י-ה ריבון עלם

יָהּ רִבּוֹן עָלַם וְעַלְמַיָּא
אַנְתְּ הוּא מַלְכָּא מֶלֶךְ מַלְכַיָּא
עובַד גְּבוּרְתָּךְ וְתִמְהַיָּא
שְׁפַר קֳדָמָך לְהַחֲוָיָּא

שְׁבָחִין אֲסַדֵּר צַפְרָא וְרַמְשָׁא
לָךְ אֱלָהָא קַדִּישָׁא בְּרָא כָל נַפְשָׁא
עִירִין קַדִּישִׁין וּבְנֵי אֱנָשָׁא
חֵיוַת בָּרָא וְעוֹף שְׁמַיָּא

רַבְרְבִין עוֹבָדָךְ וְתַקִּיפִין
מַכִּיךְ רָמַיָּא זַקִּיף כְּפִיפִין
לוּ יְחִי גְבַר שְׁנִין אַלְפִין
לָא יֵעוּל גְּבוּרְתָּךְ בְּחוּשְׁבְּנַיָּא

אֱלָהָא דִּי לֵיהּ יְקָר וּרְבוּתָא
פְּרוֹק יַת עָנָךְ מִפֻּם אַרְיָוָתָא
וְאַפֵּיק יַת עַמָּךְ מִגּוֹ גָּלוּתָא
עַמָּךְ דִּי בְחַרְתְּ מִכָּל אֻמַּיָּא

לְמִקְדָּשָׁךְ תּוּב וּלְקֹדֶשׁ קֻדְשִׁין
אֲתַר דִּי בֵיהּ יֶחֱדוּן רוּחִין וְנַפְשִׁין
וִיזַמְּרוּן לָךְ שִׁירִין וְרֲחֲשִׁין
בִּירוּשְׁלֵם קַרְתָּא דְשֻׁפְרַיָּא

י-ה ריבון עלם (אראמיש, טייטש: "ג-ט, האר פון דער וועלט") איז א פיוט וואס איז געשריבן געוואָרן דורך רבי ישראל נאג'ארה, א 16טן יאָרהונדערט פּייטן. עס איז איינע פון די מערסט פּאָפּולערע שבת'דיגע זמירות, באזונדערס צווישן אשכנז'ישע קהילות וואס זינגען עס ביי די סעודה פון פרייטאג ביינאכט, און ספרד'ישע קהילות וואס זינגען עס ביי די שירת הבקשות. אויך געוויסע תימנ'ער אידן פלעגן עס זינגען.

מחבר און פארפאסונג

 
דער פיוט י-ה רבון אין זמירות ישראל ווענעציע ש"ס

דער זמר איז דורך רבי ישראל נאג'ארה (בערך ה'שט"ו–שפ"ח, א פּראָליפישער פּייטן, וואס האט געשריבן איבער 650 פיוטים. און ערשיינט אנהייב פון זיין זאמלונג פון פיוטים, "זמירות ישראל" (צפת שמ"ז, אוצ טז; און ווענעציע שנט אות ד). גענוי ווי די אנדערע ניגונים אין זיין שאפונג, וואס איז אין גרויס טייל געוועזן ארויפגעזעצט הייליגע ווערטער, אויף פאפולערע פאלקסישע לידער, איז דער ניגון "י-ה רבון עלם" א פאראדיע אויף אן אראבישן ניגון "יוא ראבי שאלים שאילמי" (פרידן פאר דיר מיין האר), צו וועלכע די ווערטער "י-ה רבון עלם ועלמיא" זענען צוגעפאסט געווארן. דער ניגון ערשיינט אונטער דעם אראבישן מקאם "ראשט", א מזרח'ישער מוזיקאלישער סטיל מיט וואס מען האט אריגינעך געזונגען דעם פיוט.

טראץ וואס דער זמר האט נישט קיין שייכות מיט'ן שבת, איז דאס אריינגעדרוקט געווארן אין די זמירות'ליך פון אשכנז, און איז פארשפרייט געווארן אין פילע קהילות צו זינגען אום פרייטאג צונאכטס. ווי אויך ביי די ספרד'ישע מנהג פון זינגען שירת בקשות שבת פארטאגס איז דער זמר איינס פון די פאפולערע פיוטים.

אינהאלט און אויסשטעל

"יה ריבון עלם" איז געשריבן אין אראמיש און פארמאגט פיל אויסדרוקן פון די פסוקים פון ספר דניאל. ער ציטירט גלייך אדער אַדאַפּטירט פסוקים, אפילו אזעלכע וואָס האָבן אָריגינעל רעפערירט צו נבוכדנצר און דריוש, און האט זיי אדאפּטירט צו לויבן ג-ט. אין זמירות ישראל האט רבי ישראל געשריבן נאך יעדן שיר די פסוקים אויף וואס עס איז באזירט, און ביי דעם שיר האט ער געשריבן די פסוקים אין דניאל (ג, לב-לג):

 אָתַיָּא וְתִמְהַיָּא דִּי עֲבַד עִמִּי אֱלָהָא עליא [עִלָּאָה], שְׁפַר קָדָמַי לְהַחֲוָיָה.
אָתוֹהִי כְּמָה רַבְרְבִין וְתִמְהוֹהִי כְּמָה תַקִּיפִין, מַלְכוּתֵהּ מַלְכוּת עָלַם וְשָׁלְטָנֵהּ עִם דָּר וְדָר.

די וואונדער און גרויסקייטן וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט מיר, איז גוט פאר מיר צו דערציילן.
ווי גרויס און ווי שטארק זיי זענען! זיין מלכות איז אן אייביגע מלכות און זיין הערשאפט איז פון דור צו דור.

טייל האבן געמיינט אז די ווערטער זענען אויך טייל פונעם ליד דורכ'ן מחבר. אין סקולען זינגט מען אויך די פסוקים פון אתיא ותמהיא אלס המשך פונעם ניגון י-ה רבון עלם.

דער פיוט שליסט אויך איין אויסדרוקן פון זוהר. טראץ דער ארמישער שפּראך, איז ער ברייט פארשפּרייט געווארן. טייל ברענגען דעם טעם, ווייל אין שבת דארף מען נישט קיין מלאכים וואס זאלן הערן, ווייל ג-ט הערט דעם מענטש גלייך[1].

דער פּיּוּט איז געבויט אין א סטראָפישן סטיל, באַקאַנט אלס מואוואַששאַח אין אראביש[2]. ער באַשטייט פון פינף סטראפן, יעדער מיט פיר סטאנצן, פון וואס די ערשטע דריי גראמען איינס מיט'ן אנדערן, און דער לעצטער גראמט מיטן ערשטן סטראף וואס דינט אויך אלס פזמון. יעדער שורה האָט פיר אַקצענטירטע זילבעס. די ערשטע בוכשטאבן פון די סטראפן פארמירן דעם מחבר'ס נאמען "ישראל" אלס אקראָסטיך.

דער פיוט איז אַ געזאגנ פון לויב צו ג-ט, דער "מלך מלכיא", וואָס הערשט איבער דער וועלט אין זיין אומענדלעכער כּוח און כּבוד. עס באַשרייבט די וואונדער פון ג-ט'ס בריאה: מלאכים, מענטשן, חיות און פויגלען. עס באַהאַנדלט אויך די קליינקייט פונעם מענטש קעגן ג-ט'ס גרויסקייט. די לעצטע צוויי סטראפן זענען גאר הארציגע בקשות, אז דע רבונו של עולם זאל רחמנות האבן אויף זיין פאלק, און זאל ארויסציען זיינע שעפעלעך פון דעם לייב'ס מויל, און פירט אויס מיט אַ תּפילה פאַר דער ווידער־אויפבוי פונעם בית המקדש, און ירושלים, די "שטאָט פון שיינקייט".

דער נוסח פונעם מחבר פארמאגט א צאל שנוים פון וויאזוי עס איז געדרוקט היינטיגע טעג[3].

אויסנאמע

טראץ וואס "י-ה ריבון עלם" איז כהיום אזוי ברייט פארשפרייט און פארהייליגט, איז אבער זיין מחבר, רבי ישראל נאג'ארה, און זיינע אנדערע לידער געווען פארוויקלט אין קאנטראווערסיע און באשילדיגונגען, דורך אזעלכע גרויסע לייט ווי רבי מנחם די לאנזאנא און רבי חיים וויטאל. פון דער אנדערער זייט זענען נאכגעברענגט געווארן שבחים אויף ר' ישראל און זיינע פיוטים דורך דער אריז"ל אליין.

דער חתם סופר האָט עטליכע יארן נישט געזונגען "יה ריבון עלם". ווען זיין זון, רבי שמעון סופר, האָט אים געפרעגט פאַר וואָס, האָט דער חתם סופר געענטפערט: "איידער איך וועל דיר מגלה זיין מיין טעם, איז ענדערש איר זאלט עס זינגען". פון דעם טאָג אָן, האָט דער חתם סופר יאָ אָנגעהויבן צו זינגען דעם פיוט ביי זיין טיש.

טייל האָבן געמיינט, אַז דער טעם פון חתם סופר'ס ערשטן אָפּהאַלט איז געווען צוליב די מעשׂיות פון "ספר החזיונות". אַנדערע טענהן, אַז דער טעם איז געווען ווייל דער פיוט איז באַזירט אויף די ווערטער וואָס נבוכדנצר האָט געזאָגט אין דניאל, און די גמרא (סנהדרין צב ע"ב) זאָגט, אַז רבי יצחק האָט געוואָלט גיסן הייסע גאָלד אין זיין מויל פאַר די דאָזיקע ווערטער.

כהיום איז "יה ריבון עלם" פאַרבליבן איינער פון די מערסטע באַליבטע פיוטים. און ווערט געזונגען אין אלע קרייזן.

ניגונים

"יה ריבון עלם" איז אָריגינעל געזונגען געוואָרן צו אַן אַראַבישן לחן אין מקאם ראשט, װאס איז הײנט פארגעסן געװארן. איבער די יארן זענען געשאפן געווארן אומצאליגע ניגונים, סיי אלטע און סיי מאדערנע. מער ווי 50% אויסגעפרעגטע אויף אייוועלט האבן געענטפערט אז זיי קענען 5 ניגונים אדער מער אויף קה רבון[4]. סיי ביי די אשכנזישע און סיי ביי די ספרדישע זענען געווען פארשפרייט נוסחאות און ניגונים אויף וואס צו זינגען דעם פיוט. איין באוואוסטער פאלקס ליד איז א קאמפאזיציע פון איראק מיט צוויי פאלן.

צווישן די חסידישע הויפן זענען פארפאסט געווארן א גרויסע צאל ניגונים פאר דעם זמר, צווישן די באקאנטע פון זיי:

  • באבוב: אַ באַקאַנטער ניגון געשאַפן דורך רבי בנציון הלבערשטאַם, דער באָבובער רבי, וואָס צייכנט זיך אויס מיט חסידישע נואַנסן פון דבקות און השתפּכות־הנפש[5].
  • וויזשניץ: אין וויזניץ איז דא א באקאנטער ווארימער ניגון, וואס איז מקובל פונעם ריזשונער, מען זינגט עס אויך ביי חופות מיט גרויס התעוררות. עס האט צוויי פאלן און גייט איבער און איבער. דער אמרי חיים האט צוגעלייגט א ניגון פון "רברבין" און ווייטער, ארויפגעזעצט אויף א חב"ד ניגון וואָס ער האָט געהערט ביי ליובאַוויטשער חסידים אין רוסלאַנד. טייל געבן אן אז ער האט דאס געענדערט ווייל ער האָט געזען דעם אריגינעלן ניגון פון טאַטן ווי "שרביטו של מלך" (אַ שטעקן פון אַ קעניג)[6].
  • דינוב/בלאזוב: געשאַפן דורך רבי צבי אלימלך שפירא פון דינוב. דאס איז געווארן וועלט בארימט דורך רבי אהרן ראטה, וואס היבש געענדערט דעם ניגון, צולייגנדיג אייגענע תנועות, און דאס פארלאנגזאמט אלס דביקות ניגון, און זיינע נאכפאלגנדע הויפן תולדות אהרן, שומרי אמונים און תולדות אברהם יצחק[7].
  • מעליץ-ספּינקא: רבי איציקל מעליצער זצ"ל האָט פאַרפאַסט דעם ניגון אויפן שיף פון אייראָפּע קיין אַמעריקע[8].
  • פּיטסבורג ניגון: איז זייער אויפגעכאַפּט בי שבת התוועדות'ן און באטעס, בעיקר די לעצטע צוויי שטיקלעך[9]. דער שטיקל למקדשך האט דער פיטסבורגער געבויט אויף אן עלטערע ניגון באקאנט אלס דער קאמאדער ניגון[10].
  • קאַרלינער ניגון: באַוואוסט אין חב"ד אלס "ר' מיכאל דער אַלטערס ניגון"[11].
  • סלונים[12].

אויך אין די מאדערנע מוזיק וועלט האבן פילע זינגערס און קאָמפּאָזיטאָרן האָבן הײַנטצוטאָג געשאַפֿן נײַע לחנים, אַרײַנגערעכנט מרדכי חלפון, שמואל אַדלער[13], חיים בענט, יצחק פוקס, אהרן ראַזעל, יאיר דלאל, און רונן שטערן. און משה יחזקי' ווייס מיט צוגעלייגטע אידישע ווערטער "לאמיר זינגען שבחים".

אנדערע שפראכן

דער פיוט איז אויך איבערגעזעצט געוואָרן אין אַנדערע אידישע שפּראַכן, אַזוי ווי אידיש און לאַדינאָ. עס איז אויך איבערגעזצט געווארן דורך היינטיגע, און ערשיינט אין פארשידענע זמירות'ער[14]

מענדעלע מוכר ספרים האט איבערגעזעצט דעם זמר אויף א אידישן ליד.

גאט דער הער פוּן אײבּיג־אײבּיגער צײט,
דוּ בּיסט איבּער מלכים מלך בּײ לײט,
דײנע גרױסע װערק אוּן װאוּנדערליכקײט,
זײ דא צוּדערצעהלען געפעלט מיר פײן:

איך לױבּ פריהמארגענס, אין אָװענט נישט מינדער
צוּ דיר, הײליגער גאט, חידוּשים־װינדער,
װאס בּעטאפען איטליכע זאך בּעזינדער,
הײליגע מלאָכים אי מענשענס־קינדער,
פוּן די חיות בּיז די פײגעל אַרײן.

גרױס, שטארק איז דײנע װערק בּיז אױף אַ האר
דערנירריגסט הױכע, דערהױכסט נידריגע גאר.
װען אַ מעגט זאל לעבּען טױזענט יאהר,
װעט דײן װערק כּערעכענען אין שטאנד ניט זײן.

גאט, וואס כּבוד אײז דײנס, שטאַרקײט דערבּײ,
דײן קאף בּר לײבּען פוּנ’ם מױל בּעפרײ,
לײז דײן פאלק אױס, אין נײטען שטעה זײ בּײ,
דאס אױסגעװעהלטע פאלק דײנס, װאס זעהר פײן.

צוּ דײן בּית המקדש קעהר זיך װידער,
צוּם אָרט װאס דארט קװעלט אי הארץ אי גלידער,
אוּן זינגען װעט מען דיר שײנע לידער
אין ירוּשלים, אַ שטאדט גאר אַ שײן.

ביבליאגראפיע

ביאורים

רעפערענצן

  1. https://www.sefaria.org/sheets/635405.6?lang=bi&with=all&lang2=en.
  2. Kligman, Mark (2005). "Chapter 13 Diversity and Uniqueness An Introduction to Sephardic Liturgical Music". Sephardic and Mizrahi Jewry (in ענגליש). New York University Press. pp. 259–284. doi:10.18574/nyu/9780814797419.003.0016. ISBN 978-0-8147-9741-9
  3. זעט פולער נוסח אויף ויקיטקסט.
  4. https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=52964.
  5. שמן‏, ‎נחמן‏ ‎דאס געזאנג פון חסידות די ראל פון חסידיזם אין אונדזערע דורות‏ ‏(‎בוענאס אייראס‏: ‎צענטראל-פארבאנד פון פוילישע יידן אין ארגענטינע‏‎, תשי"ט), 67.
  6. https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=1645318#p1645318.
  7. עתיקין.
  8. https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=4865337#p4865337.
  9. https://ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=4736028#p4736028.
  10. https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=3177588#p3177588.
  11. https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=2091058#p2091058.
  12. https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=3334049#p3334049.
  13. https://www.milkenarchive.org/music/volumes/view/a-garden-eastward/work/five-sephardic-choruses/.
  14. https://achiyayeda.org/material/%D7%A7%D7%94-%D7%A8%D7%91%D7%95%D7%9F-%D7%A2%D7%9C%D7%9D-%D7%A9%D7%99%D7%A8-%D7%91%D7%90%D7%99%D7%93%D7%99%D7%A9/.