטירט דער קעניג יוסף ועגן דעם מגייר זין זיך, אַזוי צו זאָגן:
דער אייבערשטער האָט באַוויזן זיך אין אַ חלום צו דעם קעניג בולאַן, וועלאַכער האָט געקיניגט איבער די כאַזאַרן, און ער האָט צו געזאָגט אים מאַכט און רום, אויב ער וועט אָן נעמען דעם אידישן גלויבן. דער קעניג בולאַן איז געווען גרייט צו אָן נעמען דעם אידישן גלויבן, אָבער ער איז נישט געווען זיכער צי זיין פאָלק וועט נאָך פאָלגן אים. האָט ער אַפּעלירט צו דעם אייבערשטן ער זאָל אַנטפּלעקן זיך אויך צו דעם כאַן, הויפּט גייסטליכער, ער זאָל העלפן אים מגייר זיין זיינע אונטערטאַנען. נאָך דעם אייבערשטנס אַנטפּלעקן זיך צו דעם כאַן אין א חלום, האָט די באַוועגונג אָן געהויבן זיך באַלד. זיי האָבן פערזאַמלט אַלע מענטשן און פאָר געשלאָגן אַז זיי זאָלן אָן נעמען דעם אידישן גלויבן. און דאָס פאָלק האָט באַלד מגייר געווען זיך.
ערמוטיקט דורך דעם אַלמעכטיקנס צו זאָג צו באַוויליקן זיי מאַכט און רום, האָבן די כאַזאַרן מאַרשירט דורך דאָרבאַן קיין אַרדעביל, און זיי האָבן איין גענומען דאָס דאָזיקע לאַנד.
דער קאַליף פון די טערקן און דער ביזאַנטינישער אימפּעראַטאָר זענען געווען זייער נישט צו פרידן מיט דעם כאַזאַרס פּלוצימדיגן אויף שוואונג צו מאַכט און רום. האָבן זיי געשיקט דעלעגאַציעס מיט מתנות, געשאַנקן, און קלוגע לייט, זיי זאָלן באַקערן די כאַזאַרן צו זייערע רעליגיעס. בולאָן האָט איין געלאַדן די איינס קלוגע לייט, און ער האָט אויס געהערט אַלעמענס אַרגומענטן, טענות און באַווייזן וועגן וועלאַכע פון די דריי רעליגיעס איז די בעסטע. אַזוי ווי יעדער איינער פון זיי האָט געהאַלטן זיין רעליגיע פאַר די בעסטע. האָט ער געפרעגט די מאַכמעדאַנערס באַזונדער און די קריסטן באַזונדער, וועלאַכע פון די אַנדערע צוויי רעליגיעס זיי בעטראַכטן אַלס די בעסטע. אַזוי ווי ביידע האָבן צו געגיבן אַז די אידישע אמונה, רעליגיע שטייט העכער, האָט בולאַן איין געזען אַז די אידישע רעליגיע איז די אמת’ע. בולאַן האָט געלאָזט מל’ן אַלע זיינע באַדינערס, און ער האָט געשיקט נאָך אַן אידישן געלערנטן, און ער האָט באַשטימט אים אַלס רעליגיעזער פירער, און וועג ווייזער.
עובדיה, איינער פון בולאַנס נאָך פאָלגערס האָט רעאָרגאַניזירט דאָס קעניגרייך, און ער האָט פערשטאַרקט די אידישע אמונה. ער האָט איין געלאַדן אידישע תלמידי חכמים, געלערנטע צו באַזעצן זיך אין דעם לאַנד. ער האָט געגרינדעט שולן און שולעס. זיי האָבן קאָדיפיצירט די געזעצן, דינים לויט וועלאַכע די כאַזאַרן האָבן געפירט זיך. מע האָט געלערנט מיט זיי תנ"כ, מינה, גמרא. און זיי האָבן גענוצט דעם א, ב אַלס זייער שריפט.
רבי חסדאי הייבט אָן זיין קאָרעספּאָנדענץ מיט א דאָפּעלטער אַקראָסטישער באַגריסונג וועלאַכע ענטהאַלט זיבן און דרייסיג שורות, וועמענס איניציאַלן, ערשטע אותיות פון אויבן אַראָפּ מאַכן, לייענען זיך : אני חסדאי בר יצחק בר עזרא בר שפּרוט מנחם בן סרוק[1]. אין זיינע בריוו דערציילט ער אויך די שוועריקייטן, וועלאַכע ער האָט אין שיקן זיי.
די קאָרעספּאָנדענץ דערציילט נישט בלויז די געשיכטע פון די כאַזאַרנס אָן נעמען דעם אידישן גלויבן. נאָר זי אינפאָרמירט אויך וועגן זייער אורשפּרונג, זייער געאָגראַפישע פּאָזיציע, זייער באַציאונג צו די שכנות’דיגע שטאַמען, און זייער דיפּלאָמאַטישע באַציאונגען צו די הערשנדיגע מאַכטן אין יענער צייט.
אַקרישעס אָנדעקונג, די איינציקע אידישע קוועלע, מקור, וועגן דער געשיכטע פון די כאַזאַרן, איז ערשינען צו דעם ערשטן מאָל אין קאָנסטאַנטינאָפּל אַרום דעם יאָר 1577 אין "קול מבשר". סע איז געוואָרן איבער געדרוקט אַלס "פּראָלאָג" צו דעם "כוזרי".
אַ נייע אויסגאַבע פון דעם כאַזאַרנס קעניגס ענטפער צו ר’ חסדאי’ן, וועלאַכער ענטהאַלט אַ בעסערע באַשרייבונג פון דעם לאַנדס געאָ־ גראַפיע, איז ערשינען פון דר. א. האַרקאַווי אין דער צייט שריפט "מאסף נדחים", נומער ח, פון א מאַנוסקריפּט וועלאַכן פירקאָוויץ האָט געבראַכט פון עגיפּטן, מצרים.
אַזוי ווי די היסטאָרישע קוועלעס וועגן די כאַזאַרן זענען זייער ווייניג, און די קאָרעספּאָנדענץ צווישן רבי חסדאי און דעם קעניג איז דער איינציקער מקור, קוועלע, אויף וועלאַכן אונזער אינפאָרמאַציע וועגן דער געשיכטע פון די כאַזאַרן איז באַזירט. האָבן פילע פאַך געלערנטע ווי גאָלדענטאַל (1848), דאָבריאַקאָוו (1865), און אַפילו דער היסטאָריקער אילאָוואַיסקי (1876), פאַרפירט דורך פריערדיגע מיינונגען, באַצויגן זיך סקעפּטיש צו די בריוו־דאָקומענטן.
באַסנאַג דרוקט די בריוו אין זיין "געשיכטע פון די אידן" (1707), און ער דערקלערט אַלס פּוסטע פאַנטאַזיע נישט בלויז דאָס כאַזאַרן קעניגרייך, נאָר אַפילו אויך די גאַנצע עקזיסטענץ פון דעם כאַזאַרן פאָלק. ער האַלט די גאַנצע אַנגעלעגנהייט פאַר אַן ערפינדונג פון אידישער פּוסטער, באַרימערישער פאַנטאַזיע. און ביז דעם יאָר 1911 זענען די בריוו טאַקע געווען דער איינציקער מקור, קוועלע.
אין דעם יאָר 1911 האָט דר. ש. ז. שעכטער געפונען אין דער גניזה פון מצרים א פראַגמענט אין וועלאַכן סע רעד זיך וועגן די כאַזאַרן, און ער ענטהאַלט נייע אינפאָרמאַציע וועגן זיי.
דער דאָזיקער פראַגמענט איז ערשינען אין דעם פערטל יאָריקן זשורנאַל "דזשואיש קוואָטערלי רעוויו" אין פילאַדעלפיע. דער מאַנוסקריפּט, כתב יד, האָט נישט דעם אָנהייב, און נישט דעם סוף. ער באַשטייט פון בלויז צוויי מיטלסדיגע זייטן. אויך דער דאָזיקער דאָקו־ מענט איז געשריבן אין דער פאָרמע פון אַ בריוו. ווייל ער ענטהאַלט די פראַזע : "הנני מודיע לאדוני", איך לאָז וויסן מיין האַר . . . ער איז געשריבן אין לייענבאַרער האַנט שריפט, און אין קוואַדראַטנע אותיות.
ווייל דער דאָקומענט איז געשריבן אין קוואַדראַטנער שריפט, איז מען גענייגט צו האַלטן אַז ער אי געואָרן געשריבן אַרום דעם צוועלפטן יאָר הונדערט. ווייל פאַר דעם דאָזיקן פּעריאָד האָט נישט עקזיסטירט א קוואַדראַט שריפט. און נאָך דעם דרייצנטן יאָר הונדערט, האָט מע גענוצט קוואַדראַט שריפט בלויז פאַר שרייבן ספרי תורה.
פאַך געלערנטע בעטראַכטן דעם דאָזיקן פראַגמענטאַרישן קוואַדראַט־שריפט געשריבענעם מאַנוסקריפּט אַלס וויכטיקן היסטאָרישן דאָקומענט. ער ענטהאַלט קלאָרע ענטפערס אויף די פראַגעס וועגן רבי חסדאי’ן. די נעמען פון די פעלקער זענען אַראַנזשירט און אָן געגעבן ריכטיק. און ער גיט א קלאָרע באַשרייבונג וועגן די כאַזאַרנס אָן נעמען דעם אידישן גלויבן.
רעפערענצן
- ↑ פארגלייכט מיט דעם בריוו אין ספר הכוזרי