רוי:אידיש

פון המכלול
ווערסיע פון 18:54, 10 סעפטעמבער 2022 דורך YI>פוילישער
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
דער ערשטער יידישער אידיאם

ייִדיש, אידיש אדער יודיש, גערופֿן ביי אידן מאַמע לָשון, איז אַ שפּראַך װאָס װערט הײַנט גערעדט פֿון ארום 1.5 מיליאָן יידן[1] און באַקאַנט ביי 3,142,560 [2] מענטשן איבער דער װעלט, בעיקר פֿונעם אַשכנזישן אָפּשטאַם.

במשך פון מער ווי 800 יאר איז יידיש געווען דער מאמע לשון פון א היפשער טייל יידן אין אייראפע, בעיקר אין דעם 19טן און 20סטן י"ה וואס דאן איז יידיש געווען דער מאמע לשון פאר רוב יידן אין אייראפע און ביי די יידישע אימיגראנטן פון אייראפע אין אנדערע לענדער. אין יענער תקופה איז יידיש באנוצט געווארן אויף וואס א שפראך ווערט באנוצט, לשון קודש איז באנוצט געווארן נאר צו דאווענען און שרייבן תורה רייד, אבער אנהייב דעם 20סטן יאר הונדערט האט אליעזר בן יהודה מאדערנעזירט דעם לשון קודש און איר אהערגעשטעלט ווי א גערעדטע שפראך פאר יידן, און עס גערופן העברעאיש. דאן האט העברעאיש אנגעהויבן דינען ווי א גערעדטע שפראך ביי גרויסע טיילן פון יידישן פאלק וואס וואוינען אין ארץ ישראל און בעיקר האט זי איבערגענומען די יידישע שפראך נאך די צווייטע וועלט קריג.

בעת דער השכלה באוועגונג, אין סוף דעם 18טן יאר הונדערט, האבן יידן פארדייטשט זייער יידיש אין די לענדער וועלכע מען האט גערעדט דייטש, אבער אין מזרח אייראפע האבן יידן פארגעזעצט זיך צוצוהאלטן צו דער יידישער שפראך.

פֿאַר דער צווייטער וועלט-מלחמה האָבן אַרום 11 מיליאָן יידן גערעדט יידיש אלס זייער מאַמע-לשון. הײַנט צו טאָג רעדן יידיש אַרום 3 מיליאָן מענטשן, בעיקר אין ארץ ישׂראל און אין אַמעריקע - ווען פֿאַר א העלפֿט פֿון זיי איז יידיש די ערשטע שפּראַך. צווישן 60 און 75 פראצענט פון די יידיש-רעדער זיינען פרומע רעליגיעזע יידן.[מקור פארלאנגט]

די יידישע שפּראַך שטאַמט איבערהויפּט פֿון מיטל הויכדייטש װאָס מען האָט אַמאָל גערעדט אין אייראָפּע (וואָס איז דאן געווען באַקאַנט אַלס אַשכנז), פֿון דער שפּראַך האָט זיך אויך געמאַכט די דייטשע שפראַך אָדער אויך באַקאַנט אַלס ניי הויכדויטש. (נישט אַזוי ווי טייל מענטשן מיינען אַז יידיש קומט פֿון דייטש). א גרויסער טייל פֿון ווערטער אין יידיש קומט פֿון דייטשער אָפֿשטאַמונג, בערך 10% לשון הקודש, און אויך סלאווישע שפראכן.

במשך פון די דורות האט זיך יידיש געטוישט, דאס הייסט די יידן פון איין עק וועלט ווי דייטש האבן נישט גערעדט די זעלבע יידיש ווי ליטע, הײַנט איז דאָס אויסגעמישט פֿון העברעאיש, ענגליש, רוסיש, פּויליש און אַזוי ווייטער.

דער עלסטער זאץ געשריבן אין אידישן אויסלייג וואס מען ווייסט געפונט מען אריינגעשריבן אין דעם מחזור ווארמס (ה'ל"ב): גוּט טַק אִים בְּטַגְא שְ וֵיר דִיש מחזור אין בית הכנסת טְרַגְא . דאס באדייט "א גוטער טאג וועט זיין פאר וועמען עס וועט דאס מחזור אין שול טראגן".

תקופות פון דער שפראך

די יידישע שפראך באשטייט פון 3 גרונד-תקופות:

  1. אלט יידיש - פון 1000 ביז 1400 יארהונדערט.
  2. מיטל יידיש - פון 1400 ביז 1800 יארהונדערט.
  3. מאדערנע יידיש - זינט 1800 יארהונדערט.

היינט צוטאג

היינט צוטאגס רעדן מערערע מענטשן יידיש אין אמעריקע, אין ארץ ישראל, ענגלאנד, בעלגיע, קאנאדע, אבער אלס אַ מאמע שפראך, איז עס אנגענומען בעיקר ביי די פרומע חסידישע קרייזן,[3] און אויך ביי די ירושולים'ער פרושים קרייזן וואס ביי טייל פון זיי ווערט באטראכט אידיש אלס א מיטל זיך אפטיילן פון די גויאישע און פרייע גאס.

אין דער פארגאנגנהייט איז יידיש געווען זייער א רייכע טאָג־טעגלעכע שפראך און פעסטגעשטעלט מיט מאדערנער קולטור (ליטעראטור, פארשטעלונגען, דיכטונגען, טעאטער און נאך).

צאל יידיש רעדערס

פאלגנד זענען די צאל יידיש־רעדערס אין דער וועלט וואס האבן יידיש פאר זייער מוטערשפראך און זייער אומגאנגשפראך.[4]

לאנד מוטערשפראך אומגאנגשפראך
פאראייניגטע שטאטן 350,000 60,000
ישראל 250,000 130,000
אנדערע לענדער 50,000 10,000
סך הכל 650,000 200,000

יידיש אין ארץ ישראל

יידש ווערט באניצט ביי פיל חסידישע קהילות אין ארץ ישראל, און אויך צווישן די פרושים אין ירושלים. די צייטונג "לעצטע נייעס" איז געווען וויכטיג פאר די יידן וואס זענען געקומען פון אייראפע.

לױטן געזעץ אין ישראל איז לאנגע יארן געווען פֿאַרבאָטן צו שפּילן אין טעאַטער אױף יידיש.[5] אבער זייט די 1960ער יארן, די ישראלדיקע געזעלשאפט האט געענדערט. "דזשיגאן און שומאכער" זענען געווען א פאר וואס האבן געשפילט קאמעדיעס, און אויך "די צווי שמואל'ן": שמוליק סעגאל און שמואל רודענסקי. זייט 1987, ס`איז דא אין ישראל א טעאטער וואס הייסט "יידישפיל" וואס גיבט אויס טעאטערשפילן אויף יידיש. אויפ'ן ישראלדיקן ראדיא איז דא א פראגראם אויף יידיש, אין "קול ישראל" נעץ א'.

דיאַלעקטן

ייִדיש האָט צװײ גרױסע גרופּעס דיאַלעקטן: דאָס מזרח יידיש און דאָס מערבֿ ייִדיש. ס'רובֿ הײנטיקע ייִדיש־רעדערס שטאַמען פון מזרח־אײראָפּע און גײן נאָך די מזרחדיקע נוסחאָות אין רײד, בעת די מערבֿדיקע דיאַלעקטן זענען אין גאַנצן אָפּגעשטאָרבן. דאָס מערב ייִדיש טײלט מען אין דרום־מערב, צענטראַל־מערב (צוזאַמען: דאָס דורמדיקע מערבֿ ייִדיש) און צפֿון־מערבֿ דיאַלעקט גרופּעס. מזרח ייִדיש האָט אױך צװײ צװײַגן: צפֿון־מזרח ייִדיש ("ליטװיש", װאָס שליסט אײַן דאָס "שטאַם־ליטװיש" און קורלענדער ייִדיש) און די דרומדיקע גרופּע מיט דעם דרום־מזרח יידיש און דעם צענטראל־מזרח יידיש[6][7].

שרײַבן ייִדיש

ייִדיש איז בעיקר געשריבן געוואָרן מיט לשון־קודש'דיקע אותיות (א"ב), אזוי ווי לאַדינאָ און אַנדערע שפראַכן פון ייִדן, ווײַל דאָס איז געווען די שריפט וואָס ייִדן האָבן געקענט. לעצטנס האָבן אָנגעהויבן צו לערנען ייִדיש פּאַרשוינען וואָס קענען נישט קיין ייִדישע בוכשטאַבן[מקור פארלאנגט]. האָט ייִוו"א ערפֿונדן אַ סיסטעם פון ראָמאַניזאַציע, ד.ה. אויסלײגן ייִדיש אויף אַ לאַטײנישע שריפט אָבער זי איז כמעט נישט באַנוצט.

א סך ייִדיש רעדערס אין די הײַנטיקע טעג זענען פרומע ייִדן וואָס זענען נישט באַקאַנט מיטן ייִוו"א אויסלייג און שרײַבן און לייענען אַ ייִדיש געמישט מיט ענגלישע אָדער העברעישע ווערטער (קוקט ווײַטער) מיט ייִדישע בוכשטאַבן.

די כללים פון שרײַבן ייִדיש זענען:

  1. קמץ - אָ למשל דאָס
  2. פתח - אַ למשל גאַס
  3. צירי - יי למשל גיין
  4. חולם - וי למשל אזוי
  5. סגול- ע למשל ווען
  6. מען ניצט ב פאַר ענגליש b און נאָר וו פאַר v, למשל ווירוס נישט בירוס
  7. נישט קיין תי"ו נאר א טי"ת

אויך זענען דאָ ענגליש רעדערס וואָס מישן ארײַן ווערטער פון ייִדיש אין זייער שפראַך; דאָס איז באַקאַנט ווי ייִנגליש.

חסידיש ייִדיש

טייל חסידישע ייִדן האָבן שטאַרק מקפיד געווען צו רעדן נאָר ייִדיש אַזוי ווײַט אַז אין געוויסע געגנטן אַזוי ווי וויליאַמסבורג וועט איר טרעפן אַ סך ייִדן וואָס קענען נישט קיין איין שפראַך אויסער ייִדיש, אָבער אַפילו די עיקר שפּראַך איז ייִדיש האָבן זײ אָבער נישט מקפיד געווען אַז מע זאָל נישט אַרײַנמישן ענגלישע ווערטער ווײַל דער עיקר בײַ זיי איז געווען אַז מען זאָל האָבן אַ באַזונדערע שפראַך אָפּצוטיילן זיך פון די גויים. אין די לעצטע יאָרן האָט זיך חסידיש ייִדיש שטאַרק אַנטוויקלט און הײַנט צו טאָג איז פֿאַראַן זייער א סך רײַכע ליטעראַטור אויף ייִדיש און אויך א סך ספרים ווערן איבערגעזעצט פון לשון הקודש אויף ייִדיש.

טעקע:100K.jpg
באנקנאט

צייטונגען און זשורנאלן

די ערשטע יידיש־שפראך צייטונג אין בראזיל איז געווען "די מענטשהייט", וואס האט דערשינען אין פארטא אלעגרא אין תרע"ה.

קענעדער אדלער, מיטװאך כ״ח תמוז תרע״ד

אינטערנעץ

מער ווי 10,000 ביכער אויף יידיש, אפשר מער ווי העלפט פון אלע ביכער פארעפנטלעכט אויף יידיש, זענען אצינד אנליין מיט דער ארבעט פון די יידישער ביכער-צענטער, וואלונטירן און דער אינטערנעץ ארכיוו.[8][9]

זעט אויך


וועבלינקען

רעפערענצן

  1. פּארווערטס
  2. Yiddish, Eastern
  3. "סטאנדארט יידיש", לייזער בורקא, יוני 8 2007.
  4. שיקל פישמאן, פארווערטס, סטאטיסטיק וועגן יידיש (2010)
  5. מיין פאטערס הויז, מיין מאמעס לשון/ שרה רחל שעכטער אין ענגלישן פארווערטס 17טן אפריל
  6. קאַץ ד (1979) די אינעװײניקסטע קלאסיפיקאציע פון די מערב יידישע דיאלעקטן. 53סטע יערלעכע ייװאָ קאָנפערענץ, 10-13 נאָװעמבער 1979
  7. Katz D (1983) Zur Dialektologie des Jiddischen. In: W Besch et al (eds) Dialektologie. Ein Handbuch zur deutschen und allgemeinen Dialektforschung: 1018–1041
  8. "Yiddish Book Center's Spielberg Digital Yiddish Library". Internet Archives. Retrieved ‏10טן יאנואר 2014. {{cite web}}: Check date values in: |accessdate= (help)
  9. "The Yiddish Book Center Website". Retrieved ‏10טן יאנואר 2014. {{cite web}}: Check date values in: |accessdate= (help)