רוי:אהוד ברק
| |||||
ווייב | נאוה ברק | ||||
---|---|---|---|---|---|
|
אהוד ברק (עהוד באַראַק; געבוירן מיטן נאמען אהוד בראג דעם 12טן פעברואר 1942) איז געווען דער 10טער פרעמיער מיניסטער פון מדינת ישראל. די אינטיפאדא און דאס ארויסציען זיך פון לבנון זענען געווען אין זיינע יארן. דערנאך איז ער געווען דער אנפירער פון דער ארבעטער פארטיי, און פארטיידיגונגס מיניסטער אין דער קאליציע פון בנימין נתניהו. אין זיינע יארן ווי פארטיידיגונג מיניסטער האט מען אויסגעפירט די ווארעמער ווינטער אפעראציע, די געגאסענע בליי אפעראציע און די עמוד ענן אפעראציע. ער האט זיך אפגעזאגט פון פאליטיק י"ב כסלו תשע"ג.
לעבנסגעשיכטע
אהוד ברק איז געבוירן געווארן אהוד בראג אין 1942.
פון 1991 ביז 1995, איז ער געווען דער 14טער שעף פון גענעראל שטאב פון צה"ל.
נאכן אפטרעטן פון אמט וועלנדיג צוריק גיין צו ביזנעס האט אים ראבין גענומען אלס אינערן מיניסטער, נאכן אטענטאט אויף רבין איז ער געווארן אויסערן מיניסטער, 1996 איז ער געווארן א כנסת דעפוטאט פון עבודה פארטיי און אין יוני 1997 איז ער ערוועלט געווארן דער פירער פון עבודה פארטיי.
אין 1999 איז ער געלאפן פאר פרעמיער מיניסטער און געווינען מיט 56% קעגען בנימין נתניהו.
אין 2001 ווען ער האט שוין נישט געהאט די קאאליציע אין רוב האבן געוואלט פריע וואלן האט ער אפגעטראטן און פאר רופן ספעציעלע וואלן פאר פרעמיער מיניסטער, ער האט פארלוירן קעגן אריאל שרון געבענדיג שרון א 62% אין די וואלן.
וואס האט צוגעברענגט צו זיין פארלירן קאאליציע און פרעמיער מיניסטער אמט איז די קעמפ דעיוויד שלום אפמאך און די נאכפאלגענדע אינטיפאדא, מיט די דורכגעפאלענע שלום מיט סיריע.
זיין אגענדע
ער איז געווען גרייט זיך צוריקצוציען צו די גרעניצן פון ה'תשכ"ז (1967), אפגעבן סיריע דעם גולן, און פארגעשלאגן אראפאטן 97% פון די שטחים, און די אלטע שטאט פון ירושלים און שותפות אויפן הר הבית.
זיין פאליטישן אנזען אין ישראל איז זייער נידריק, און ביי די וואלן פון 2009 האט די ארבעטער פארטיי געליטן א גרויסע נידערלאגע, די נידריקסטע וואס די אלטע גרויסע פארטיי זאל נאר האבן געפאלן.
אום 3טן יאנואר 2000 האט אנגעהויבן דער שעפערדסטאן קאנפערענץ, א לאנגע סעריע פון שמועסן צווישן ישראל מיט סיריע, אין שטעטל שעפערדסטאן אין מערב ווירדזשיניע. ברק האט געפירט די ישראלישע דעלעגאטן און פארוק א-שרע, דער סירישער אויסערן מיניסטער, האט געפירט די סירישע דעלעגאטן. דער קאנפערענצן איז פארגעקומען אונטער אמעריקאנישן איבערזיכט, און האבן מיטגעטיילט דער אמעריקאנער פרעזידענט ביל קלינטאן און שטאַטס־סעקרעטאר מאדעליין אלברייט. די שמועסן האבן גארנישט אויסגעפועלט און אום 11טן יאנואר האט מען מפסיק געווען דעם קאנפערענץ מיט א כוונה צו מיטכאפן א שטיק צייט שפעטער. פראקטיש האט מען קיינמאל נישט באנייט די שמועסן צווישן די צוויי צדדים.
נאך א סקאנדאל אין גענעראל שטאב אין יאר 2010, האט ברק באשטעטיקט יואב גאלאנט, צו פארטרעטן גבי אשכנזי, ווען זיין טערמין וועט אפלויפן אנהייב יאר 2011. די סקאנדאל וועלכע ווערט גערופן אין ישראל, די גאלאנט דאקומענט, איז א פלאן וואס פרובירט אריינצושטעלן גאלאנט, אלס שעף פון גענעראל שטאב פון צה"ל, דורך פאליטישע מאנוווערן, און האט אויפגעשטורעמט די מאסן אין ישראל.
משפחה
ער מיט זיין ווייב נאוה כהן האבן דריי זין, ענת, מיכל, און יעל.
פריערדיגער: דן שומרון |
שעף פון גענעראל שטאב פון צה"ל 1995-1991 |
נאָכפאלגער: אמנון ליפקין-שחק |
מוסטער:פרעמיער מיניסטארן פון ישראל מוסטער:פארטיידיגונג מיניסטארן אין ישראלמוסטער:אינערן-מיניסטארן אין ישראל
שעפן פון גענעראל שטאב פון צה"ל | ||
---|---|---|
|
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!