אדר
אדר איז דער זעקסטער חודש אין דער אידישער יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער צוועלפטער חודש ציילנדיג פון ניסן.
אין אן עיבור יאר זענען פארהאן צוויי אדר חדשים: אדר א' און אדר ב'. אלס דער "געווענליכער" אדר ווערט הלכה'דיג בעיקר גערעכנט אדר ב', און די ספעציעלע צייטן פון חודש (ווי פורים) ווערן דאן געפייערט.
חודש אדר פאלט געווענליך אויס אין פאראלעל מיט די מאנאטן פעברואר-מערץ אין גרעגאריאנישן קאלענדאר (מערץ-אפריל אין אדר ב') , ביי די ענדע פון סעזאן פון ווינטער אין דעם צפון האלבקיילעך און פון זומער אין דעם דרום האלבקיילעך (וואו עס איז גלייך צו חודש אלול אין צפון האלבקיילעך).
אין דער לוח
אין דער באשטימטער אידישער לוח, לויפן די יארן אין א ציקל פון ניינצן יאר, אין וועלכע די עיבור יארן - ווען חודש אדר ווערט געדאפלט - זענען דריי (און צומאל צוויי) יאר אפגערוקט איין פון אנדערן[א]. אדר (אריינגערעכנט אדר ב') איז אלעמאל א "חודש חסר" פון 29 טעג[1]. דער פאריגער חודש איז אלעמאל א "חודש מלא" פון דרייסיג טעג, און ראש חודש אדר באשטייט דעריבער פון צוויי טעג, ל' שבט (אדער ל' אדר א') און א' אדר[1]. חודש אדר קען זיך אנהייבן אין א מאנטאג, מיטוואך, פרייטאג אדער שבת[2].
אין די צייטן וואס מען האט באשטימט די חדשים על פי הראייה, פלעגן די שליחים פון בית דין ארויספארן צו די ווייטע פלעצער מודיע צו זיין ווען מען האט באשטימט ראש חודש אדר, מען זאל וויסן ווען עס פאלט אויס פורים[3].
נאמען
אין אנהייב זענען די חדשים אין אידישן קאלענדאר גערופן געווארן לויט זייער צאל, אנגעהויבן פון ניסן; דער חודש האט אלזא געהייסן "חודש שנים עשר"[4]. דער רעלעוואנטער מאנאט איז גערופן געווארן "אדר" אין בבל און אין מעסאפאטאמיע בכלל, פון אכד'יש addaru, וואס ווערט פארגעשלאגן צו באדייטן "פינסטער" אדער "פארוואלקנט" (אלס קאנטראסט צו אייר ווען עס איז שוין ליכטיג)[5]. לויט אנדערע נעמט זיך עס פונעם טערמין "אידר", א פלאץ וואו מען דרעשט, און באדייט דער צייט ווען מען גרייט אן דאס ארט צו דרעשן די תבואה וועלכע האלטן ביים ווערן געצייטיגט[6]. אין די תקופה פון גלות בבל און שיבת ציון איז דער נאמען אריינגעקומען אויך אין אידישע באנוץ, ווי די נעמען פון אלע חדשים[7], און עס ווערט דערמאנט אין תנ"ך: ”לְחֹדֶשׁ שְׁנֵים עָשָׂר הוּא חֹדֶשׁ אֲדָר” (אסתר ג, ז).
אין אראביש, הייסט דער מאנאט פון מערץ "אדהאר" אדער "אזאר".
סימבאלן און אייגנשאפטן
דער מזל פון דעם חודש איז מזל דגים[8], צוליב א שטערן גרופע וואס האט אמאל געדינט אלס הינטערגרונט צו די זון אין דעם חודש[ב]. אין די ים המלח מגילות פון דער כת פון קומראן איז מזל טלה דער מזל פון חודש אדר[10].
לויט דער זוהר, איז חודש אדר קעגן שבט אשר[11]. לויט אנדערע, איז עס קעגן שבט נפתלי[12], אדער קעגן שבט זבולון[13], אדער קעגן שבט בנימין[14], אדער קעגן שבט יוסף[15].
חודש אדר איז קעגן דעם אות ק[8].
דער צירוף פון שם הוי"ה אין דעם חודש איז ההי"ו[16], וואס גייט ארויס פון פסוק ”עִירֹה וְלַשֹּׂרֵקָה בְּנִי אֲתֹנוֹ”[17].
חודש אדר איז דער עיקר צייט פון "קור" וואס ווערט דערמאנט אין פסוק[18] ”זֶרַע וְקָצִיר וְקֹר וָחֹם וְקַיִץ וָחֹרֶף וְיוֹם וָלַיְלָה לֹא יִשְׁבֹּתוּ”[19].
נאטיצן
רעפערענצן
- ↑ 1.0 1.1 משנה תורה לרמב"ם, הלכות קידוש החודש, פרק ח', הלכות ד'–ה'
- ↑ שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תכ"ח, סעיף ב'
- ↑ ראש השנה יח, א
- ↑ אסתר ח, יב
- ↑ Muss-Arnolt, W., The Names of the Assyro-Babylonian Months and Their Regents, Journal of Biblical Literature Vol. 11, No. 2 (1892), pp. 160-176
- ↑ Ernest Klein, A Comprehensive Etymological Dictionary of the Hebrew Language for Readers of English, Carta, 1987, עמ' 8
- ↑ תלמוד ירושלמי, מסכת ראש השנה, פרק א', הלכה ב'
- ↑ 8.0 8.1 ספר יצירה פרק ה' משנה י"ח
- ↑ משנה תורה לרמב"ם, הלכות יסודי התורה, פרק ג', הלכה ז'
- ↑ בילד.
- ↑ ספר הזוהר, חלק א, דף קע"ג, עמוד א'. אזוי שטייט אויך אין ויקח משה, נאך פרשת ויחי; צדקת הצדיק פסקא רנ"ז.
- ↑ ילקוט שמעוני, שמות, רמז תי"ח; רבי אברהם בן עזריאל, ערוגת הבושם, חלק א' עמוד 289; רבי יוסף ג’יקטיליה, שערי אורה, סוף שער ה'; מאמר כליל תכלת להאר"י, סוף ספר יצירה; מגלה עמוקות, פרשת בא דרוש ד'; פירוש הגר"א, סוף ספר יצירה; פרי צדיק, מאמרי ראש חודש אייר.
- ↑ יערות דבש חלק א', סוף דרוש ב'
- ↑ קידוש ירחים לחודש אדר פון רבי פינחס ברבי יעקב הכהן; סידור בית יעקב להיעב"ץ, שער היסוד
- ↑ קדושת לוי, שמות כ, ב, געברענגט אין יפה ללב סימן תרצ"ז
- ↑ אר"י, פרי עץ חיים, שער י"ט פרק ג'
- ↑ בראשית מט, יאִ
- ↑ בראשית ח, כב
- ↑ בבא מציעא קו, ב
חדשים פון יאר | ||
---|---|---|
|