רוי:רבי שלמה האלבערשטאם (צווייטער)

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי שלמה האלבערשטאם (א' כסלו ה'תרס"ח - א' מנחם אב ה'תש"ס), דער דריטער באבובער רב.

אפשטאם

רבי שלמה איז געבוירן אין באבאוו א' כסלו ה'תרס"ח צו זיין פאטער הרב בן-ציון האלבערשטאם, רב אין באבאוו, א זון פון הרב שלמה האלבערשטאם, רב אין באבוב, א זון פון רבי מאיר נתן האלבערשטאם, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים. און צו זיין מוטער מרת חיה פראדיל א טאכטער פון הרב שלום אליעזר האלבערשטאם, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים.

רבנות

אין תרצ"א האט זיין פאטער זיך געצויגן קיין טשעבין, און איבערגעלאזט ר' שלמה אלס "יונגער רב" אין באבאוו.

אלס יונגערמאן אין באבאוו האט ער געפירט די נעצווערק פון 40 באבאווער ישיבות אין גאליציע.

אין תרצ"ט ווען די נאציס זענען אריין אין גאליציע איז די משפחה אנטלאפן און געוואנדערט ביז לעמבערג. רוב פון דער משפחה איז אומגעקומען דארט, אבער ר' שלמה, מיט איין זון נפתלי צבי, האבן זיך געראטעוועט און געוואנדערט ווייטער. ש"ק פרשת בהעלתך זענען זיי געווען אין ניימארק און די געסטאפא האט זיי געכאפט פרובירנדיק זיך אריבערכאפן איבערן גרעניץ אין סלאוואקיי. מיט נסים זענען זיי באפרייט געווארן. ענדלעך זענען זיי געקומען קיין בוקארעסט, רומעניע, וואו זיי האבן זיך באהאלטן ביז נאך דער מלחמה.

ער איז אנגעקומען קיין אמעריקע נאך דער צווייטער וועלט מלחמה, וואו ער האט ווידעראמאל אויפגעשטעלט דאס באבאווער חסידות אינעם קרוין הייטס געגנט פון ברוקלין, ניו יארק. שפעטער האט ער זיך געצויגן קיין בארא פארק, וואו דאס חסידות איז היינט הויפטקווארטירט.

הסתלקות

רבי שלמה איז נפטר געווארן א' מנחם אב ה'תש"ס. ער ליגט אין פלאראל פארק בית עלמין, ניו דזשערסי און מען האט געשטעלט דארט אן אהל אויף זיין קבר.

פאמיליע

אין יאר ה'תרפ"ה האט רבי שלמה געהייראט בזיווג ראשון מרת בלומה רחל, א טאכטער פון זיין פעטער הרב חיים יעקב טייטלבוים רב אין לימאנאוו. זי איז אומגעקומען אויף קידוש השם מיט אירע קינדער, געבליבן איז איין זון:

נאך די צווייטע וועלט קריג האט רבי שלמה געהייראט בזיווג שני מרת פריידא א טאכטער פון הרב אריה לייביש רובין פון ציעשינאוו. זייערע קינדער:

  • מרת מרים נחמה, די ווייב פון הרב חיים יעקב יוסף טויבער דיין אין קהל באבוב אין בארא פארק.
  • מרת דבורה לאה, די ווייב פון הרב יונתן בנימין גאלדבערגער.
  • מרת שרה הענא, די ווייב פון הרב יעקב ישראל ישורון מייזליש רב אין קרית באבוב בת-ים.
  • הרב בן ציון אריה לייבוש האלבערשטאם, באבאווער רב
  • מרת מלכה, די ווייב פון הרב בן-ציון בלום רב קהל באבוב לאנדאן.
  • מרת אסתר שיינדיל, די ווייב פון הרב ברוך אברהם צבי הורוויץ פון מאנסי (חתונה געהאט זומער תשל"ט).

זיינע ספרים

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר



פריערדיגער:
הרב בן-ציון האלבערשטאם זצ"ל
באבאווער רבי
תש"ז-תש"ס
קומענדיגער:
הרב נפתלי צבי האלבערשטאם


זעט אויך

וועבלינק

דער רבי לויפט...

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!