רוי:מטבע
אַ מטבע (לשון רבים: מטבעות) איז אַ מעטאלענער אָדער פלאסטיקער אָביעקט װאָס האָט געלטיקע װערט. מען באַניצט מטבעות כּדי קויפן זאכן. מיט אַנדערע װערטער, מטבעות זײַנען אַ ממשותדיקע פאָרעם געלט, װאָס װערט נישט באַשאַפן פון פּאפּיר (באנקנאטן). געװײנטלעך, מטבעות זענען קײַלעכיק און שטעלן אױס טעקסט און בילדער. דאָס פאָרשן מטבעות הײסט „נומיזמאַטיק.“
היסטאָרישע מטבעות װערן באַשאַפן פון גאָלד, זילבער אָדער בראָנדז, הײַנט, שאַפט מען מטבעות מיט שטאַל, אַלומיניום און אַנדערע געמײנע מעטאַלן.
ייִדישע מטבעות
די ײדישע נומיזמאַטיק איז אַ זײער װיכטיקער טײל פון דער ײדישער געשיכטע־פאָרשונג. פון תנ"ך־צײט האָבן מיר הײנט ניט קײנע ײדישע מטבעות, הגם אין תנ"ך װערן דערמאָנט די װאָגן „שקל“, „בקע“, „קשיטה“ און אַנדערע. מיר האָבן הײנט נאָר געפינען ײדישע מטבעות פון יהוד מדינתא, פון די חשמונאים־הערשער און אַנדערע פון דער צװײטער העלפט פון בית שני, און װארשײנלעך אױך מטבעות פון בר כוכבא.
די געפונענע חשמונאים־מטבעות האָבן העברעאישע אױסקריצונגען (אין דער אַלטער העברעאישער שריפט), אבער אױף טײל מטבעות איז פאַראַן אױך דער גריכישער נאָמען פון די ײדישע הערשער; למשל: „יהוחנן הכהן הגדול וחבר היהודים“, „יהודה“ (פון קעניג אַריסטובלוס), „ΑΛΕΞΑΝΔΡΟΥ ΒΑΣΙΛΕΩΣ“ (דער קעניג יהונתן אלקסאנדער ינאי) און אַנדערע.
הורדוס און זײן זין, און די רױמישע רעגירונג האבן געגאָסן בראָנדזע מטבעות מיט גרעכישע אױסקריצונגען.
אויף מטבעות פונעם מרד הגדול געפינט מען די יאָרן „א'“ צו „ה'“, די אױפשריפט „ירושלם הקדשה“, „שקל ישראל“, און לויט רמב"ן,[1] דאָס בילד פון דעם „גלעזל מן" און פון דעם בליענדן שטעקן פון אהרן הכהן.[2].
לעצטנס האָט מען אין ביתר (לעבן ירושלים), װאָס איז געװען די הױפּט־פעסטונג פון בר כוכבא געפונען די איעריכטונגען צו גיסן מטבעות װאָס שטאַמען װאַרשײנלעך פון בר כוכבא. אױף בר כוכבאס מטבעות איז פאַראַן דער אױפשריפט „שמעון“ (בר כוכבאס אײגן נאָמען) און „ש"ב“ (װאָס מאַכט „שנה ב'“, דאָס 2טע יאָר „לחרות ישראל“ [צו דער ײדישער באַפרײאונג]). אױף טײל אױך „לחרות ירושלם“. אױף אײנער איז פאַראַן „אלעזר הכהן.“ די דאָזיקע בר־כוכבא־מטבעות װערן דערמאָנט מעגלעך אין תוספתא און גמרא (בבא קמא צ"ז) מיטן נאָמען „כוזביות“ (צוליב בר כוכבאס נאָמען „בר כוזיבא“).
מען האָט אױך אין פּױלן געפונען אַלטע פּױלישע מטבעות מיט העברעאישע אױפשריפטן „אברהם דוכס“. זינט אײר תש"ח האָט די מדינת ישראל ארױסגעגעבן אײגן ײדיש געלט.
ביי אשכנזים איז דער מינהג אויף חנוכה־צייט צו געבן מטבעות (חנוכה געלט) צו קינדער.
קוואַלן
כּלערלײ געלערנטערן האָבן אַרױסגעגעבן ביכער װעגן די דאָזיקע אַלטע העברעאישע מטבעות:
- שמואל רפאלי, „מטבעות היהודים“ 1913 (העברעאיש)
- אברהם אדאלף רייפנברג, „מטבעות היהודים“, 1948 (העברעאיש)
- יעקב משורר, „אוצר מטבעות היהודים: מימי שלטון פרס ועד מרד בר־כוכבא“, 1997
רעפערענצן
- ↑ אין רמב"נס פירוש אויף שמות ווערט געשריבן: „ברכני ה' עד כה, שזכיתי ובאתי לעכו, ומצאתי שם ביד זקני הארץ מטבע כסף מפותח פתוחי חותם, מצדו האחד כעין מקל שקד ומצדו השני כעין צלוחית, ובשני הצדדין סביב כתב מפותח באר היטב. והראו הכתב לכותיים וקראוהו מיד, כי הוא כתב עברי אשר נשאר לכותיים, כמו שמוזכר במסכת סנהדרין (כא ע"ב). וקראו מן הצד האחד "שקל השקלים", ומן הצד השני "ירושלם הקדושה". ואומרים כי הצורות מקלו של אהרן, שקדיה ופרחיה, והצורה השנית צנצנת המן.“
- ↑ אזוי מיינט ר, דויטש אויכעט. משורר האלט אז דאס גלעזל איז דער גביע העומר און דער שטעקן איז פאקטיש א גרופע מילגרוימען.
- דער דאָזיקער אַרטיקל נעמט אַריין דעם טעקסט וואָס געפינט זיך אונטערן זוכוואָרט „מטבע” אין דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (באַנד 2) (1949), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים.