רבי יהושע בן חנניה
תקופת הפעילות | צווייטער דור פון תנאים |
---|---|
השתייכות | בית הלל |
רבי'ס | רבן יוחנן בן זכאי |
תלמידים | רבי עקיבא, אלישע בן אבויה, רבי ישמעאל, רבי יוחנן בן ברוקה, רבי אלעזר חסמא. |
בני דורו | רבן גמליאל דיבנה, רבי אליעזר בן הורקנוס, רבי אלעזר בן עזריה, רבי יוחנן בן נורי |
רַבִּי יְהוֹשֻׁעַ בֶּן חֲנַנְיָה איז געווען פון די גרויסע תנאים אין ארץ ישראל, און פון די פירער פונעם דור נאך חורבן בית שני. און ער איז רבי יהושע סתם וואס ווערט דערמאנט אין די משנה[1]. ער איז געווען א תלמיד מובהק פון רבי יוחנן בן זכאי און א נאנטער חבר מיט רבי אליעזר. ער איז געווען אב בית דין אין בית הוועד אין יבנה, צו דער זייט פון דער נשיא רבן גמליאל השני.
לעבנס געשיכטע
רבי יהושע איז געבוירן סוף ימי בית שני. נאך פאר זיין געבורט האט זיין מאמע די צדקת אים אוועקגעשטעלט פאר תורה. און אלע זיינע שוואנגער טעג איז זי ארומגעגאנגען יעדן טאג אויף אלע בתי מדרשות אין שטאט און זיי געזאגט: "ביטע בעטס רחמים אויף דער עובר שבמעי אז ער זאל זיין א חכם"[2] נאך זיין געבורט האט זיין מוטער געפירט זיין בעטל צום בית המדרש כדי זיינע אויערן זאלן זיך אנקלעבן מיט דברי תורה[3]. און זי האט טאקע זוכה געווען מיט אירע מעשים, און איר זון איז געווארן פון די גרויסע חכמים, ביז מען האט געזאגט אויף אים "וואויל איז דער וואס האט אים געבוירן"[2].
רבי יהושע האט נישט געהאט קיין דרויסנדע שיינקייט, אבער דערקעגן האט ער געהאט אן אויסערגעווענליכע קלוגשאפט און פקחות – ווי די טאכטער פון קייסער האט געזאגט אויף אים: "פרעכטיגע קלוגשאפט אין א מיאוס'ע כלי"[4] און ער האט זיך באניצט דערמיט צו העלפן זיינע ברידער אינעם שטורמישן תקופה נאכ'ן חורבן הבית.
פון זיין יוגנט האט רבי יהושע באדינט רבן יוחנן בן זכאי אין זיין גרויסן ישיבה אין ירושלים, און איז געווען פון זיינע פינף גרעסטע תלמידים – מיט זיינע חבירים רבי אליעזר, רבי יוסי הכהן, רבי שמעון בן נתנאל און רבי אלעזר בן ערך[5]. ווען רבי אליעזר איז אנגעקומען לערנען תורה פאר רבי יוחנן, ווען ער האט נאכנישט עוסק געווען אין תורה, איז רבי יהושע שוין געווען א וועטעראן תלמיד[6].
רבי יהושע איז געווען א לוי, און איז נאך געווען פון די לויים וואס זינגען אין בית המקדש. אין גמרא ווערט דערציילט, אז ווען רבי יהושע האט אמאל געוואלט העלפן רבי יוחנן בן גודגדא מיט די הגפת דלתות אין בית המקדש, האט אים רבי יוחנן געזאגט: "מיין זון, גיי צוריק, ווייל דו ביזט פון די משוררים און נישט פון די שוערים"[7]. אין אן אנדער ארט שילדערט רבי יהושע די שמחה וואס איז געווען אין בית המקדש אין יום טוב סוכות:
- "ווען מיר האב זיך געפרייט ביים שמחת בית השואבה, האבן מיר נישט געזען קיין שלאף אין אונזערע אויגן. וויאזוי? ..."[8].
מען טרעפט נישט אויף קיין שום ארט אויב ער האט געהאט זון אדער טעכטער. דער איינציגער זאך וואס איז באקאנט איבער זיין פאמיליע איז אז זיין פלימעניק איז געווען א באוואוסטע תנא: חנניה בן אחי רבי יהושע.
זיינע רביס
רבן יוחנן בן זכאי, דער הויפט פון די חכמי התורה אין תקופה פון חורבן הבית, איז געווען דער לעצטער רינגעלע אינעם קייט פון מקבלי התורה פון תקופת בית שני. ער האט מקבל געווען פון הלל און שמאי און האט איבערגעגעבן פאר זיינע תלמידים, וואס האבן פארשפרייט די תורה ביי אידן נאכ'ן חורבן. רבי יהושע איז געווען דער אחד המיוחד צווישן זיי, און רבן יוחנן האט איבערגעגעבן פאר דעם תלמיד זיינעם דאס רוב פון זיין חכמה, ווי אויך דער חלק פון סודות התורה. אין גמרא איז געברענגט א מעשה וואס ווייזט אויף די גרויסקייט פון רבי יהושע אינעם חלק הנסתר פון די תורה אויך ווען ער איז נאך געווען א תלמיד:
- רבי יהושע און זיין חבר רבי יוסי הכהן זענען געגאנגען אין וועג, און האבן געזאגט "לאמיר דרש'ען אין מעשה מרכבה". האט רבי יהושע אנגעהויבן און גע'דרש'נט. יענער טאג איז געווען תקופת תמוז [וואס געווענליך איז דער הימל קלאר דאן], האבן זיך די הימלען פארוואלקנט און עס איז געזען געווארן ווי א בויגן אין הימל. און די מלאכי השרת האבן זיך פארזאמלט און געקומען הערן, ווי מענטשן וואס זאמלען זיך איין און קומען זען די מזמוטי חתן וכלה. איז רבי יוסי געגאנגען און דערציילט פאר רבן יוחנן בן זכאי, האט ער געזאגט "אשריכם ואשרי יולדתכם, אשרי עיני שכך ראו[9]. [שפעטער האט רבי יהושע אויסגעלערנט די סודות פאר רבי עקיבא, און רבי עקיבא האט גע'דרש'נט אויף אן ענליכן אופן פאר רבי יהושע[9].]
רבן יוחנן האט אויסגערעכנט די שבח פון זיינע גרויסע תלמידים, און אויף רבי יהושע האט ער געזאגט: "אשרי יולדתו"[10], אז ער איז מאושר במדות טובות, ביז אלע זאגן אויף אים וואויל איז דער וואס האט אים געבוירן[11]. [רבן יוחנן'ס ווערטער זענען אויך מרמז אויף די איבערגעגעבנקייט פון רבי יהושע'ס מאמע, ווי דערציילט אויבן, וואס אין איר זכות איז ער אנגעקומען צו זיין גרויסקייט[12].] אויך האט רבן יוחנן געליינט אויף אים דעם פסוק[13]: הַחוּט הַמְשֻׁלָּשׁ לֹא בִמְהֵרָה יִנָּתֵק"[14].
נאך איידער'ן חורבן איז רבי יהושע אנגעקומען צו הוראה, און איז נסמך געווארן דורך רבן יוחנן בן זכאי[15]. פון דער מעשה וואס איז געברענגט אין גמרא לערנען מיר אז ער איז געווען פון די ראשי המדברים צווישן די חכמים נאך בזמן הבית:
- איינמאל האט מען געטראפן מענטשליכע ביינער אינעם לשכת דיר העצים אין בית המקדש, און די חכמים האבן צוליב דעם געוואלט גוזר זיין טומאה אויף גאנץ ירושלים [אלס חשש טאמער ס'זענען באגראבן מתים אויף נאך פלעצער]. איז רבי יהושע אויפגעשטאנען אויף זיינע פיס און געזאגט: "איז נישט קיין בושה וכלימה פאר אונז אז מיר זאלן גוזר זיין טומאה אויף די שטאט פון אונזערע עלטערן? וואו זענען די מתי מבול? וואו זענען די הרוגי נבוכדנצר (וואס זענען גע'הרג'עט געווארן ביים ערשטן חורבן הבית)"?[16]. ד.ה., אז וויבאלד מיר זעען אז עס זענען נישט מצוי קיין ביינער פון טויטע אין ירושלים – נישט ביינער פון מתי מבול וואס טרעפן זיך אין אנדערע פלעצער, און נישט ביינער פון די הרוגים וואס נבוכדנצר האט גע'הרג'עט ביים ערטשן חורבן – על כרחך אז מ'האט בודק געווען דעם שטאט (בשעת'ן בויען דעם צווייטן בית המקדש) און מ'האט אלעס מפנה געווען. דעריבער, דאס אנטדעקן עטליכע ביינער אין לשכת העצים איז נישט בכח צו מערער זיין אויף דער חזקת טהרה פונעם שטאט[17].
רבי יהושע האט ווארשיינליך געהאט א גרויסע ישיבה (צוזאמען מיט רבי אליעזר) נאך בחייו פון רבן יוחנן בן זכאי, פאר'ן חורבן, וואו רבי עקיבא האט געלערנט פאר אים[18]
ביים חורבן הבית
נישט לאנג נאך וואס דער אידישער ווידערשטאנד קעגן די רוימער האט אויסגעבראכן, האט די קעניגרייך געשיקט איר מעכטיגער מיליטער זיי צו אונטערדריקן. דער רוימישער גענעראל אספסיינוס מיט זיינע לעגיאָנען האבן באלאגערט ירושלים. די עסן אין שטאט האט זיך אויסגעלאזט, און א שרעקליכער הונגער האט אונטערדריקט די איינוואוינער. רבן יוחנן בן זכאי האט געזען מיט זיין קלוגשאפט אז דער שטאט וועט פאלן צו די רוימער, און האט באשלאסן ארויסצוגיין פון ירושלים און גרינדן א תורה צענטער אין אן אנדער פלאץ. וויבאלד די זעלאטישע בריונים האבן נישט געלאזט קיינעם ארויסגיין צו די רוימער, האט זיך רבן יוחנן געמאכט ווי א טויטער, און זיינע תלמידים רבי אליעזר און רבי יהושע האבן אנגעכאפט זיין ארון פון ביידע זייטן און האבן אים ארויסגעטראגן פון שטאט, כאילו צו באגראבן[19].
ווען רבן יוחנן איז געקומען פאר אספסיינוס איז ער
אין יבנה
נאך וואס רבן יוחנן בן זכאי האט באשטימט דער תורה צענטער אין שטאט יבנה, האט ער אליין זיך באזעצט אין ברור חיל, און רבי יהושע, מיט די אנדערע גרויסע תלמידים פון רבן יוחנן, האבן זיך באהאפטן אין זייער אלטן רבי'ן און זענען געגאנגען נאך אים אהין[20]. און ווילאנג רבן יוחנן האט געלעבט זענען זיי דארט געזיצן פאר אים ביז זיין פטירה, וואס דאן זענען זיי געגאנגען אויף יבנה[21].
נאך רבן יוחנן'ס פטירה איז רבי יהושע געווארן אב בית דין אין יבנה, צו דער זייט פון רבן גמליאל השני (זון פון רבן שמעון בן גמליאל הנשיא וואס איז גע'הרג'עט געווארן פאר'ן חורבן) וועלכער איז געווארן דער נשיא פון די סנהדרין[22]. אין גמרא ווערט דערציילט אז אין די סנהדרין אין יבנה זענען געווען פיר חכמים וואס האבן געקענט זיבעציג שפראכן, און רבי יהושע איז איינער פון זיי[23].
צווישן די חברים פון רבי יהושע אין יבנה – אויסער רבן גמליאל און זיינע חברים תלמידים פון רבן יוחנן וואס זענען געקומען מיט אים קיין יבנה נאך זייער רבינ'ס פטירה – זענען געווען רבי טרפון, רבי אלעזר בן עזריה, רבי צדוק, רבי אלעזר המודעי, רבי יוחנן בן נורי, רבי יהודה בן בתירא הראשון און רבי פפייס. רבי עקיבא איז אנהייב געווען א תלמיד פון רבי יהושע, און שפעטער איז ער גרויס געווארן און געווארן א חבר זיינער[24]. שמעון בן זומא און שמעון בן עזאי זענען געווען זיינע יונגע חברים.
רבי יהושע האט נישט געוואוינט בקביעות אין יבנה, און איז נאר געקומען דארט פון צייט צו צייט (ווי מערסטנס זקני הוועד וואס זייער קביעות'דיגער ארט איז געווען אין זייער שטאט און זענען נאר געקומען קיין יבנה אין די ימי הוועד). זיין וואוינארט איז געווען אין שטאט פקיעין, דארט האט ער אויפגעשטעלט אן אייגענעם ישיבה און בית דין[25].
זיינע תלמידים
צווישן זיינע תלמידים זענען געווען רבי יוחנן בן ברוקה, רבי אלעזר חיסמא, רבי אילעאי, רבי אלעזר בן יהודה איש ברתותא און רבי אלעזר בן שמוע.
אבער רבי יהושע'ס גרעסטער תלמיד איז געווען רבי עקיבא, וואס דער אנהייב פון זיין משמש זיין פאר חכמים איז געווען פאר רבי אליעזר און רבי יהושע, און האט משמש געווען פאר זיי דרייצן יאר[26], און האט זיי אויך באדינט[27]. אזוי שטארק האט זיך רבי עקיבא מדבק געווען אין זיין רבי'ן רבי יהושע, ביז ער איז אריין נאך אים אין בית הכסא כדי צו לערנען הנהגות בית הכסא. ווען בן עזאי האט זיך געוואונדערט אויף אים אויף דעם וואס ער האט אזוי מעיז פנים געווען פאר זיין רבי'ן, האט רבי עקיבא געענטפערט: "תורה היא וללמוד אני צריך"[28]. אין גמרא ווערט דערציילט אז רבי אליעזר האט אויסגעלערנט רבי עקיבא פארשידענע ענינים אין הלכות כשפים און ער האט זיי נישט פארשטאנען, נאכדעם האט ער זיי געלערנט פון רבי יהושע און האט זיי פארשטאנען[29]. ווי געזאגט, צום סוף איז רבי עקיבא גרויס געווארן און געווארן א תלמיד־חבר פאר רבי יהושע.
נאך א מערקווירדיגער תלמיד פון רבי יהושע איז אונקלוס הגר, וואס איז געווען פון די פאמיליע קרובים פון דער רוימישער קייסער. אונקלוס האט געשריבן דער איבערזעצונג פון דער תורה אויף אראמיש פונעם מויל פון רבי אליעזר און רבי יהושע[30] – דאס איז דער באוואוסטער תרגום: "תרגום אונקלוס". אין מדרש ווערט דערציילט אז אונקלוס האט זיך געוואונדערט פאר זיי אויפ'ן פסוק[31]: "וְאֹהֵב גֵּר לָתֶת לוֹ לֶחֶם וְשׂמְלָה", וואס פון דעם הערט זיך לכאורה א גרינגשעצונג אין גרים, אז זייער גאנצער שכר איז בלויז ברויט אין קליידונג. רבי יהושע האט אים בארואיגט און אים ערקלערט דעם פסוק'ס מיינונג. ביז מ'האט געזאגט: ווען נישט דער אריכות פנים וואס רבי יהושע האט מאריך געווען מיט עקילס (אונקלוס), וואלט ער צוריק אפגעפארן[32].
זיינע אקטיוויטעטן פאר'ן פאלק
רבי יהושע האט געזען און פארשטאנען אז פון הימל האט מען געקרוינט די רוימער, און ס'איז נישטא קיין עצה נאר צו שתדל'ען ביי זיי, דעריבער האט ער אפט געשמועסט פארשידנס מיט די גרויסע פון רוים, אירע שרים און קעניגן. אלס איינער פון די הויפטן פונעם דור, איז ער געפארן עטליכע מאל צו רוים מיט דער נשיא רבן גמליאל השני, רבי אליעזר, רבי עקיבא און רבי אלעזר בן עזריה[33], כדי צו ממתיק זיין און מבטל זיין די גזירות פונעם קעניגרייך. מיט זיין קליגשאפט און זיסע רייד האט ער מצליח געווען אין זיינע מעשים[34].
זייענדיג אין רוים האט רבי יהושע געהערט אויף א אידישער אינג, פון די געפאנגענע פון ירושלים, וואס געפינט זיך אין טורמע. רבי יהושע האט אים אויסגעלייזט מיט אסאך געלט און אים געשיקט קיין ארץ ישראל. "ולא עברו ימים מועטים עד שהורה הוראה בישראל", און דאס איז דער גרויסער תנא רבי ישמעאל בן אלישע[35].
רבי יהושע האט זיך אפט גע'טענה'ט מיט די מינים און ויכוחים וואס זיי האבן באצווינגען די אידן[36], און מיט זיין חכמה האט ער זיי שטענדיג באזיגט, ביז פאר זיין פטירה ווען די חכמים האבן זיך געזארגט ווער עס גייט שיצן אויף זיי פון די מינים פון יעצט[37]. די גמרא זאגט אז פון ווען רבי יהושע איז געשטארבן איז בטל געווארן עצה און מחשבה, צו וויסן וואס צו ענטפערן פאר מינים און פארשטיין זייערע וואונקען[38].
מיט רבי אליעזר
ווען רבן יוחנן בן זכאי האט געזאגט פאר זיינע תלמידים: "צאו וראו איזוהי דאך ישרה שיבור לו האדם", האט רבי יהושע געזאגט: "חבר טוב"[39]. רבי יהושע האט טאקע זוכה געווען צו א גוטער פריינט – זיין גרויסער ידיד רבי אליעזר. פון זייער יוגנט זענען זיי צוזאמען אויפגעוואקסן אינעם ישיבה פון רבן יוחנן בן זכאי, און צוזאמען האבן זיי געפירט א גרויסע ישיבה (וואו רבי עקיבא האט געלערנט), און צוזאמען זענען זיי געקומען קיין יבנה. די וואונדערליכע פריינטשאפט האט זיך געצויגן צענדליגע יארן, ביז דער גרויסער מחלוקת וואס האט אויסגעבראכן אין יבנה צווישן רבי אליעזר און די אנדערע חכמים לגבי די דין טומאה אין א "תנור של עכנאי"[40], ווען רבי יהושע האט זיך שארף קעגנגעשטעלט רבי אליעזר'ס שיטה. ווען רבי אליעזר האט געזאגט: "אויב איז די הלכה ווי מיר זאלן די ווענט פון בית המדרש אויפווייזן" און די ווענט האבן אנגעהויבן אראפפאלן, האט זיי רבי יהושע אנגעשריגן: "אויב תלמידי חכמים זענען מנצחים זה את זה בהלכה, אתם מה טיבכם?" צוליב די כבוד פון רבי יהושע זענען די ווענט נישט ווייטער אראפגעפאלן, אבער האבן זיך אויך נישט אויפגעשטעלט, צוליב די כבוד פון רבי אליעזר, נאר זענען געבליבן שטיין געבויגן. ווען רבי אליעזר האט ביים ענדע געזאגט: "אויב איז דער הלכה ווי מיר, זאל מען אויפווייזן פון הימל", און ס'איז ארויס א בת קול "מה לכם אצל רבי אליעזר שהלכה כמותו בכל מקום", איז רבי יהושע אויפגעשטאנען אויף די פיס און געזאגט: "לֹא בַשָּׁמַיִם הִיא"[41], ווייל דער תורה איז שוין געגעבן געווארן אין סיני און עס שטייט דערין[42]: "אַחֲרֵי רַבִּים לְהַטֹּת", דעריבער קוקן מיר נישט אויף א בת קול[43]. ווען רבי אליעזר האט זיך נאך אלס געהאלטן ביי דאס זייניגע און האט נישט אנגענומען דעם דעת פונעם רוב, האבן די חכמים זיך צוזאמגעציילט און אים מנדה געווען[44], און איז געבליבן אין נידוי ביז זיין טויט. פון דאן, האט רבי אליעזר פארלאזט יבנה און איז זיך געגאנגען צו לוד, און מיט דעם האבן זיך די צוויי באליבטע פריינט אפגעטיילט פאר די רעשט פון זייער לעבן ביז רבי אליעזר'ס פטירה. נאך זיין פטירה האט זיך רבי יהושע געשטעלט אויף די פיס און געזאגט: "הותר הנדר, הותר הנדר" [ד.ה. די נידוי וואס מ'האט אים מנדה געווען][45], און האט אים מגפף געווען און אים געקישט און געוויינט, און געזאגט: "רבי, רֶכֶב יִשׂרָאֵל וּפָרָשָׁיו"[46][47]. איינמאל איז רבי יהושע אריין אינעם בית המדרש פון רבי אליעזר, און האט אנגעהויבן קישן דעם שטיין אויף וואס רבי אליעזר פלעגט זיצן, און געזאגט: "דער שטיין איז גלייך צום בארג סיני, און דער וואס איז געזיצן דערויף איז גלייך צום ארון הברית"[48].
זיין מחלוקת מיט רבן גמליאל
איינע פון די באקאנטע געשעענישן פארבינדן מיט רבי יהושע איז דאס אפזאגן רבן גמליאל פון די נשיאות אויף דעם וואס ער האט פארשעמט רבי יהושע אין עטליכע פארשידענע פעלער.
אין די גורל'דיגע תקופה פון דאס ווידער־אויפבוי פונעם פאלק נאכ'ן חורבן הבית, האט רבן גמליאל געזען פאר ריכטיג נישט צו ערמעגליכן קיין שום ערעור אויף די סמכות פונעם נשיא, אלס חשש אז דאס וועט ברענגען צו א טיילונג ביים פאלק, און דעריבער האט ער זייער מקפיד געווען אויף ווער ס'האט זיך געקריגט מיט זיין הכרעה[49].
אין איין געשעעניש, האבן זיך רבן גמליאל און רבי יהושע געקריגט לגבי די כשרות פון עדים וואס האבן מעיד געווען אויף דאס זען די נייע לבנה, און אלס רעזולטאט איז געשאפן געווארן א חילוק צווישן זיי לגבי דעם ריכטיגן דאטום פון ראש חודש. ווען רבן גמליאל האט געהערט אז רבי יהושע קריגט אויף זיין הכרעה [און ער האט חושש געווען אז דאס וועט ברענגען א צעטיילונג ביים פאלק ווען א טייל וועלן מאכן די ימים טובים איין טאג און טייל וועלן דאס קומענדיגע טאג, און אויך אז אנדערע וועלן, צוליב רבי יהושע, זיין עלול צו קומען קריגן אויף די סנהדרין], האט ער געשיקט צו רבי יהושע: "איך בין אויף דיר גוזר אז דו זאלסט קומען צו מיר מיט דיין שטעקן און דיינע געלט אין יום כיפור ווען עס פאלט אויס לויט דיין חשבון". רבי יהושע האט זיך געזארגט וויאזוי ער זאל זיך פירן, און זיינע חברים האבן אים גע'עצה'ט צו אננעמען רבן גמליאל'ס הכרעה. האט רבי יהושע גענומען זיין שטעקן און געלט אין האנט און איז געגאנגען קיין יבנה צו רבן גמליאל אינעם טאג וואס לויט זיין חשבון איז געפאלן יום כיפור. איז רבן געמליאל אויפגעשטאנען און אים געקישט אויפ'ן קאפ, און אים געזאגט: קום מיט פרידן מיין רבי און תלמיד. מיין רבי – אין חכמה, און מיין תלמיד – אז דו האסט אנגענומען מיינע ווערטער. וואויל איז דעם דור אז די גרויסע הערן צו די קליינע"[50].
אן אנדער מאל, האט רבי יהושע גע'פסק'נט אנדערש ווי רבן גמליאל לגבי א בכור בהמה, און אויך דאן האט רבן גמליאל רעאגירט מיט א שארפקייט און אים געצווינגען צו מודה זיין ברבים אז ער האט געקריגט אויף אים, און האט אים געלאזט שטיין אויף די פיס בשעת רבן גמליאל איז געזיצן און גע'דרש'נט[51], ביז דער גאנצער פאלק האט מרנן געווען און אפגעהאלטן רבי חוצפית המתורגמן פון ווייטער איבערגעבן רבן גמליאל'ס דרשה. אין א דריטע מעשה, האט רבי יהושע גע'פסק'נט פאר איינע פון די תלמידים אז תפילת ערבית איז א רשות און נישט קיין חובה, אנטקעגן רבן גמליאל'ס מיינונג, און ווידער האט רבן גמליאל אויפגעשטעלט רבי יהושע אויף די פיס בשעת ער איז געזיצן און גע'דרש'נט, ביז דער גאנצער פאלק האט מרנן געווען און געזאגט פאר די מתורגמן זיך אפצושטעלן[52].
אין די אלע פעלער, האט רבי יהושע מעביר געווען אויף זיינע מדות און געשוויגן. אבער דאס פאלק האט תובע געווען זיין עלבון, און די חכמים, וואס האבן שוין נישט געקענט אריבערלאזן בשתיקה דאס פארשעמען דעם כבוד פון רבי יהושע, האבן אפגעמאכט צווישן זיך צו מעביר זיין רבן גמליאל פון זיין שטעלע, און האבן אנגעהויבן דיסקוטירן צווישן זיך וועמען צו שטעלן אלס נשיא אנשטאט אים. דער פאסיגסטער קאנדידאט איז געווען רבי יהושע, וואס איז געווען דער אב בית דין און דער גדול הדור, אבער די חכמים האבן געפילט אז שטעלן דעם בעל המעשה אליין וועט גורם זיין צו א גרויסער צער פאר רבן גמליאל[53]. [רבי אליעזר האט מען נישט געקענט שטעלן, ווייל ער האט זיך שוין אפגעטיילט פון זיי נאך וואס מ'האט אים מנדה געווען.] זיי האבן אויך אוועקגעמאכט די מעגליכקייט צו שטעלן רבי עקיבא, וויבאלד ער האט נישט געהאט קיין זכות אבות (ווייל ער איז געווען א זון פון גרים), און האט געקענט געשטראפט ווערן פון א קפידה פון רבן גמליאל. צום סוף איז געפאלן די בחירה אויף דער יונגער רבי אלעזר בן עזריה, וואס איז געווען א מיוחס און א גרויסער עושר און חכם[54].
אינעם טאג וואס רבי אלעזר בן עזריה איז געשטעלט געווארן, האט מען מסלק געווען דעם שומר הפתח און עס זענען צוגעקומען פיר הונדערט (אדער זיבן הונדערט) בענק אין בית המדרש, און אפילו רבן גמליאל האט זיך נישט צוריקגעהאלטן פון בית המדרש אפילו איין שעה. רבי יהושע און רבן גמליאל האבן דיסקוטירט צווישן זיך איבער א שאלה וואס איז אויפגעקומען יענעם טאג כאילו גארנישט האט פאסירט, און די חכמים האבן מכריע געווען להלכה ווי רבי יהושע. דאן האט רבן גמליאל געכאפט אז ער דארף גיין איבערבעטן רבי יהושע. ווען ער איז אנגעקומען צום הויז פון רבי יהושע האט ער געזען די שווארצע ווענט פון זיין הויז, און ער האט אים געזאגט, "פון די ווענט פון דיין הויז דערקענט זיך אז דו ביזט א פחמי[55] האט אים רבי יהושע געזאגט: "וויי איז פאר'ן דור וואס דו ביזט זיין פרנס, וואס דו ווייסט נישט דעם צער פון די תלמידי חכמים, מיט וואס זיי זענען זיך מפרנס און מיט וואס זיי שפייזן זיך". האט אים רבן גמליאל געזאגט "נעניתי לך [ד.ה. איך האב צופיל גערעדט קעגן דיר], זיי מיר מוחל", און רבי יהושע האט זיך נישט וויסענדיג געמאכט פון אים, ביז רבן גמליאל האט אים געזאגט: "טו עס וועגן די כבוד פון מיין טאטן"[56], און דאן האט זיך רבי יהושע איבערגעבעטן און אים מוחל געווען[57].
רבי יהושע האט זיך נישט באגעניגנט בלויז מיט זיין מחילה, נאר האט משתדל געווען אז מ'זאל צוריקשטעלן רבן גמליאל צו זיין נשיאות און איז אליין געגאנגען צום בית הוועד זיי צו מעורר זיין דערוועגן. כדי נישט צו מעביר זיין רבי אלעזר בן עזריה אינגאנצן פון די נשיאות, האט מען מתקן געווען אז רבן גמליאל וועט דרש'נען דריי שבתים יעדן חודש און רבי אלעזר בן עזריה איין שבת[57][58].
זיינע מאמרים
רבי יהושע ווערט דערמאנט אין די משנה נאנט צו הונדערט־און־פופציג מאל. זיין בר פלוגתא איז געווענליך זיין גרויסער חבר רבי אליעזר. דער כלל איז, אז אין יעדע מחלוקת צווישן רבי יהושע און רבי אליעזר איז די הלכה ווי רבי יהושע[59].
פון זיינע מאמרים: זיין טייערער מאמר אין אבות[60]: "עין הרע ויצר הרע ושנאת הבריות, מוציאין את האדם מן העולם".
און זיין באוואוסטן מאמר: "יותר משבעל הבית עושה עם העני, העני עושה עם בעל הבית", ווייל רות האט זאגט פאר נעמי[61]: "שֵׁם הָאִישׁ אֲשֶׁר עָשִׂיתִי עִמּוֹ הַיּוֹם בֹּעַז". שטייט נישט "אשר עשה עמי", נאר "אֲשֶׁר עָשִׂיתִי עִמּוֹ". רות זאגט איר: "הרבה טובות עשיתי עמו היום בשביל פרוסה שנתן לי"[62].
"כל הלומד תורה ומשכחה, דומה לאשה שיולדת וקוברת"[63].
"אם שונה אדם שתי הלכות בשחרית ושתי הלכות בערבית ועוסק במלאכתו כל היום, מעלין עליו כאילו קיים את כל התורה כולה"[64].
צו די מענטשן פון אלכסנדריא וואס האבן אים געפרעגט: "וואס זאל א מענטש טון ער זאל קלוג ווערן?" האט ער געענטפערט, אז מ'דארף זיך משתדל זיין אויף צוויי אופנים: "ירבה בישיבה (היינו מיט לימוד התורה) וימעט בסחורה", און אויך "יבקש רחמים ממי שהחכמה שלו", און איינס אן די אנדערע איז נישט גענוג. אויך אויף זייער שאלה: "וואס זאל א מענטש טון ער זאל רייך ווערן?" האט ער אזוי געענטפערט: "ירבה בסחורה וישא ויתן באמונה", און אויך "יבקש רחמים ממי שהעושר שלו", און איינס אן די אנדערע איז נישט גענוג[65].
זיין קלוגשאפט
רבי יהושע איז באוואוסט געווארן איבעראל מיט זיין גרויס חכמה און פקחות. אין גמרא[66] ווערן געברענגט צוועלף זאכן וואס די מענטשן פון אלכסנדריא, מצרים האבן געפרעגט רבי יהושע: "שלשה מהם דברי חכמה [ד.ה. הלכה], שלשה דברי אגדה, שלשה דברי בורות ושלשה דברי דרך ארץ"[67].
רבי יהושע אליין האט געזאגט: "קיינמאל האט מיך א מענטש נישט באזיגט, חוץ פון א פרוי, תינוק, ותינוקת". דאס איז געווען די מעשה מיט'ן פרוי:
- אמאל איז רבי יהושע געווען אלס גאסט אין אן אכסניה, און די בעלת אכסניה האט אים אנגעגרייט א געקעכץ פון בונדלעך. אינעם ערשטן און צווייטן טאג האט רבי יהושע געגעסן דעם גאנצן טעלער און גארנישט איבערגעלאזט, און האט זיך נישט געפירט ווי אנגענומען, איבערצולאזן אביסל עסן אין די זייט פונעם טערלער אויף צו געבן פאר'ן שמש. די באלעבוסטע האט אים געוואלט מרמז זיין אז ער פירט זיך נישט ווי עס פאסט, דעריבער האט זי זייער געזאלצן דאס געקעכץ, און ווען רבי יהושע האט דאס טועם געווען האט ער עס אפגעלאזט. האט אים די בעלת אכסניה געפרעגט: "רבי פארוואס עסטו נישט?" רבי יהושע, נישט וועלנדיג זאגן אז דאס געקעכץ איז צו געזאלצן, האט געזאגט: "איך האב שוין געגעסן בייטאג". האט זי אים געזאגט" אויב אזוי, וואלסטו אויך געדארפט אפלאזן די ברויט? אפשר האסטו היינט איבערגעלאזט אויך פאר די ערשטע טעג?"
- די מעשה מיט'ן תינוקת: אמאל איז רבי יהושע געגאנגען אין א וועג וואס גייט אריבער אין א פעלד. האט אים א קליין מיידל געזאגט: "רבי, איז דאס נישט קיין פעלד?" האט ער איר געזאגט: "איז עס נישט קיין דרך כבושה?. האט זי אים געזאגט: "ליסטים כמוך כבשוה!".
די מעשה מיט'ן תינוק: אמאל איז רבי יהושע געגאנגען אין וועג און געזען א קליין קינד וואס זיצט ביי א שייד וועג. האט ער אים געזאגט: "וועלכע וועג גיי איך צום שטאט?" האט אים דאס קינד געענטפערט: "דער וועג איז א קורצע און א לאנגע, און דער איז א לאנגע און א קורצע". איז רבי יהושע געגאנגען אינעם קורצע און לאנגע וועג, וויבאלד ער איז אנגעקומען צום שטאט האט ער געזען אז ס'נעמען עס ארום גערטנער און פרדסים. איז ער צוריקגעגאנגען און געזאגט פאר יענעם קינד: "מיין זון, דו האסט דאך מיר געזאגט אז דער וועג איז א קורצע!" האט דאס קינד אים געזאגט: "האב איך דיר נישט געזאגט אז דאס איז אויך א לאנגע?". האט אים רבי יהושע געקישט אויפ'ן קאפ, און אים געזאגט: "וואויל איז ענק אידן אז עטס זענטס אלע גרויסע חכמים, פון ענקערע גרויסע ביז ענקערע קליינע"[68]
ער איז אויך געווען בקי אין אלע מיני ערמומיות פון די פאָפּערס, ווי דערציילט:
- מעשה ברבי יהושע אז ס'איז צו אים געקומען א מענטש, און ער האט אים געגעבן עסן און טרינקען און אים ארויפגעטראגן שלאפן אויפ'ן שטאק. רבי יהושע האט מיט זיין חכמה חושד געווען אז אפשר איז ער נישט קיין ערליכער מענטש, האט ער אוועקגענומען דעם לייטער פונעם בוידעם. האלבער נאכט איז דער מענטש אויפגעשטאנען און גענומען אלע כלים און זיי איינגעוויקלט אין זיין טלית, און ווען ער האט געוואלט אראפגיין איז ער אראפגעפאלן און זיין מפרקת האט זיך צעבראכן. צופרי איז רבי יהושע געקומען און אים געטראפן אראפגעפאלן האט ער אים געזאגט: "ריקא, אזוי טוען מענטשן ווי דיר?" האט ער אים געענטפערט "רבי, איך האב נישט געוואוסט אז דו האסט גענומען דעם לייטער פון אונטער מיר". האט אים רבי יהושע געזאגט: "ריקא, ווייסטו נישט אז שוין פון נעכטן זענען מיר געווען באווארנט מיט דיר". פון דא האט רבי יהושע געזאגט: "אייביג זאל יעדער מענטש זיין אין דיינע אויגן ווי א רויבער, און זיי זיי מכבד ווי רבן גמליאל[69]. פון דא איז ווארשיינלעך דער מקור פאר דעם באקאנטער אויסדרוק: "כבדהו וחשדהו"[70].
אויך זיינע חברים די חכמים האט רבי יהושע באוואונדערט מיט זיין חכמה.
- אמאל זענען רבן גמליאל און רבי יהושע געפארן אין א שיף. רבן גמליאל האט גענומען מיט זיך ברויט אויפ'ן וועג, ווידער רבי יהושע האט גענומען מיט זיך ברויט און אויך מעל. אויפ'ן וועג האט זיך געענדיגט די ברויט פון רבן גמליאל, און רבי יהושע האט אים געגעבן פון די מעל וואס ער האט געהאט. האט רבן גמליאל געפרעגט רבי יהושע: "האסטו דען געוואוסט אז מיר וועלן זיך אזוי אויפהאלטן, אז דו האסט אויך געברענגט מיט דיר מעל?" האט ער אים געזאגט: ס'איז דא איין שטערן וואס קומט ארויף איינמאל און זיבעציג יאר און צעמישט די שיפס־קאפיטאנען, האב איך געטראכט, אפשר וועט עס ארויפקומען און אונז צעמישן". האט רבן גמליאל געזאגט מיט שטוינונג: "אזויפיל חכמה איז דא אין דיר און דו דארפסט ארויספארן אין א שיף [פאר דיין פרנסה]?"[71].
- איין פילאזאף האט אוועקגעגעבן מערערע יארן כדי צו אנטפלעקן ווי לאנג ציט זיך דאס שוואנגערשאפט פון א שלאנג. ווען די חכמים זענען אמאל אנגעקומען קיין רוים, האט דער פילאזאף געפרעגט רבן גמליאל: "נאך וויפיל צייט געבוירט דאס שלאנג"? האט ער אים נישט געוואוסט צו ענטפערן, און זיין געזיכט איז פארכמארעט געווארן. האט רבי יהושע זיך אנגעשטויסן אין אים און אים געפרעגט: "פארוואס איז דיין פנים פארקרענקט?" האט אים רבן גמליאל געזאגט: "איין שאלה בין איך געפרעגט געווארן און איך האב נישט געוואוסט צו ענטפערן: נאך ווי לאנג געבוירט דאס שלאנג?". האט אים רבי יהושע געזאגו: "צו זיבן יאר", און אים געברענגט א ראיה פון די תורה. איז רבן גמליאל צוריק און געזאגט פאר'ן פילאזאף דעם ענטפער. האט ער אנגעהויבן רייבן זיין קאפ אין וואנט און געזאגט: "אלעס וואס איך האב מיך געפלאגט זיבן יאר איז דער געקומען און עס מיר אויסגעשטרעקט אין איין קנה"[72].
דאס גאנצע גרויסקייט און קלוגשאפט פון רבי יהושע האט אים נישט געהאלפן רייך ווערן. ס'איז ביי אים מקויים געווארן דער פסוק: "וגם לא לחכמים לחם — ניקוד — עשר"[73] און ער האט זיך מפרנס געווען בדוחק[74].
זיין ענוה און יראת חטא זענען געווען גרויס. אמאל האט זיך רבי יהושע אויסגעדרוקט מיט א שארף לשון בנוגע א געוויסע הוראה פון בית שמאי, און ווען ער האט עומד געווען אויף זיין טעות, איז ער געגאנגען זיך משתטח זיין אויף די קברים פון בית שמאי צו בעטן זייער פארגעבונג. און זיין גאנץ לעבן האט רבי יהושע געפאסט כדי צו פארצייען אויף די רייד, ביז זיינע ציין זענען פארשווארצט געווארן צוליב די פילע תעניתים[75].
מיט'ן רוימיש'ן קייסער
די רוימישע קיסרים האבן אנערקענט זיין קלוגשאפט און האבן פיל געשמועסט מיט אים. אין גמרא און מדרש ווערן געברענגט פיל פון זיינע ויכוחים מיט'ן קייסער (מערסטנס מיט'ן קייסער אדריינוס) און זיין פאמיליע:
- אמאל האט דער קייסער אים געזאגט: "איך וויל זען דיין גא-ט". רבי יהושע האט אים געענטפערט אז א מענטש קען נישט זען דעם אויבערשטן, און ווען דער קייסער האט זיך פאר'עקשנ'ט האט אים רבי יהושע געשטעלט אינדרויסן און אים געזאגט צו קוקן אינעם זון. דער קייסער האט פארשטייט זיך נישט מצליח געווען. האט אים רבי יהושע געזאגט: "אויב אין דער זון וואס איז איינע פון די שמשים פאר הקב"ה, קענסטו נישט קוקן איז דען נישט א כל שכן די שכינה?"[76].
- דער קייסער האט אים געפרעגט: "מפני מה תבשיל של שבת ריחו נודף?" האט ער געענטפערט: "תבלין אחד יש לנו ושבת שמו, שאנו מטילין לתוכו, וריחו נודף". האט ער אים געזאגט: "גיב אונז דערפון". האט ער געענטפערט: "דער וואס היט דער שבת, העלפט עס פאר אים, און דער וואס היט נישט דער שבת, העלפט עס נישט פאר אים"[77].
אין רבי יהושע'ס צייטן האט דער רוימישער קעניגרייך פלוצים געגעבן רשות צו בויען דעם בית המקדש. באלד האבן זיך צוזאמגענומען פילע אידן פון ארץ ישראל און גולה, און די פאלק'ס עשירים, פפוס ולוליאנוס, האבן צוגעשטעלט גאלד און זילבער און אלע אנדערע זאכן וואס פעלן זיך אויס צום בויען. צום באדויערן איז די צייט נאכנישט רייף געווען, און די כותים די אנטיסעמיטן זענען געקומען פאר'ן רייסער און האבן מוציא דיבה געווען אויף די אידן אז זיי וועלן דאדורך ווידערשפּעניגן אין די רוימער. ווען דער קייזער האט געענטפערט אז ער האט שוין געגעבן רשות און קען מער נישט צוריקצוען, האט מען אים מייעץ געווען אז ער זאל אויסנעמען דאס בויען דעם מקדש מיט'ן דאס אוועקריקן פון איר פריערדיגן ארט אדער מיט'ן אביסל טוישן די מאָסן, און דערפאר וועלן זיך די אידן אליינס אפהאלטן פון עס בויען.[78]
זיין פטירה
רבי יהושע האט מאריך ימים געווען נאך רבן גמליאל און רבי אליעזר'ס פטירה[79], און איז געווען בערך ניינציג ביי זיין פטירה[80]. ווען דער קייזער האט אים געפרעגט אויף זיין עלטער פארוואס ער קומט מער נישט זיך באטייליגן ביי די וויכוחים איבער רעליגיע, האט ער געענטפערט: "דער בארג איז געווארן שניי, ארום דעם בארג איז פיל געווארן מיט אייז, די הינט בילן נישט, איו די וואס מאלן מאלן נישט"[81]. ד.ה. מיין קאפ איז ווייס געווארן, מיין בארד און שנאלצן זענען ווייס געווארן, מיין שטימע ווערט שוין נישט געהערט, און די ציין קייען שוין נישט[82].
רעפערענצן
- ↑ סדר תנאים ואמוראים אות ז; רש"י, נזיר נו, ב, ד"ה ור' אלעזר
- ↑ 2.0 2.1 רש"י און רע"ב, אבות ב, ח
- ↑ תלמוד ירושלמי, מסכת יבמות, פרק א', הלכה ו'
- ↑ תענית ז, א
- ↑ משנה, אבות ב, ו
- ↑ זעט פרקי דרבי אליעזר פרק א'
- ↑ ערכין יא, ב
- ↑ סוכה נג, א
- ↑ 9.0 9.1 חגיגה יד, ב
- ↑ משנה, אבות ב, ח
- ↑ רמב"ם, רע"ב
- ↑ רש"י און רע"ב דארט
- ↑ קהלת ד, יב
- ↑ אבות דרבי נתן, פרק י"ד, הלכה ג'
- ↑ תלמוד ירושלמי, מסכת סנהדרין, פרק א', הלכה ב'
- ↑ זבחים קיג, א זעט אויך משנה, עדיות ח, ה
- ↑ רש"י
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע יצחק אייזיק הלוי, דורות הראשונים ד, עמוד 460 - ↑ גיטין נו
- ↑ תוספתא, מסכת מעשרות, פרק ב', הלכה ב'; תלמוד ירושלמי, מסכת דמאי, פרק ג', הלכה א'
- ↑ קהלת רבה, פרשה ז', פסקה ז'
- ↑ בבא קמא עד, ב;
יתכן אז לויט דער ירושלמי (מסכת ברכות, פרק ב', הלכה א') איז רבי יהושע נישט געווען אב בית דין. זעט מראה הפנים דארט; יופי מכלול אין יפה מראה דארט (געברענגט אין סדר הדורות, ערך רבי אלעזר בן עזריה); מהר"ץ חיות ברכות כח, א און בבא קמא עד, ב.
לויט דער דורות הראשונים (חלק ה, 61 און 69) איז רבן גמליאל געווארן נשיא גלייך נאכ'ן חורבן, ווידער רבן יוחנן בן זכאי איז געבליבן אב בית דין אזויווי ער איז געווען פאר'ן חורבן. און ביי דער פטירה פון רבן יוחנן איז רבי יהושע געווארן אב בית דין במקומו. - ↑ סנהדרין יז, ב. און רש"י דארט
- ↑ זעט שפעטער
- ↑ זעט סנהדרין לב, ב; חגיגה ג, א.
תולדות תנאים ואמוראים שאצט אז רבי יהושע'ס גיין אויף פקיעין איז געווען נאך זיין מחלוקת מיט רבן גמליאל און דאס שטעלן רבי אלעזר בן עזריה אלס נשיא [אדער אב בית דין (זעט אין זיין ארטיקל)]. זעט אויך דורות הראשונים חלק ג עמוד 340. - ↑ זעט אבות דרבי נתן, פרק ז'; תלמוד ירושלמי, מסכת נזיר, פרק ז', הלכה א'
- ↑ זעט פסחים לו, א
- ↑ ברכות סב, א
- ↑ סנהדרין סח, א
- ↑ מגילה ג, א; זעט אויך תלמוד ירושלמי, מסכת מגילה, פרק א', הלכה ט'
- ↑ דברים י, יח
- ↑ בראשית רבה, פרשה ע', פסקה ה'
- ↑ אין פילע פלעצער אין די משנה, גמרא און מדרשים ווערן דערמאנט דאס פארן אדער אויפהאלטונג פון די דאזיגע גדולי ישראל און רוים (זעט למשל משנה, מעשר שני ה, ט; ספרי אויף עקב מג; תלמוד ירושלמי, מסכת סנהדרין, פרק ז', הלכה י"ג; דברים רבה, פרשה ב', פסקה כ"ד).
לויט דער דורות הראשונים (חלק ה עמודים 280 און 349) זענען די ראשי הדור געפארן קיין רוים אין תקופת יבנה צוויי מאל: דער ערשטער מאל, ארום צען יאר נאכ'ן חורבן, זענען געפארן רבן גמליאל השני און רבי אליעזר און רבי יהושע. דער צווייטער מאל איז געווען אומגעפער פינף־און־צוואנציג יאר נאכ'ן חורבן, און דאן זענען געפארן רבן גמליאל השני און רבי יהושע מיט רבי אלעזר בן עזריה (וואס איז דאן געווען נשיא צו דער זייט פון רבן גמליאל) און רבי עקיבא. - ↑ זעט שבת קכז, ב
- ↑ גיטין נח, א; תלמוד ירושלמי, מסכת הוריות, פרק ג', הלכה ד'
זעט אויך רבי יהודה בן בתירה השני, אז ער איז געבוירן געווארן בזכות די ברכה פון רבי אליעזר און רבי יהושע צו זיין טאטן, בשעת זיי זענען געווען אויפ'ן וועג קיין רוים. - ↑ זעט שבת קנא, א
- ↑ זעט שפעטער
- ↑ סוטה מט, ב און רש"י דארט
- ↑ משנה, אבות ב, ט
- ↑ זעט משנה, עדיות ז, ז; משנה, כלים ה, י
- ↑ דברים ל, יב
- ↑ שמות כג, ב
- ↑ דהיינו, הקב"ה האט איבערגעגעבן די תורה צו מענטשן אז די הלכה זאל אנטשידן ווערן דורך זייי לויט די כללים וואס זענען איבערגעגעבן געווארן אין סיני.
רבי יהושע האט אפגעלערנט דעם בת קול ווי א נסיון פון הימל, צו פרואוון די חכמים אויב וועלן זיי צוליב דעם ענדערן פון וואס זיי האבן מקובל. דעריבער האט רבי יהושע געזאגט "ס'איז נישט אין הימל", דהיינו, די תורה איז געגעבן געווארן צו אונז אין סיני גאנצערהייט, און עס וועט זיך גארנישט ענדערן פון איר לויט א מופת פון הימל (רבינו ניסים, געברענגט אין שיטה מקובצת). די גמרא פארציילט טאקע ווייטער אז רבי נתן האט אנגעטראפן אליהו הנביא און אים געפרעגט: "וואס האט הקב"ה געטון יענע צייט [ווען רבי יהושע האט דוחה געווען דעם בת קול]?" האט אליהו געענטפערט: ער האט געשמייכלט און געזאגט: נצחוני בני, מיין זון האט מיר באזיגט" (פאר ערקלערונג אויף די ווערטער זעט ספר החינוך, מצוה תצ"ו). - ↑ בבא מציעא נט, ב
- ↑ סנהדרין סח, א
רבי יהושע האט געדארפט מבטל זיין דעם נידוי כדי מ'זאל נישט דארפן פירן מיט רבי אליעזר דין מנודה שמת, וואס מ'איז אים נישט מספיד און מ'רייסט נישט אויף אים קריעה און מ'לייגט א שטיין אויף זיין ארון (תורת האדם לרמב"ן, שער האבל, נ; זעט מוסטער:שו"ע). - ↑ מלכים ב' יג, יד
- ↑ תלמוד ירושלמי, מסכת שבת, פרק ב', הלכה ז'
- ↑ שיר השירים רבה, פרשה א', פסקה ג'
- ↑ זעט דורות הראשונים חלק ד עמוד 328
- ↑ ראש השנה כה, א-ב
- ↑ בכורות לו, א
- ↑ ברכות כז, ב
- ↑ ספר יוחסין; זעט אויך מגדים חדשים אויף ברכות כז, ב
- ↑ ברכות כח, א
- ↑ ד.ה. א קויל מאכער, אדער א שמיד (רש"י). אין תלמוד ירושלמי (מסכת ברכות, פרק ד', הלכה א') ווערט געברענגט אז רבן גמליאל האט אים געטראפן מאכן נידלען, און אים געזאגט: "פון די ביזטו זיך מפרנס?".
- ↑ דאס איז רבן שמעון בן גמליאל הראשון, דער צווייטער רבן גמליאל'ס טאטע, וואס איז געווען פון די עשרה הרוגי מלכות (אמרי נעם להגר"א; זעט אויך עלי תמר ברכות ד, א). רבינו ניסים גאון איז גורס: "בשביל כבוד בית אבא", און טייטשט אז די כוונה איז הלל הזקן, דער פאטריארך פון רבן גמליאל'ס פאמיליע, וואס איז געווען פון די אייניקלעך פון דוד המלך און האט געגרינדעט א פרעכטיגע דינאסטיע פון נשיאים און גדולים.
- ↑ 57.0 57.1 ברכות כח, א
- ↑ לויט דער תלמוד ירושלמי (מסכת ברכות, פרק ד', הלכה א') האט מען מתקן געווען אז רבי אלעזר בן עזריה זאל זיין אב בית דין. [פון דעם איז משמע אז רבי יהושע האט נישט געדינט אויף דעם שטעלע.]
- ↑ הלכות גדולות
- ↑ משנה, אבות ב, יא
- ↑ רות ב, יט
- ↑ ויקרא רבה, פרשה ל"ד, פסקה ח'
- ↑ סנהדרין צט, א
- ↑ מכילתא, בשלח
- ↑ נדה ע, ב;
רבי יהושע האט זיי משריש געווען אז אלע זאכן דארפן קודם אן התעוררות פון אונטן, און נאכדעם זאל מען בעטן רחמים פון דער וואס האט די מעגליכקייט (חתם סופר אויף מסכת נדה דארט). - ↑ נדה סט, ב – עא, א
- ↑ זעט אויבן צוויי פון זייערע שאלות וועגן דברי דרך ארץ
- ↑ עירובין נג, ב;
זעט אן אנדערע גירסא אין איכה רבה, פרשה א', פסקה י"ט, און דארט נאך פעלער אין וועלכע קינדער האבן געענטפערט פאר רבי יהושע א תשובה ניצחת. - ↑ דרך ארץ רבה, פרק ה. טייל זענען משער אז די ווערטער "רבן גמליאל" זענען א טעות און עס דארף שטיין "ריש גלותא" (זעט שו"ת אבני חפץ סימן כט אות יב).
- ↑ שו"ת אבני חפץ סימן כט אות יב
- ↑ הוריות י, א
- ↑ בראשית רבה, פרשה כ', פסקה ד'; זעט אויך בכורות ח, ב
- ↑ קהלת ט, יא
- ↑ זעט אויבן און אין הערה
- ↑ חגיגה כב, ב
- ↑ חולין נט, ב
- ↑ שבת קיט, ב
- ↑ בראשית רבה, פרשה ס"ד, פסקה י'
- ↑ רבן גמליאל איז אוועק פאר רבי אליעזר (בבא מציעא נט, ב; תלמוד ירושלמי, מסכת ברכות, פרק ג', הלכה א'), און רבי אליעזר איז נפטר געווארן פאר רבי יהושע (גיטין פג, א)
- ↑ תולדות תנאים ואמוראים
- ↑ שבת קנב, א
- ↑ רש"י