רוי:שקל

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

שקל איז דער נאָמען פון אַלטער מטבע, ווערט דערמאנט שוין אין די ערשטע צייטן פון תנ"ך, ביי אברהם אבינו (בראשית כ"ג); די דאָזיגע מטבעות זענען געווען גאָלדענע ("שקלי זהב", דברי הימים א' כ"א) און זילבערנע, און ווארשיינליך זענען די קלענערע מטבעות, דער "מחצית השקל" (אויך געהייסן בקע, שמות ל'), דער "שלישית השקל" (נחמיה י) און דער "רבע שקל כסף" (שמואל א' ט) געווען פון זילבער (ביים רבע שקל שטייט בפירוש "כסף").

וועגן "מחצית השקל" אָפּצאָל פאַר דעם בית המקדש דורך יעדן איד זע "מחצית השקל". וועגן די געפונענע שקל-מטבעות פון דער צייט פון בית שני זע "מטבע".

אין דער ציוניסטישער אָרגאַניזיציע איז איינגעפירט, אַז יעדער מיטגליד צאָלט יערליך דעם אָפּצאָל אַ "שקל" (אַ האלבן דאלער), און נאָר דער שקל-צאָלער האָט דאָס רעכט צו וויילן צום ציוניסטישן קאָנגרעס.

Logo hamichlol yi.png
דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!