קבר רבי מאיר בעל הנס אין טבריה, תרצ"ז

רבי מאיר בעל הנס איז א נאמען וואס איז באקאנט אין צוזאמענהאנג מיט די צדקה-קאסעס פאר ארעמע אידן אין ארץ ישראל. געבן צדקה לעילוי נשמתו און דערמאנען "אלקא דמאיר עננו", איז אן אנגענומענער סגולה צו געהאלפן ווערן מיט א ישועה. זיין קבר געפינט זיך אין טבריה און איז א צוצואינגס פונקט פאר תפילות, און בעיקר אין י"ד אייר - פסח שני, ווען ס'איז אנגענומען אלס זיין יארצייט.

אידענטיטעט

 
קבר רבי מאיר בעל הנס אין טבריא, תשע"א

די ספר "יחוס הצדיקים" (רשימות פון די קברים אין ארץ ישראל, שאלוניקי ה'רפ"ז) איז דער ערשטער מקור וואס דערמאנט א חכם מיטן טיטל "רבי מאיר בעל הנס" און זיין קבר אין גוש חלב[1].

דער אנגענומענער שטעלונג איז, אים צו אידענטיפיצירן מיט דעם תנא רבי מאיר. אזוי ווערט ער שוין אויך געברענגט אין ספר כתר שם טוב (תקנ"ד)[2].

לויט דער אר"י הקדוש ליגט דער תנא רבי מאיר אין טבריה (און ער לייגט אויך צו אז ער איז באַגראָבן געווארן שטייענדיג)[3]. ווייזט אויס פון דעם אז דער קבר אין טבריה פון "רבי מאיר בעל הנס" איז טאקע פונעם תנא רבי מאיר. אבער געוויסע צייגן אן אויף דעם וואס אין יחוס הצדיקים ווערט באצייכנט דער קבר פונעם תנא רבי מאיר אין טבריה, און דעם קבר פון רבי מאיר בעל הנס אין גוש חלב. ווייזט אויס אז ער איז נישט דער זעלבער ווי דער תנא רבי מאיר, און דער קבר אין טבריה איז טאקע נישט פון רבי מאיר בעל הנס[4].

טייל טענה'ן אז עס האט בכלל נישט עקזיסטירט איינער מיט דעם נאמען. געוויסע שפעקולירן אז דער מקור איז, צוליב וואס די צדקה קאסעס זענען געווען אויפן נאמען פונעם רמב"ן, צו שטיצן דעם ישוב אין ארץ ישראל, און שפּעטער האָט מען אומריכטיג פאַרשטאַנען די ראשי תיבות "רמב"ן" אלס "רבי מאיר בעל [ה]נס"[5].

אנדערע ווילן זאגן אז דער רבי מאיר וואס ליגט אין גוש חלב איז רבי מאיר קצין, פון די בעלי התוספות פון פראַנקרייך. רבי יעקב פון פּאריז (ארום 750 יאר צוריק) דערמאנט קברים אין גוש חלב, צווישן אנדערע, פון רבינו מאיר קאצון און זיין ווייב[6].

אין "סדר הדורות", שרייבט ר' יחיאל היילפרין (18טן יאָרהונדערט) אַז אין גוש חלב זענען באַגראָבן שמעיה, אַבטליון, ר' יצחק גוש חלב, און ר' מאיר בעל הנס, אָבער ער זאָגט "איך ווייס נישט ווער די צוויי זענען", וואָס איז חידוש ווייל ר' מאיר תּנא איז זייער באַקאַנט.

"אלקא דמאיר ענני"

עס איז אן אנגענומענער מנהג, אז אין א צרה אדער ווען מען דארף א ישועה, געט מען צדקה לעילוי נשמת רבי מאיר בעל הנס און מען זאגט דריי מאל "אלקא דמאיר ענני" (ג-ט פון מאיר, ענטפער מיר), און די צדקה גייט פאר ארעמעלייט אין ארץ ישראל. = דער מנהג ווערט שוין געברענגט אין ספר "כתר שם טוב" (פון בעל שם טוב)[2]. מאנכע טוישן אביסל די ארגינעלע ווערטער און זאגן "אלקא דרבי מאיר ענני"[7]. לויט אן אנדער פשט, איז "אלקא דמאיר" א טיטל פאר השי"ת וואס איז "מאיר לארץ וְלַדָרִים עליה[8]" און וואס האט אונז "באלויכטן" און געראטעוועט ביי דעם נס פון חנוכה[9].

טייל זאגן אז רבי משה אלשיך און דער בית יוסף האבן ארויסגעגעבן א תקנה, אז געלט וואס איז געגעבן אויפן נאמען פון רבי מאיר זאל גיין בלויז פאר די ארעמע אין ארץ ישראל, אבער עס איז נישט באקאנט קיין שריפטליכער מקור דערפאַר.

דער מקור פון דער תפילה "אלקא דמאיר ענני" קומט פון א געשיכטע אין גמרא[10]. ווען די רוימער האבן גע'הרג'עט רבי חנינא בן תרדיון און פאראורטיילט זיין טאכטער צו א בית זונות, האט איר שוועסטער, ברוריא, געבעטן איר מאן, רבי מאיר, איר צו ראטעווען. רבי מאיר איז געגאנגען געקליידעט ווי א רוימישער סאלדאט, מיט געלט. ער האט פארגעשלאגן פארן שומר געלט איר צו באפרייען. דער שומר האט זיך געזארגט וואס וועט זיין ווען דאס געלט ענדיגט זיך, האט אים רבי מאיר געהייסן זאגן "אלקא דמאיר ענני" אויב ער וועט זיין אין צרה. רבי מאיר האט אים באוויזן די כח פון די ווערטער, זאגנדיג די פראזע צו הינט וואס האבן אים אטאקירט, און זיי האבן אים אפגעלאזט.

דער חיד"א צייכנט צו אז די געשיכטע איז דער מקור פארן מנהג צו זאגן "אלקא דמאיר ענני" אין א צרה, און צוזאגן אויל אדער צדקה פאר די נשמה פון רבי מאיר[11]. דאס צייגט אז רבי מאיר בעל הנס איז טאקע פארבינדן מיטן תנא רבי מאיר.

איין ערקלערונג פאר דעם מנהג צו געבן צדקה אויף נאמען פון רבי מאיר, איז לויט דער דעה פון רבי מאיר[12] אז אידן ווערן אלעמאל באטראכט ווי ג-ט'ס קינדער, אומאפהענגיג פון זייערע מעשים. באזירט אויף דעם, גיבן מיר צדקה אינעם נאָמען פון רבי מאיר, לויט וועם מיר זענען ראוי צו געהאלפן ווערן אלס דעם אויבערשטנ'ס קינדער[13].

דער מונקאטשער רב געט אן א הסבר, פאַרוואָס מען דערמאנט רבי מאיר אין א סכנה. צוליב וואס רבי מאיר איז "חושש למיעוטא", ער פאַרלאָזט זיך נישט נאר אויפן רוב, נאר נעמט אויך ערנסט דעם מיעוט. דערפאַר, אין שווערע סיטואציעס ווען די די אויסזיכטן זענען שמאל, דערמאנט מען דעם זכות פון רבי מאיר וואס לשיטתו איז נאך פארהאן האפנונג.

געבן צדקה לעילוי נשמת רבי מאיר איז אויך א סגולה ספעציעל צו געפינען פאַרלוירענע חפצים.

כוללי רבי מאיר בעל הנס

עס זענען פארהאן פילע צדקה ארגאניזאציעס וואס טראגן דעם נאמען "צדקת רבי מאיר בעל הנס". די דאזיגע קאסעס זענען הויפּטזעכליך באשטימט צו שטיצן די ארעמע בני תורה אין ארץ ישראל. עטליכע פון די באקאנטע כוללים זענען:

  • כולל חבת ירושלים - דער גאליציאנער כולל
  • כולל שומרי החומות - דער אונגארישער כולל. עס זענען געווען טענות אין תרפ"ג אַז די לאָקאַלע אָפיסעס אין אַמעריקע האָבן נישט געשיקט דאָס געלט קיין ירושלים פאַר 5 חדשים, נאָר געניצט עס פאַר זייערע אייגענע אויסגאַבן[14].
  • כולל חב"ד
  • כולל פּוילן
  • כולל וואָהלין
  • כולל אהבת ציון - דער זיבנבערגן כולל
  • כולל סלאנט
  • כולל מונקאטש ועשרה גלילות - דער בעצירקן כולל

היסטאריש זענען געווען פילע מחלוקות צווישן די כוללים, בעיקר וועגן די געגנטער וואו זיי פארמאגן די רעכטן צו איינקאסירן צדקת רמבעה"ן. יעדער געגנט האָט געהאַט זיין כולל, און מען האט שטארק מקפיד געווען נישט צו מישן די כוללים.

קבר אין טבריא און הילולא

דער קבר פון רבי מאיר בעל הנס געפינט זיך אין טבריה, ביי דער דרומ'דיגער אריינגאנג פון שטאט. דער קבר איז א צענטער פון עליה לרגל און תפילה טאג-טעגליך. די צאָל באַזוכער ביים קבר אין טבריה ווערט געשאַצט אויף צוויי הונדערט טויזנט מענטשן אַ יאָר. די צאָל רעליגיעזע באַזוכער איז גרויס (22% חרדים, 29% דתיים), אבער כמעט האלב פון די באזוכער זענען נישט רעליגיעז[15]. די אָרטס שיינקייט (נאָענט צום כנרת) און די פארבונדן געשיכטעס פון נסים ציען א סך לייט און שאַפן א געפיל פון קדושה ביים באַזוכער[16].

אויפן ארט פונעם קבר זענען דא באַזונדערע אפטיילונגען פאַר אשכנזים און ספרדים. די ספרדים האבן געבויט זייער חלק צוערשט, אבער די אשכנזים האבן נאר געקענט געפינען פינאנצירונג נאך שנת תר"ע. שפּעטער האט די משפחה ספרא שטארק איבערגעבויט דעם ספרד'ישן חלק.

יאר יערליך ווערט געפייערט א "הילולא" לכבוד רבי מאיר בעל הנס אין י"ד אייר, פּסח שני. דאס איז איינגעפירט געוואָרן הערשט אין יאר תרכ"ז, ווען די ספרדישע קהילה פון טבריה האָט באנייט א בית מדרש אויפן אָרט פונעם זיין קבר. די הילולא ווערט געפייערט מיט מוזיק און טענץ, ענליך צו די הילולא פון רבי שמעון בר יוחאי אין מירון.

געוויסע האבן אויסגעדרוקט קעגנערשאפט צו דעם ניי-פאבריצירטן יום טוב[17]. רבי מאטל סלאנימער האט פארעפנטליכט א שארפער בריוו דערקעגן[18].

ווי דערמאנט, כאטש דער קבר פון רבי מאיר בעל הנס איז באוואוסט צו זיין אין טבריה, זענען דא מקורות וואס צייכענען אן א קבר אויף זיין נאמען אין גוש חלב.

ביבליאגראפיע

  • ישעיה אשר זעליג מיללער, "על ה'סדר הדורות' מקורותיו ומהדורותיו (ב)", אין קובץ אור ישראל נד, טבת תשס"ט, עמ' רלג–רלו.

לינקס

  1. יחוס הצדיקים מנטובה ה'שכא- 1561, דף יז.
  2. 2.0 2.1 כתר שם טוב (הוצאת קה"ת) חלק ב, סימן שפח.
  3. שער הגלגולים, הקדמה ל"ז.
  4. זע ישעיה אשר זעליג מיללער, אין קובץ אור ישראל, עמ' רלג-רלו.
  5. ראובן מרגליות, לחקר שמות וכינויים בתלמוד, עמוד כ"ה.
  6. אוצר מסעות, ז' 69.
  7. חיד"א, פתח עינים, על מסכת עבודה זרה דף י"ח ע"ב.
  8. נוסח ברכת "יוצר אור", הברכה הראשונה שלפני קריאת שמע של שחרית.
  9. מהרש"א, חידושי אגדות על מסכת עבודה זרה דף יח עמוד ב.
  10. עבודה זרה י"ח ע"א-ע"ב.
  11. חיד"א, פתח עינים, על מסכת עבודה זרה דף י"ח ע"ב: "מזה נשתרבב המנהג בכל גלילותנו דעל כל צרה שמתפלל האדם אומר אלהא דר"מ ענני, ונודרים שמן או צדקה לנשמתו של ר"מ".
  12. קידושין לו, א.
  13. רבי מאיר בעל הנס: דמות מופת וסגולה להשגת ישועות - BeitChabad.com, על פי אמת ליעקב (לרבי יעקב שאלתיאל ניניו), מערכת ר', סימן עד.
  14. Says "meshullachim" Took Money Intended for Jerusalem, Jewish Telegraphic Agency, ‏אוגוסט 24, 1923.
  15. קולינס־קריינר, המאפיינים והפוטנציאל התיירותי של עלייה לרגל לקברי צדיקים, עמ’ 87.
  16. זאב בן אריה, קבר רבי מאיר בעל הנס בטבריה, אויף תרבויות עולמי, ‏פעברואר 3, 2021.
  17. רבי שלמה אליעזר מרגליות, עניני הילולא דרשב"י, געדרוקט אין טעמי המנהגים, עמוד רסב, בהערה: "בדרך אגב באתי להעיר שיום פטירת התנ"א רבי מאיר בעל הנס לא נזכר בשום מקום, וחדשים מקרוב באו ובדו מלבם חג חדש, כאילו יום פסח שני הוא היא"צ של רמבעה"נ, וידועה כוונתם בזה שיסדו זאת בעסקם בדררא דממונא והמב"י". ער ברענגט אויך צו פונעם ראשון לציון רבי אברהם אשכנזי, אין זיין הסכמה אויפן קונטרס כבוד מלכים פון רבי שמואל העליר, וואס נאכן ערקלערן דעם באדייט פונעם שמחה ביים הילולא דרשב"י, לייגט ער צו: "וזה לא יגהה מזור על מה שחדשים מקרוב שמעתי שעושין על קבר התנ"א רבי מאיר בעל הנס זיע"א".
  18. זיין בריוו איז צוגעברענגט דארט אין טעמי המנהגים: "ועשו מנהג אותיות גהנם… בפומביות ובתערובת כזה, שבוודאי אין רוח התורה והחכמים האמיתיים המבינים נוחה מזה… יש להם לזכור ולבטל המנהג הזה מכל וכל ולא יעברו על בל תוסיף בחג הבדוי הזה, שקראו להם הבריונים החג המסורתי, והוא באמת החג המסורסי שהוא מסורס מדעת החכמים המבינים… לכן כהיום הננו מוחים בהחג הזה ובסדר הזה ומגלים דעתינו בזה שלא באלה חלק יעקב, ושלום על ישראל". רש"א מרגליות לייגט צו: "דברי רבינו הנאמנים שיצאו מלב טהור, פעלו לטובה, שאצל אחינו האשכנזים בוטלה הצרמוניה של החג הבדוי".