דרעפט:כוזרים
![]() |
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
די כוזרים, כאַזאַרן
אין דעם זיבעטן יארהונדערט פון דער היינטיגער צייט רעכענונג, האט א פאלק מיט דעם נאמען כאזארן (כוזרים), וועמענס געשיכטע איז געקניפּט און געבונדען מיט דער היסטאריע פון דעם אידישן פאלק, באזעצט זיך ביי די גרעניצן פון אזיע און אייראפּע. זיי האבן געלעבט אלס מלוכה ביי דעם מויל פון דעם טייך וואָלגאַ (וועלכן זיי האבן גערופן איטיל אדער אַטעל), און דעם קאַספּישן ים וואו די קאַלמיקן וואוינען היינט (העב'), נעבן אַסטראַכאַן. זייער קעניג האט מען גערופן א "כאַן" (העב'), און די כאַנס פון די לעצטע הונדערט-און-פיפציג יאר פון זייער עקזיסטענץ (950—1100), האבן געפירט זייער פאלק אין זיגרייכע מלחמות, ביז זיי האבן דערגרייכט זייער מאקסימאלע געאגראפישע פּאזיציע פון דעם טייך יאַאיק (העב') ביז צו די טייכן דניעפּר און בוג, און פון דעם דרום ענד פון קאַווקאַז (העב') ביז צו דער וואָלגאַ און אָקע (העב').
דער פּונקטליכער נאמען פון דעם דאזיגן פאלק איז נאכנישט פעסט-געשטעלט געווארן ביז צו דעם היינטיגן טאג. קלאסישע שרייבערס פון דעם מיטל אלטער באצייכענען זיי מיט דעם נאמען חזר, אַקאַצירס, אַקאַטירס; די רוסן — קאָזאַרי. העברעאישע שרייבערס לייגן אויס דעם נאמען 'כזר', צו אויסמיידן דעם נישט פּאסיגן אויסלייג פון 'חזיר'. דער פאקט, אבער, וואס דער קאספּישער ים האט געהייסן צו יענער צייט 'כאַזאַר', באוועגט משער צו זיין אז דאס פאלק וואס האט געלעבט ביי דעם ים האט אדאפּטירט דעם דאזיגן נאמען פאר זיך. ראזמארין שלאגט דאס פאָר, כאטש ער האט קיין פילאלאגישן באווייז פאר דעם.
די אורשפּרונג פון די כאזארן
זייער אורשפּרונג, פּונקט ווי זייער נאמען, איז אויך נאכנישט געווארן פעסט-געשטעלט ביז היינט צו טאג. ס'איז נאך אלץ אין דעם אויספארשונג סטאדיום, און דעבאטע מאטעריאל פאר די פאך געלערנטע. פינאָ-אוגריאַן (העב') ווערט באטראכט די העכסט ווארשיינליכע קוועלע. די אורזאכן פאר דעם זענען: א) זייערע אפיציעלע טיטלען זענען ווי די אוגריקיש, ב) די נעמען פון זייערע שטעט זענען פון אוגריקישן דיאלעקט, ג) זייער אַרט רעדן ענדלט בולגאריש און דאס היינטיגע אונגאריש (מאַדיאַריש). ס'איז פאַראַן אפילו א מיינונג אין העברעאישע קוועלעס אז זיי שטאמען אפּ פון תוגרמה (העב') בן גומר, בן יפת, בן נח.
ביזאַנטינער און אויך געוויסע אַראַבישע פארשערס שרייבן צו זייער אורשפּרונג צו די טערקן. (אגב, 'ותירס', דער זון פון יפת, דער זון פון נח זעצן איבער די תרגומים ירושלמי און יונתן בראשית י, ב מיט ותרקי). אנדערע אראבישע היסטאריקערס האלטן אז זיי זענען פארבונדן מיט די סלאַוון און גרוזינער. אנדערע פאך געלערנטע מיינען אז די כאזארן (כוזרים) שטאמען אפּ פון די דינטיאַנער (העב').
די אויפשטייג פון זייער רעגירונג
די כאזארן, א זייער שטארק פאלק אין יענער צייט, האט נישט דערגרייכט דעם קלימאקס פון גרויסקייט פּלוצים, אדער מיט איין מאל. גיכער, אדער ווארשיינליך איז דאס געווען א שטופנווייזע ענטוויקלונג. מיר האבן נאך קיינע פולע, היסטארישע באווייזן פאר דעם.
עטנאָלאגיש זענען די כאזארן באשטאנען פון א ווייסער און א טונקעלער ראסע. די ווייסע האבן געהאט די אויבערהאנט. זייער געשיכטע גייט צוריק ביז צו דעם אנהייב פון דעם צווייטן יארהונדערט. אין דער מלחמה צווישן די רוימישע און פּערסישע מאכטן איז ארמעניע געווען אפט דאס שלאכטפעלד. אלס רעזולטאט פון דעם איז די שטעלונג פון די כאזארן געווארן א וויכטיגער פּאליטישער פאקטאר. די פּערסיאנער האבן שטענדיג זיך באמיט זיי צו געווינען אויף זייער זייט. זיי האבן זיי געגעבן איין קאָנצעסיע נאך דער אנדערער, ביז די כאזארן זענען געווען שוין גענוג שטארק צו קענען פירן זייערע אייגענע מלחמות. קעמפנדיג אלס ביזאנטישע אליאירטע און שפּעטער אויף דער זייט פון די פּערסיער, האבן זיי גלייכצייטיג זיך געלערנט און ערווארבן אויך די סטראטעגיע פון אנדערע פעלקער. פּערסיע האט מורא באקומען פאר זיי, און האט אויף געמויערט א שטארקע וואנט און פעסטונג ביי דער כאזארישער גרעניץ. אבער דאס האט זיי זייער ווייניג געהאלפן. די כאזארן האבן זיי פארניכט און אקופּירט פּערסיע.
אין דעם יאר 626 האבן די גריכן געשלאסן א בונד מיט די כאזארן. שפּעטער האבן די אַדעליגע פון ארמעניע פארפליכטעט זייער אונטערטעניגקייט צו דעם קעניג פון די כאזארן. זיי האבן באזיגט אויך איבעריע, געאָרגיע, און ארמעניע. דער פּערסישער קעניג האָט אַפּעלירט צו דעם רוימישן אימפּעראַטאָר לעאָן דעם ערשטן ער זאל אים העלפן פארטיידיגן קליין אזיע קעגן די כאזארן. אבער זייענדיג אליין געדריקט ביי די כאזארן, האט ער נישט געקענט ערפילן זיין זיין ביטע.
אין דעם יאר 2־651 האָט אויסגעבראכן א קריג צווישן די כאזארן און די אראבערס, וועלכן די כאזארן האבן פארלוירן. די אראבערס האבן פארניכט די כאזארישע הויפּטשטאט סאַמאַנדער, און געטויט זייער קעניג לאַקאָגאָן.
נאך זייער פארלירן די מלחמה אין דרום זייט, האבן די כאזארן זיך געוואנדן קיין מערב זייט. זיי זענען געווען ערפאלגרייך אין אייננעמען קאלאניעס לענגאויס דעם ברעג פון דעם שווארצן ים, און זיי האבן געהערשט איבער זיי ביז דעם יאָר 840. אין דעם יאר 679 האָבן זיי אונטערטעניגט אויך די בולגאַרן, און האבן זיך פארשפּרייט ווייטער צו מערב זייט צווישן די טייכן דאָן און דניעפּר. אין דעם זיבעטן יארהונדערט האבן זיי אנעקסירט די געגנט קרים. זיי האבן געווינען קאנטראל איבער דעם ים אַזאָוו, ארגאניזירט דעם פארקער צווישן אזיע און אייראפּע, און גענומען צינזש פון די וואַליטשאַנער, סעוויאַנער און פּאָליאַנער.
די נידערגאנג געצוואונגען דורך איסלאם
אבער קלימאקסישער אויפשטייג ענדיגט זיך אפט מאל מיט אראפּשטייג. און דאס איז געווען דער פאל אויך מיט די כאזארן. נאך זייער דערגרייכן דעם העכסטן שפּיץ פון בארימקייט אלס קעמפנדיג פאלק, האט עס אנגעהויבן זיי צו גיין מיט דער פּוטער אראפּ. זיי האבן געליטן איין פארלוסט נאך דעם אנדערן. זייער כסדר’דיג פירן מלחמה האט זייער פארמינערט די צאל פון זייער שטאַם, בעת זייערע שונאים האבן זיך געמערט אין צאל, און זיך געשטארקט אין מאכט. ס'זענען געווען צייטן ווען זיי האבן געדארפט דינגען סאלדאטן פון אנדערע שטאמען. זייערע פיינד האבן זיך באקענט מיט זייערע סטראטעגיעס, און זייער ירידה איז געווען א נאַטירליכער קאנסעקווענץ.
ווען די איסלאמישע ארמייען האבן אנגעהויבן זייער מארש צו אייננעמען די וועלט, האבן די אראבערס, וועמען די כאזארן האבן זייער פיל געטרויעט, זיי באטרוגן. דאס האט, פארשטייט זיך, אונטערגעמינעוועט די כאזארנ'ס פּאזיציע.
אבער נישט אזוי גרינג האט מען געמאכט די כאזארן פאר אויס פאלק, און פאר אויס קעניגרייך. נישט געקוקט אויף זייער ווערן אפּגעשוואכט דורך דעם באטריג פון זייערע אליאירטע, און דורך דעם פארלירן מערערע מלחמות, האבן זיי דאך נאך באוויזן צו באזיגן די נאָרמאַנען (העב') אונטער דער פירערשאפט פון אָליעג. און כמעט אלע היסטאריקערס זענען איינשטימיג אז די כאזארן האבן באשיצט קעגן, און אפּגעראטעוועט אייראפּע פון, מאַכמעדאַניזם, און זיי האבן געמאכט קאווקאז די גרעניץ פון דעם מאכמעדאנישן זיג.
אבער אין דעם יאר 1016 האָבן די ביזאנטינערס און די רוסן צוזאמען אנגעהויבן צו עראבערן כאזארישע טעריטאריע, און קאלאניזירט זייערע עראבערונגען; און ארום דעם צוועלפטן יארהונדערט האבן די פּאָלאָווציס (העב') פולשטענדיג פארניכט די כאזארן.
פארפאלגונגען פון די אידן
די געשיכטע פון די כאזארן איז אויך פארבונדן מיט א זייער אינטערעסאנטן עפּיזאד, וועלכער איז געווארן באטראכט א לאנגע צייט פאר א לעגענדע. אבער שפּעטער האבן א. האַרקאַווי און ה. גרעץ באוויזן אז די לעגענדע אז די כאזארן, כוזרים, און זייער קעניג האבן זיך מגייר געווען, אז זיי האבן אנגענומען די אידישע אמונה איז קיין לעגענדע, נאר א היסטארישער פאקט. און געשען איז די געשיכטע אזוי:
אין דער צייט ווען דאס כאזארישע קעניגרייך איז געווען אויף דעם שפּיץ פון רום, זענען די אידן געווארן ברוטאל פארפאלגט אין ביזאנטין און אין פּערסיע. אונטער יוסטיניאנ'ס הערשאַפט (527-565) זענען געווארן פּראקלאמירט שווערע גזירות קעגן אידן. די אידן האבן נישט געטארט פייערן פּסח, ווען דער יום טוב איז אויס געקומען פאַר זייער פּאַסכאַ (איסטער) (העב'). ס'איז געווען פארבאטן די אידן צו עסן מצות פּסח. אין דעם יאר 553 איז געווארן פארבאטן די אידן צו לערנען גמרא, און צו אפּהיטן די תלמוד’ישע געזעצן. דער ביזאַנטינעשער קעניג לעאָן איסאַברי (העב') (741—718) האט באפוילן אז די אידן זאלן זיך שמד’ן. דאס האט געצווינגן די ביזאנטינישע אידן צו פארלאזן דאס לאנד און צו זיך באזעצן אין די ארומיגע לענדער. דאס כאזארישע קעניגרייך האט געגעבן די אידן רעליגיעזע פרייהייט און בירגערשאפט. אזוי ארום איז דאס כאזארן לאנד געווארן דער צענטער פון די פארפאלגטע אידן אין יענער צייט.
די גיור פון די כאזארן צו אידישקייט
ביסלעכווייז איז דער איינפלוס פון די אידן אין כאזאריע געווארן אזוי שטארק אז די כאזארן האבן זיך מגייר געווען. ס'איז נאכנישט זיכער אקוראט ווען זיי האבן אנגענומען דעם אידישן גלויבן. געוויסע געלערנטע זענען מיט דער מיינונג אז דאס האט פּאסירט אין דעם יאר 620. אנדערע האלטן אין דעם יאר 740. ס'זענען אויך נישט פאראן מערערע אויטענטישע דאקומענטן וועגן זייער מגייר זיין זיך. די איינציגע דאקומענטן זענען ר’ חסדאי’ס בריוו וועלכע זענען געדרוקט אין מאנכע אויסגאבעס פון דעם בארימטן דיאלאג באקאנט אלס ספר הכוזרי פון רבי יהודה הלוי.
אין פאקט, ווען נישט די בריוו, וואלט דער נאמען כוזרי פארשווינדן אין גאנצן פון די אידישע מקורים. די כאזארנ'ס באקערן זיך צו אידישקייט און אידנטום איז געווען בלויז לעגענדע ביז אין דעם זעכצנטן יארהונדערט, ווען דער בוך זאמלער יצחק ב. עקריש (ענ') האט אויף זיין רייזע צווישן קאנסטאנטינאפּל און עגיפּטן אנדעקט די קארעספּאנדענץ צווישן ר’ חסדאי אבן שפּרוט א מיניסטער אין דעם הויף אבד־אַלרהאַמאַן (העב'), קאַליף פון קארדאווא, און יוסף דער קעניג פון די כאזארן.
אין זיין בריוו צו ר’ חסדאי’ן, ארום דעם יאר 960, רעפּאָרטירט דער קעניג יוסף וועגן דעם מגייר זיין זיך, אזוי צו זאגן:
דער אייבערשטער האט זיך באוויזן אין א חלום צו דעם קעניג בולאַן (העב'), וועלכער האט געקעניגט איבער די כאזארן, און ער האט אים צוגעזאָגט מאכט און רום, אויב ער וועט אננעמען דעם אידישן גלויבן. דער קעניג בולאן איז געווען גרייט צו אננעמען דעם אידישן גלויבן, אבער ער איז נישט געווען זיכער צי זיין פאלק וועט אים נאכפאלגן. האט ער אפּעלירט צו דעם אייבערשטן ער זאל זיך אנטפּלעקן אויך צו דעם כאַן (הויפּט גייסטליכער), ער זאל אים העלפן מגייר זיין זיינע אונטערטאַנען. נאך דעם אייבערשטנ'ס אנטפּלעקן זיך צו דעם כאַן אין א חלום, האט די באוועגונג זיך באלד אנגעהויבן. זיי האבן פארזאמלט אלע מענטשן און פאָרגעשלאגן אז זיי זאלן אננעמען דעם אידישן גלויבן. און דאס פאלק האט זיך באלד מגייר געווען.
ערמוטיגט דורך דעם אלמעכטיגנ'ס צוזאג זיי צו באוויליגן מאכט און רום, האבן די כאזארן מאַרשירט דורך דאָרבאַן קיין אַרדעביל (העב'), און זיי האבן איינגענומען דאס דאזיגע לאנד.
דער קאַליף פון די טערקן און דער ביזאנטינישער אימפּעראטאר זענען געווען זייער נישט צופרידן מיט דעם כאזאר'ס פּלוצימדיגן אויפשוואונג צו מאכט און רום. האבן זיי געשיקט דעלעגאציעס מיט מתנות און קלוגע לייט, זיי זאלן באקערן די כאזארן צו זייערע רעליגיעס. בולאן האט איינגעלאדן די אידנ'ס קלוגע לייט, און ער האט אויסגעהערט אלעמענס ארגומענטן און באווייזן וועגן וועלכע פון די דריי רעליגיעס איז די בעסטע. אזוי ווי יעדער איינער פון זיי האט געהאלטן זיין רעליגיע פאר די בעסטע, האט ער געפרעגט די מאכמעדאנערס באזונדער און די קריסטן באזונדער, וועלכע פון די אנדערע צוויי רעליגיעס זיי באטראכטן אלס די בעסטע. אַזוי ווי ביידע האבן איינגעשטימט אז די אידישע אמונה שטייט העכער, האט בולאן איינגעזען אז די אידישע רעליגיע איז די אמת’ע. בולאַן האט געלאזט מל’ן אלע זיינע באדינערס, און ער האט געשיקט נאך אַן אידישן געלערנטן, און ער האט אים באשטימט אלס רעליגיעזער פירער, און וועג ווייזער.
עובדיה, איינער פון בולאנס נאכפאלגערס האט רעאָרגאניזירט דאס קעניגרייך, און ער האט פארשטארקט די אידישע אמונה. ער האט איינגעלאדן אידישע תלמידי חכמים צו באזעצן זיך אין דעם לאנד. ער האט געגרינדעט שולן און שולעס. זיי האָבן קאָדיפיצירט די געזעצן לויט וועלכע די כאזארן האבן זיך געפירט. מ'האט געלערנט מיט זיי תנ"ך, משנה, גמרא. און זיי האבן גענוצט דעם א, ב אלס זייער שריפט.
אלגעמיינע אינהאלט פון די בריוו פון ר' חסדאי
רבי חסדאי הייבט אָן זיין קאָרעספּאָנדענץ מיט א דאפּלטער אַקראָסטישער באגריסונג וועלכע ענטהאלט זיבן און דרייסיג שורות, וועמענס איניציאַלן פון אויבן אראפּ מאכן: "אני חסדאי בר יצחק בר עזרא בר שפּרוט מנחם בן סרוק"[1]. אין זיינע בריוו דערציילט ער אויך די שוועריגקייטן, וועלכע ער האט אין זיי שיקן.
די קארעספּאנדענץ דערציילט נישט בלויז די געשיכטע פון די כאזארנס' אננעמען דעם אידישן גלויבן. נאר זי אינפארמירט אויך וועגן זייער אורשפּרונג, זייער געאגראפישע פּאזיציע, זייער באציאונג צו די שכנות’דיגע שטאמען, און זייער דיפּלאמאטישע באציאונגען צו די הערשנדע מאכטן אין יענער צייט.
אַקרישעס אנדעקונג, די איינציגע אידישע מקור וועגן דער געשיכטע פון די כאזארן, איז ערשינען דעם ערשטן מאל אין קאנסטאנטינאפּל ארום דעם יאר 1577 אין "קול מבשר". ס'איז געווארן איבערגעדרוקט אלס "פּראלאג" צו דעם "כוזרי".
א נייע אויסגאבע פון דעם כאזארנ'ס קעניג'ס ענטפער צו ר’ חסדאי’ן, וועלכער ענטהאלט א בעסערע באשרייבונג פון דעם לאנד'ס געאגראפיע, איז ערשינען פון דר. א. האַרקאַווי אין דער צייטשריפט "מאסף נדחים", נומער ח, פון א מאנוסקריפּט וועלכן פירקאָוויטש (העב') האט געבראכט פון עגיפּטן.
אזוי ווי די היסטארישע קוועלעס וועגן די כאזארן זענען זייער ווייניג, און די קארעספּאנדענץ צווישן רבי חסדאי און דעם קעניג איז דער איינציגער מקור אויף וועלכן אונזער אינפארמאציע וועגן דער געשיכטע פון די כאזארן איז באזירט, האבן פילע פאַך געלערנטע ווי גאלדענטאַל (1848), דאָבריאַקאָוו (1865), און אפילו דער היסטאריקער אילאָוואַיסקי (1876), פארפירט דורך פריערדיגע מיינונגען, זיך באצויגן סקעפּטיש צו די בריוו־דאקומענטן.
באַסנאַג דרוקט די בריוו אין זיין "געשיכטע פון די אידן" (1707), און ער דערקלערט אלס פּוסטע פאַנטאַזיע נישט בלויז דאָס כאַזאַרן קעניגרייך, נאר אפילו אויך די גאנצע עקזיסטענץ פון דעם כאזארן פאלק. ער האלט די גאנצע אנגעלעגנהייט פאר אן ערפינדונג פון אידישער פּוסטער, בארימערישער פאנטאזיע. און ביז דעם יאר 1911 זענען די בריוו טאקע געווען דער איינציגער מקור.
שעכטער'ס בריוון
אין דעם יאר 1911 האט דר. ש. ז. שעכטער געפונען אין דער גניזה פון מצרים א פראַגמענט אין וועלכן ס'רעד זיך וועגן די כאזארן, און ער ענטהאלט נייע אינפארמאציע וועגן זיי.
דער דאזיגער פראגמענט איז ערשינען אין דעם פערטל-יאריגן זשורנאל "דזשואיש קוואָטערלי רעוויו" אין פילאדעלפיע. דער מאנוסקריפּט האט נישט דעם אנהייב, און נישט דעם סוף. ער באַשטייט פון בלויז צוויי מיטלסדיגע זייטן. אויך דער דאזיגער דאקומענט איז געשריבן אין דער פאָרמע פון א בריוו, ווייל ער ענטהאלט די פראַזע: "הנני מודיע לאדוני", איך לאז וויסן מיין האַר… ער איז געשריבן אין ליינבארער האנטשריפט, און אין קוואַדראַטנע אותיות.
ווייל דער דאקומענט איז געשריבן אין קוואדראטנער שריפט, איז מען גענייגט צו האלטן אז ער איז געשריבן געווארן ארום דעם צוועלפטן יארהונדערט. ווייל פאר דעם דאזיגן פּעריאד האט נישט עקזיסטירט א קוואדראט שריפט, און נאך דעם דרייצנטן יארהונדערט, האט מען גענוצט קוואדראט שריפט בלויז פאר שרייבן ספרי תורה.
פאַך געלערנטע באטראכטן דעם דאזיגן פראגמענטארישן קוואדראט־שריפט געשריבענעם מאנוסקריפּט אלס וויכטיגן היסטארישן דאקומענט. ער ענטהאלט קלארע ענטפערס אויף די פראגעס וועגן רבי חסדאי’ן. די נעמען פון די פעלקער זענען אראנזשירט און אנגעגעבן ריכטיג. און ער גיט א קלארע באשרייבונג וועגן די כאזארנ'ס אננעמען דעם אידישן גלויבן.
רעפערענצן
- ↑ פארגלייכט מיט דעם בריוו אין ספר הכוזרי