רוי:רבי אברהם יהושע העשיל (אפטא)

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי אברהם יהושע העשיל פון אפטא
דער ציון פון אפטער רב
דער ציון פון אפטער רב
געבורט 1748
ה'תק"ח
דזימיגראד
פטירה מערץ 24 1825 (אלט: 77 בערך)
ה' ניסן ה'תקפ"ה
מעזעביזש
כינוי אפטער רב
מקום קבורה מעזעביזש
וואוין אָרט דזימיגראד, קאלבאסאוו, אפטא, יאסי, מעזעביזש
טעטיגקייט אָרט קאלבאסאוו, אפטא, יאסי, מעזעביזש
רבי'ס זלאטשוב'ער מגיד, רבי אלימלך פון ליזענסק
ספרים "אוהב ישראל", "תורת אמת"
טאטע רבי שמואל רב פון ניישטאט, פון די גרויסע רבנים אין פוילן
מאמע מרת רחל מרגלית
ערשטער אדמו"ר פון אפטא

רבי אברהם יהושע העשיל פון אפטא (ווערט אויך אנגערופן אפטער רב; דער אוהב ישראל, אויפן נאמען פון זיין ספר); (ה'תק"חה' ניסן ה'תקפ"ה) איז געווען א רבי, דער ערשטער אינעם אפטא-מעזשיבוזשער דינאסטיע.

ביאגראפיע

נוסח פון זיין מציבה
פ”נ הרב אדמו”ר אוהב ישראל מ”ה אברהם יהושע העשיל מק’ אפטא בהרב החסיד ועניו שלשלת היוחסין מ’ שמואל ז”ל. נפ’ ה’ ניסן תקפ”ה. לעת זקנותו תקע אהלו של תורה פ”ק מעזבוז ולו דומי’ תהילה ובמקום גדולתו שם ענותנותו, אשר יצוה את בניו שלא לכתוב על מצבתו שבחות. תנצב”ה.

רבי אברהם יהושע העשיל איז געבוירן אין יאָר ה'תק"ח צו רבי שמואל, איידעם פון רבי יעקב פון טאָרטשין (–י"ט סיון ה'תקמ"ה), וועלכער האט געשטאמט פון רבי העשיל פון קראקא, ט"ז, מהר"ם פון לובלין, מהר"ם פאדוואה און נאך גרויסע פערזענליכקייטן. זיין פאטער הרב שמואל, וועלכער האט געדינט אלס רב פון ניישטאט, איז געווען איינער פון די חשוב'סטע רבנים פון פוילן, און האט אויך געשטאמט פון בארימטע רבנישע משפחות.

אין זיין יוגנט האט ער שוין ארויסגעוויזן גרויסע פעאיגקייטן, און איז געווארן באקאנט אלס א גרויסער למדן. ער האט דאן משיג געווען הויכע מדרגות, ווי אז זיינע גלידער, די גראז פון פעלד, און די טריט פון א מענטש האבן אים געזאגט עתידות. ער האט אבער געבעטן פון הימל אז מ'זאל דאס אוועקנעמען פון אים[1].

ער האט אנגעהויבן זיין קאריערע אלס רב פון דער שטעטל קאָלבאסאָוו אין פּוילן אום ה'תקמ"ח וואו ער האט אסאך געליטן[אויסקלארונג פארלאנגט]. נאך זייענדיג אין קאלבאסאוו האבן אים רבי לוי יצחק פון בארדיטשוב און רבי משה לייב סאסובער געצויגן צו רבי אלימלך פון ליזענסק, פון וועם ער איז געווארן פון די גרעסטע תלמידים.

אום ה'תק"ס האָט ער מסכים געווען צו ווערן באַשטימט אלס רב אין אפטא, פוילן. אום ה'תקס"ח איז ער פאררופן געווארן דורך דער חסידישער באנקיר יחיאל דניאל צו דינען אלס רב אין יאסי, מאלדאווע וואו ער האט אויך צוגעזאגט צו צושטעלן א הויז אין וואס ער וועט קענען אויפנעמען די וואס וועלן קומען לערנען מיט אים. אוועק פארנדיג פון אפטא האט ער זיי צוגעזאגט ער וועט זיך שטענדיג רופן אפטער רב. אויך אין יאסי האט ער עס נישט געהאט לייכט, און אין יאר ה'תקע"ג, נאך וואס אין קהילה אין יאסי איז געווארן מחלוקת, האט ער געמוזט אנטלויפן און איז אריבער קיין מעזשיבוזש אין פאדאליע (אוקראינע) וואו עס זענען געווען אסאך חסידים נעבן אים[2]. ער האט ווייטער געהאלטן קאנטאקטן מיט די חסידישע קהילות פון מאלדאווע, און איז צומאל אויך גערופן געווארן צו לייזן הלכה'דיגע פראגעס.

אין זיינע לעצטע יארן איז ער געווען דער זקן האדמו"רים אין זיין דור, און זיין מיינונג איז געווען פאררעכנט ביי אלע חסידים. זיין מערסטאויסגעצייכנט שטריך איז געווען זיין ליבשאפט צו אידן[מקור פארלאנגט].

ער האט זיך געשטעלט קעגן עטליכע דרוקן פון אנדערע חסידישע הויפן ווי פאלגנד: ער האט נישט מסכים געווען מיט די באוועגונג פון רבי צבי הירש פון זידיטשוב און איז געווען קעגן זיין איניציאטיוו איבערצודרוקן און ווידער פארשפרייטן דעם ספר הזוהר[3]. אזוי אויך האט ער זיך קעגן געשטעלט און אפילו געשאלטן די וואס האבן געוואלט דרוקן דעם ספר המשלים פון רבי נחמן מברסלב, זאגנדיג: "הייתכן אז סודות התורה זאלן געדרוקט ווערן אין א שפראך פון קינדער און ווייבער"[4].

ער איז אוועק ה' ניסן ה'תקפ"ה, און איז באערדיגט געווארן אין מעזעביזש נעבן דעם בעל שם טוב אינעם זעלבן אוהל. ער האט באפוילן אז מען זאל נישט שרייבן קיין שום שבחים אויף זיין מציבה. די חסידישע לעגענדע זאָגט, אַז מלאכים האָבן געטראָגן זיין קערפער און באערדיגט אין בית החיים אין טבריה וואו עס איז געשטעלט געווארן אַ סימבאָלישן שטיין לכבוד אים. א בית מדרש איז געגרינדעט געווארן אין יאסי אויף זיין נאמען.

פאמיליע

באקאנטע תלמידים

זיינע ספרים

  • תורת אמת, לבוב, תרי"א – לקוטים על התורה
  • אוהב ישראל, זשיטאמיר, תרכ"ג – אנטהאלט מערסטנס מאמרים פון ספר תורת אמת, אין צוגאב צו פיל חדושים אויף נביאים וכתובים און הגדה של פסח
  • אגרות האוהב ישראל, בהוצאת מכון שפתי צדיקים, ירושלים תש"ס

ביבליאגראפיע

רעפערענצן

  1. עירין קדישין השלם לשבת חזון, עמ' רסד; רבי יצחק אייזיק פון קאמארנא, נתיב מצוותיך, שביל אמונה, ה, ב; יצחק דוב בר, קהל חסידים החדש, לעמבערג, תרס"ו (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
  2. אוהב ישראל הוצאת פאר מקדושים, תולדות, זייט 44.;תולדות האוהב ישראל, מכון שפתי צדיקים
  3. דור דעה זייט רעב.
  4. אברהם מאיר הברמן, קבוצי יחד, ירושלים, תש"מ, עמ' 134 (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
  5. זיין אור אייניקל איז געווען רבי יחיאל מיכל מעכלאוויטש הי"ד פון בראד-קלויזנבורג.


פריערדיגער:
-
אדמו"רי אפטא-זשינקאוו קומענדיגער:
רבי יצחק מאיר העשל