המכלול:אידיש מיט אן אלף

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
דער פראיעקט איז אקטיוו

דער פראיעקט איז געווידמעט צו געבן א היימישע צורה פאר אונזער וועבזייטל, דורך איבערשרייבן אלע סיסטעם-בלעטער און מעסעדזשעס צו אונזער ליבע, לעבעדיגע מאמע-לשון.

נעמט אין אכט: דא איז נישט דאס פלאץ אראפצושרייבן אלע ארטיקלען וועלכע זענען נישט געשריבן אויף אונזער היימישע שפראך; זיי ווערן באצייכנט דורך די אויף יידיש קאטעגאריע, און וועלן אי"ה ווערן גערייניגט דורכאויס אונזער רייניגונג פראיעקט. דא איז דאס פלאץ צו אנצייגן אויף סיסטעם-טעקסט, ווי הילף בלעטער, מוסטערן און קנעפלעך.

ביטע דא אראפשרייבן ווען איר באגעגנט עפעס וואס דארף ווערן איבערגעטייטשט אדער אפגעשריבן מיט א פליסיגערע שפראך. ווען איר פירט אויס עפעס פון די ליסטע, ביטע דאס באצייכענען און אונטערשרייבן - אבער נישט זאפארט אויסמעקן פון די ליסטע, צו געבן דעם געלעגנהייט פאר אנדערע חברים צו קומען נאך אייך און מגיה זיין.

אינהאלט בלעטער

דאס זענען בלעטער וואס יעדער קען רעדאגירן. אויב האט איר א געפיל דערצו, האלט אייך נישט צוריק!

געהעריגע בלעטער

מוסטערן

אויך דאס קען יעדער רעדאגירן, מען דארף נאר זיכער מאכן דערביי נישט צו בארירן דעם קאמפיוטער קאוד.

קנעפלעך און קעפלעך

דאס זענען טעקסט וואס ווערט באנוצט דורכ'ן סיסטעם אויף קנעפלעך, מעניוס, וכדומה. ביטע שרייבט אראפ גענוי אויף וועלכן בלאט איר זעט דעם אומריכטיגן טעקסט, אז די מיט די נויטיגע רעכטן זאלן עס גרינגער קענען טוישן. עס איז אויך ראטזאם דערביי פארצושלאגן אן ערזאץ, וואס איר האלט פאר ריכטיג, און אונטערשרייבן.

  • ווען דער סיסטעם איז אנגעשטעלט אויף אידיש, שטייט אויפ'ן קנעפל אויבן פון יעדן בלאט "ייִדיש", דאס דארף געטוישט ווערן צו אידיש, פארשטייט זיך. — צמא לדעתשמועס • ב' כסלו ה'תשפ"ג 23:59, 26 נאָוועמבער 2022 (IST)
דער פראבלעם איז באקאנט, אבער קיין גרינגע וועג דאס צו פאררעכטן איז נאכנישט געטראפן געווארן. ווען דאס זייטל וועט זיך אביסל מער שטעלן אויף די פיס, און די טעכניקער פון העברעאישן המכלול וועלן ווייניגער דארפן ארויסהעלפן, וועט מען אי"ה טוישן דעם וועבזייטל שפראך צו בלויז אידיש; דאן וועט דאס קנעפל פארשווינדן ווערן. — צמא לדעתשמועס • ב' כסלו ה'תשפ"ג 23:59, 26 נאָוועמבער 2022 (IST)
איך וויל טוישן די קנעפלעך אין די רעדאגיר אפציעס מיט קלארערער ווערטער, וויאזוי טוה איך דאס?--שווערמער (שמועס) 05:48, 27 נאָוועמבער 2022 (IST)
לכאורה איז די בעסטע עס צו שרייבן דא, וואו מען וועט דן זיין דערויף, קומען צו א געמיינזאמע באשלוס, און דאן וועלן די טעכניקער טוישן. דאס איז וואס די בלאט איז געמאכט געווארן פאר. עברי אנכי (שמועס) 06:04, 27 נאָוועמבער 2022 (IST)
פיין! וזה החלי: קורץ ווארט> מעמואר; היט ענדערונגען>באשטעטיג:דאס איז א קלענערע טויש> כ'האב געטוהן א קלייניקייט
די נענען פון די געביטן (מרחבים): באזונדער>ספיציעל; מוסטער>געבוי
קעפלעך: ענדערט____ רעדאגירט.
ועוד. פארטשייט זיך, אלעס איז פארשלאגן נאר.--שווערמער (שמועס) 06:09, 27 נאָוועמבער 2022 (IST)
פיינע פארשלאגן! (אויף להבא איז בעסער צו שרייבן עקסטער די טוישונגען, לויט די בלעטער וואו זיי דארפן ווערן געטוישט)
איך מיין אז "קורץ ווארט" וועט זיין פארשטענדליכער ווי "מעמואר", אבער וואס זאגט דער עולם?
האט איינער עפעס מוסיף צו זיין, איבער "היט ענדערונגען>באשטעטיגט"?
וועגן "קלענערע טויש" האט מען אמאל דן געווען; מ'האט נישט געוואלט אוועקמאכן אן ארבעט ווי א קלייניגקייט, משא"כ קלענער טייטשט בלויז אז עס איז פארהאן נאך גרעסער.
מיט נעמען פון די מרחבים איז נישט כדאי צופיל צו פאטשקען. ס'קען ברענגען מאדנע באגס.
אויף וועלכע קעפלעך שטייען "ענדערט", אז איר ווילט עס טוישן צו רעדאגירט?
א דאנק פאר דיין פלייסיגקייט! — צמא לדעתשמועס • ג' כסלו ה'תשפ"ג 10:08, 27 נאָוועמבער 2022 (IST)
  • די לינק רעדאגירונג פאפ-אפ פענסטער אין וויזואלער עדיטאר דארף ווערן איבערגעטייטשט. — עברי אנכי (שמועס) 09:06, 27 נאָוועמבער 2022 (IST)
  • אין בלאט "לעצטע ענדערונגען": "אויפגעהיטענע פילטערס">"אפגעהיטענע/אוועקגעלייגטע פילטערס". "נאמענטיילן">???. "טאַגן">"טעגס"?. אין אקטיווע פילטער פענסטער: "באהאלטן">"באהאלט". "ווייזן">"ווייז/צייג". אין ליסטע פון ראשי תיבות פענסטער: "דף במעקב זמני">"צייטווייליג נאכגעפאלגטע בלאט". "איינציען">"באהאלט". "פארברייטערן">"ווייז/צייג". "לעבעדיקע דערהיינטיקונגען">"לעבעדיגע אפדעיטס?" — עברי אנכי (שמועס) 09:06, 27 נאָוועמבער 2022 (IST)
וועגן "נאמענטיילן", האט שווערמער דרך אגב געשריבן "געביטן". וואס זאגט איר?
דער עולם זאל זיך לאזן הערן איבער "טאַגן">"טעגס" (און סיי וואס אנדערש). בקרוב וועט מען אי"ה אויספירן די פארשלאגן, לויט וואס איז דא געבליבן. — צמא לדעתשמועס • ג' כסלו ה'תשפ"ג 10:13, 27 נאָוועמבער 2022 (IST)
  • תגית: "צוריקדרייען - רעדאקטירונג">"צוריקדרייען - רעדאגירונג" — עברי אנכי (שמועס) 09:06, 27 נאָוועמבער 2022 (IST)