רוי:שמעון דזשיגאן
שמעון דזשיגאן (1טן אפריל 1906 - 14טן אפריל 1980) איז א באקאנטער הומאריסט.
שמעון דזשיגאן איז געבוירן אין יאר 1906 אין פוילן, און שפעטער צווישן די צוויי וועלט מלחמות, איז ער ערשינען אין לאדזש, און אין ווארשע, ווען דער צווייטער וועלט קריג האט אויסגעבראכן איז ער אנטלאפן קיין סאוויעט רוסלאנד ווי ער איז געווען אין ארבעטס לאגערן, אויך האט ער פארגעשטעלט אין רוסלאנד, אין דעם קעניגליכן טעאטער מיט שלמה מיכאלס, ביז נאך דער מלחמה האט ער זיך געפונען אין רוסלאנד, ער איז געווען אן אקטיאר און ער האט געשפילט אויף פילמס וואס זענען אויף יידיש, פאר דער מלחמה און נאכדעם. אין יאר 1952 איז ער געקומען וואוינען אין ישראל צוזאמען מיט זיין שותף ישראל שומאכער, זיי האבן זיך נישט גוט געלעבט צוזאמען זיי פלעגן ארבעטן אין טעאטער אבער זיי האבן נישט גערעדט צווישן זיך,
טראץ וואס ביים היימישער ציבור איז דזשיגאן געווען דערווייטערט פונעם יוגענט, צוליב זיין ברייטע שפראך וואס איז נישט איינשטימיג מיטן חרדישן חינוך, אבער אסאך יודען נאכן ביטערן האלאקאויסט, פלעגן זיך מונטערן און אונטערהאלטן מיט זיינע קאסעטעס, באהאלטערנערהייט. ער איז א היסטארישער קאמעדיאנט אינעם פויליש יודיש רעדוודיגע קאמיקער. טראצדעם, איז ער אביסל באזייטיגט געווארן אין מדינת ישראל, פונעם טעאטער שטיצע, סוף ימיו, ווייל די יוגענד האט שוין גערעדט עברית, און האבן נישט פארשטאנען זיין אלטע יודיש, האט די מדינה אים געלייגט אין זייט, פון אנהייב האט די מדינה אים געמאכט פראבלעמען פארן פארשטעלן אין יידיש, איז ער אינאיינעם מיט זיין שותף ישראל שומאכער, אריבער פאר אפאר יאר קיין ארגענטינע, נאכן שליכטן די פראבלעם מיט די מדינה האט ער זיך אומגעקערט.
דזשיגאן איז געשטארבן אין יאר 1980 און צוזאמען מיט אים דער יידישער טעאטער אין תל אביב וואס ער האט אויפגעשטעלט אויף מענדעלע גאס.
ליטעראטור
דזשיגאן האט געשריבן א אויטאביאגראפיע מיט'ן נאמען דער כוח פון יידישן הומאָר
פון זיינע באקאנטע ווערטלעך
אזוי יונג און אזוי משוגע...
איך זאל זיין אזוי געזונד, ווי איך בין נישט געזונד...
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!