רוי:שלמה מיכאלס

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

שלמה מיכאלס (16טן מערץ 1890, דענענבורג - 13טן יאנואר 1948, מינסק) איז געווען דער פסעוודאָנים פון שלמה וואָווסי, אונטער וועלכן ער איז געוואָרן באקאנט ארום דער וועלט. ער איז געווען א בארימטער אקטיאָר און רעזשיסער אין סאָוועטן פארבאנד, און איז געוואָרן דער ערשטער קרבן פון סטאלינס רדיפות קעגן יידן סוף 1940ער יאָרן. ער איז געווען דער פאָרזיצער פונעם יידישן אנטיפאשיסטישן קאָמיטעט, דורכאויס זיין עקזיסטענץ פון 1942 ביז צו זיין טויט.

ביאָגראפיע

מיכאלס איז געבוירן געוואָרן אין דענענבורג (היינט לעטלאנד) אין 1890 אין א רעליגיעזער משפחה, און ער האָט זיך געלערנט דאָרט אין חדר. ער האָט פארענדיקט א הויכשול אין ריגע, און אין 1911 האָט ער אָנגעהויבן שטודירן האנדל אינעם קיעווער אוניווערסיטעט, נאָר איז אויסגעשלאָסן געוואָרן פון דאָרטן פאר באטייליגונג אין סטודענטישע דעמאָנסטראציעס. שפּעטער האָט ער שטודירט יוריספרודענץ אינעם פעטראָגראדער אוניווערסיטעט.

אין יאָר 1918, האָט ער אָנגעהויבן זיך לערנען אין א ניי-געשאפענער ייִדישער טעאטער-סטודיע אין פעטראָגראד. אין 1920 איז די גרופע אריבער קיין מאָסקווע ,און אין 1925 איז זי געוואָרן דער מאָסקווער מלוכישער ייִדישער טעאטער (גאָסעט). אין 1929 איז מיכאלס געוואָרן דער קינסטלערישער אָנפירער און הויפּט-רעזשיסער פונעם טעאטער.

אין 1941, נאָכן היטלערס אָנפאל אויפן ראטנפארבאנד, איז ער געוואָרן דער פאָרזיצער פונעם ייִדישן אנטיפאשיסטישן קאָמיטעט.

אונטער סטאלינען

אין 1948 האָט סטאלין אָנגעהויבן זיינע פארפאָלגונגען קעגן דער ייִדישער אינטעליגענץ, און מיכאלס איז געוואָרן דער ערשטער קרבן. בשעת זיין קאָמאנדירונג און מינסק (היינט אין בעלארוס), האָבן נ.ק.וו.ד. אגענטן אים געבראכט צו דער דאטשע פונעם דאָרטיקן נ.ק.וו.ד. אָנפירער, וואו מיכאלס איז אומגעבראכט געוואָרן, דערנאָך האָט מען ארויסגעוואָרפן זיין קערפּער אויף א גאס, ווי א לאסטמאשין איז אים איבערגעפאָרן, פאָרצושטעלן דעם מאָרד ווי אן אויטאָמאָביל-קאטאסטראָפע. באלד נאָך דעם האָט מען פארמאכט דעם גאָסעט (ווי אויך אלע אנדערע ייִדישע טעאטערס אין לאנד) און ארעסטירט אלע מיטגלידער פונעם ייִדישן אנטיפאשיסטישן קאָמיטעט.

נעץ פארבינדונגען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!