ב' טבת
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
| ||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
| ||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
|
ב' טבת איז דער צווייטער טאג פונעם פערטן חודש אין די אידישע יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער צווייטער טאג פונעם צענטן חודש ציילנדיג פון ניסן.
חגים וזמנים
- דער אכטער טאג פון חנוכה - "זאת חנוכה" (אין געווענליכע יארן); אדער דער זיבעטער טאג (אין יארן ווען כסלו איז חסר)[1]
געשעענישן
- ג'תקצ"ז/ג'תרכ"ב – די חשמונאים האבן געענדיגט פארריכטן, רענאווירן און רייניגן דעם בית המקדש[2].
- ד'תתקמ"ט – דאס לעצטע מאל וואס תקופת שמואל איז געפאלן אויף דעם דאטום.
- ה'תר"ז – ברית פון רבי אברהם מתתיהו פון שטעפאנעשט, ווערנדיג גערופן נאך מתתיהו הכהן.
- ה'תרל"ג – אהרן הערשלער איז דערשאסן געווארן ביים מאנטיפיארע ווינטמיל אין משכנות שאננים.
- ה'תרמ"ג – די ערשטע באזעצונג פון ראש פינה דורך די ערשטע עליה.
- ה'תשע"ח – פאראייניגטע שטאטן פרעזידענט דאנאלד טראמפ האט פארשניטן דעם טורמע טערמין פון שלום מרדכי רובאשקין, וועלכער איז אין 2009 פאראורטיילט געווארן צו 27 יאר טורמע פאר באנק שווינדל און געלט וואשן.
געבוירן
- ה'תקצ"ח – רבי שלמה מאיער, דער ערשטער סאסובער רבי (נפטר ה'תרע"ט)
- ה'תר"ח – רבי רפאל אנקאווה, דער ערשטער הויפט רב פון מאראקא (נפטר ה'תרצ"ה)
- ה'תר"ל – רבי יחזקאל פאנעט, דער דעעשער רבי, בעל "כנסת יחזקאל" (נפטר ה'תר"צ)
יארצייטן
- ה'תקי"ג – רבי יעקב אבן צור, א פוסק, מקובל, דרשן און פייטן, דיין און רב פון פעז, פון די גרעסטע רבנים אין מאראקא (געבוירן כ"ז אייר ה'תל"ג)
- ה'תרי"ח – רבי נפתלי בנעט, רב פון שאפא אין מעהרן, א זון פון רבי מרדכי בנעט
- ה'תרמ"ט – רבי יעקב צבי ראבינאוויטש, דער צווייטער פאריסובער רבי
- ה'תשנ"ח – יהודה אליצור, א בארימטער פארשער פון תנ"ך (געבוירן ה'תרע"א)
- ה'תשע"ה – יהושע מונדשיין, א היסטאריקער, ביבליאגראף, און חוקר פון חסידות
רעפערענצן
- ↑ אין בערך 25.5% פון די יארן
- ↑ מגילת תענית ט